בלאט 1 פון 1
הרב יוסף מזרחי: Confusing, Challenging Days Are Coming
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:05 pm
דורך calculator
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:21 pm
דורך [NAMELESS]
2 שעה לאנג.... זאג כאטש וואס צו הערן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:39 pm
דורך calculator
כל דבריו שפתים ישק
די ערשטע שעה רעד רעד איבער די מצב.
נאכדעם רעד איבער עיקר וטפל (ר' שמואל ניימאן'ס בליק)
ועוד.........
ער איז מיישר די מענטשעס שכל, מען דארף זיך נאר לאזן, און נישט זיך אויפרעגן אינמיטן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:26 am
דורך vaybertaytsh
ער זאגט א ליגן אין די ערשטע פאר מינוט. וויסנשאפט איז נישט נאר טעארעטיש! מע מאכט עקספערימענטס כדי צו פארזיכערן אז זיי פארשטיין... ס׳איז א שאד וואס א רב פארשפרייט אזא נארישקייט...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
חדא קושיא מתורצת בחברתה, ער רעדט טאקע הויכשטאקיגע שטותים און ער איז טאקע נישט קיין רב, ער קען זיך באטיטלען מיט'ן טיטל rabbi אבער ווער ס'האט איהם נאר אביסל אויסגעהערט האט גלייך געזען אז ער איז א וויסטע עם הארץ. (נישט אז רבנים רעדן נישט קיין שטותים, אבער צו רעדן אזא הויעכע גראד שטותים דאס דארף מען קענען, ווי יענער האט געזאגט "אפילו איך זאל נישט לערנען גארנישט פאר פערציג יאר וועל איך נישט זיין אזא עם הארץ ווי איהם..")
Re: הרב יוסף מזרחי: Confusing, Challenging Days Are Coming
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:26 am
דורך קנדה
אן עם הארץ וואלט איך אים נישט באטיטעלט ער קען אסאך מער ווי אסאך האנטיגע רבנים איך פלעג אים הערן זייער אסאך ביז איך האב אים שוין נישט געקענט דערליידן ער האט די ספרדישע זיכערקייט און תמימית און ווילדקייט
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואס קען ער מער פון אנדער רבנים? אפאר פארשטופטע מדרשים וואס ער האט אפירגעקראצט אין וואס ער קען אריינקוועטשן זיינע נארישע תורות. ער האט הוראה? וויפיל מסכתות אין ש"ס האט ער שוין געענדיגט? אזויווי דו זאגסט, ער איז א ספרדישע תמים וואס מיינט אז די שולחן ערוך און זוהר איז אראפגעקומען פון בארג סיני, מ'דארף זיין א גרויסע עם הארץ דערפאר.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:26 pm
דורך calculator
דער געט נישט אויף, א מחיה אויסצוהערן.
https://youtu.be/Br_i2nnDWqo
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:50 pm
דורך איך אויך
אוי וויי געוואלד, ווי האלט איינער אויף דער וועלט ווען דער וויסטער עם הארץ שוטה וגס רוח יוסף מזרחי איז עם גאר מיישר דעם שכל! לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט דאס זענען באצאלטע אנאנסן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:54 pm
דורך קנדה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס קען ער מער פון אנדער רבנים? אפאר פארשטופטע מדרשים וואס ער האט אפירגעקראצט אין וואס ער קען אריינקוועטשן זיינע נארישע תורות. ער האט הוראה? וויפיל מסכתות אין ש"ס האט ער שוין געענדיגט? אזויווי דו זאגסט, ער איז א ספרדישע תמים וואס מיינט אז די שולחן ערוך און זוהר איז אראפגעקומען פון בארג סיני, מ'דארף זיין א גרויסע עם הארץ דערפאר.
איך האב אויסגעהערט זיינע questions and answers פון אלע מיני שאלות ד' חלקי שלחן ערוך, איך פלעג עס אויסהערן א מעשה פון 6 יאר צוריק, ער האט געהאט שוין דעמאלס 20 שיעורים זיכער.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:07 pm
דורך נומער5
איך ווייס נישט צי ער קען לערנען צי נישט. דעבאטירן קען ער זיכער. איינמאל געהערט א דעבאטע צי די תורה איז אמת. נאכן געווינען די דעבאטע אלס כהן יעדעם געבענטשט