בלאט 1 פון 1

ער היט נישט קיין תורה ומצוות בכלל, וועט ער געשטראפט ווערן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:33 pm
דורך לבי ובשרי
כ'האב היינט א חקירה און כדי צו פארשטיין דעם חקירה וועל איך מקדים זיין מיט א מעשה שהיה.

א שטיק צייט צוריק, האט מיר א שטיקל ידיד וואס האט געלערנט אינעם זעלבן ישיבה ווי מיר, געשיקט א הודעה אז וויבאלד מ'האמיר שוין לאנג נישט געשמועסט אינאיינעם. נו, לאמיר זיך גיין אביסל אויסלופטערן.

ס'איז שוין געווען אביסל שפעט, אבער א שפאציר זאגט מען נישט אפ. ער פיקט מיר אויף און מיר האבן אנגעהויבן שמועסן. אינמיטן געט ער אזא קרעכץ: כ'ווייס נישט וואס עס וועט זיין, נישט לאנג צוריק האב איך געהאט שוין די דריטע קינד און כ'האלט נישט ביי גארנישט. ביי גארנישט אין אידישקייט מיין איך.

-דהיינו?

"כ'האב שוין נישט געלייגט קיין תפלין פאר דריי יאר זיכער, יעדן שבת בין איך מחלל שבת, כ'גיי אריין אין בית הכסא, כ'זינדיג און כ'קוק נייעס, כ'האב פשוט נישט קיין נערוון צו גארנישט". ער דאווענט נישט. קיין שחרית, קיין מנחה און קיין מעריב. בכלל.

"ליסן, ס'באדערט מיר נישט, כ'זע נישט וואס עס איז שלעכט אזוי. אבער ס'איז מיר אביסל פאני, ווייסטאך... א חסידיש ווייבל האב איך, קינדער האב איך, און כ'האלט נישט ביי גארנישט"

ער האט פשוט נישט קיין נערוון. ער זאגט איין זאך: כ'האלט נישט אין ערגעץ אין אידישקייט און כ'האב נישט קיין נערוון צו גארנישט וואס האט א שייכות מיט אידישקייט. (א בחינה פון א תינוק שנשבה).

כ'האב אים געבעטן ער זאל ווערן א גוי. זאגט ער אז יעצט כרגע איז נישט פונקט די צייט דערפאר.

האב איך אים געבעטן ער זאל זיך ביטע גט'ן. זאגט ער מיר אז זיין ווייב ווייסט פון גארנישט כמעט און ער זעט נישט וואס עס איז שלעכט אזוי.


אלזא, איז מיין שאלה יעצט, צי אזא מענטש וועט געשטראפט ווערן בעולם הבא.

היינט אין מקוה האב איך געקלערט, אז די תורה זאגט ובחרת בחיים, נו, אז דו האסט בוחר געווען במוות האסטו זיך אליינס אנגעמיירעט און וועסט בראטן דערפאר.

אבער איינער וואס ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, אפילו ער איז נישט קיין חרש שוטה וקטן, וואס האט ניטאמאל אין קיין בחירה בוחר געווען, מאן יימר אז ער וועט געשטראפט ווערן? ( בחינה פון א תינוק שנשבה).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:39 pm
דורך בת קול
איך שטעל זיל פאר אז כאטש אביסל depression קומט דא אויך אריין אין בילד.

Re: ער היט נישט קיין תורה ומצוות בכלל, וועט ער געשטראפט ווער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:46 pm
דורך פאליטיקאנט
אויב איז דא עונש דאן פארוואס זאל ער נישט געשטראפט ווערן?

יעדע עוולה קען מען בארעכטיגן לויט יענעם'ס מצב (והא ראיה יענער האט אזוי געטוען).





לבי ובשרי האט געשריבן:"כ'האב שוין נישט געלייגט קיין תפלין פאר דריי יאר זיכער, יעדן שבת בין איך מחלל שבת, כ'גיי אריין אין בית הכסא, כ'זינדיג און כ'קוק נייעס,

מיינסט אוודאי 'איזראעל ניוס' ווייל איך זע נישט ווי פשוט'ע נייעס קומט אויף איין שורה מיט זינדיגן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:47 pm
דורך ישעיה
מיכאל אברהם האט א מאמר "האם חילוני יכול לעבור עבירה"

בכל אופן, זיין שטראף האט ער דאך שוין יעצט טאג טעגליך, נישט אזוי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:00 pm
דורך אישתישבי
ישעיה האט געשריבן:מיכאל אברהם האט א מאמר "האם חילוני יכול לעבור עבירה"

בכל אופן, זיין שטראף האט ער דאך שוין יעצט טאג טעגליך, נישט אזוי?


אזוי לערנען די חקירה ראשונים.

די אנדערע לערנען אז דער נשמה באקומט עפעס יא א עונש.

איך שיהיה וואס איז א נפק"מ צו ער באקומט עונש אבער נישט. דער אויבערשטער וועט שוין מחליט זיין.

דאס אז ער האט נישט קיין נערווען פאר גארנישט, וואטעווער דאס מיינט, אױב איז דאס א גוטע תירוץ, און דער אויבערשטער האט אים אנגעווערטשאפט ער זאל נישט האבן נערווען, איז א דורכגאנג פאר עפעס אנדערש וואס קומט שפעטער. דער "נערווען" פראבלעם איז צייטווייליג, בעוד זמן וועט ער האבן נערווען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:31 pm
דורך גרעפיקסער
וואס האט זיינע עונשים מיט אונז?
קיינער ווערט נישט באשטראפט פאר א צווייטנ׳ס חטא (דאס וואס מ׳טרעפט אז א צדיק קען נענש ווערן צוזאמען מיטן רשע, איז אפשר ווייל אויף א געוויסע בחינה איזעס יא ער אליין ועכ״פ לבסוף דערלייגט ער נישט).

וואס ליגט אויף אונז צו טיען, איז אים מחזק זיין און מעורר זיין וויפיהל ס׳שייך, וזכות הדורות שיציל תלוי בו.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:12 am
דורך נומער5
דיין קשיא צי וועט ער געשטראפט ווערן. אוודאי מכיר את בוראו אין ער פאלגט אים נישט נישט קיין חילוק וועלכע סיבה פארוואס. יעדער טוט געוויסע זאכן ווייל מען מוז אפילו מען האט נישט קיין אינטערעסע עס צי טון זאל תפילין לייגן צוויי מינוט יעדע טאג זיין א חלק פון דעם

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:51 am
דורך פארווע חסיד
לבי אומר לי אז די אינגערמאן קומט פון גאר א פרומע בעקראונד, און ער קוקט אן אידישקייט מיט די נישט ריכטיגע בליק, און ווערט שטארק געבאדערט פין די חיצוניות אין אלעס ארום.
אין רעפרענס צו חז"ל'ס תינוק שנשבה לבין העכו"ם, האמיר אלזא דא א דיפרענט פאל, פון א תינוק שנשבה לבין החסידים..

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 12:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זעה נישט פארוואס ער זאל געשטראפט ווערן, אויף אלעס קען מען טרעפן א היתר, סיידן אז ער עסט ממש חזיר און פארברענגט מיט פארהייראטע פרויען.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:18 pm
דורך גרעפיקסער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס ער זאל געשטראפט ווערן, אויף אלעס קען מען טרעפן א היתר, סיידן אז ער עסט ממש חזיר און פארברענגט מיט פארהייראטע פרויען.

דער מישוג לטהר את השרץ בק״נ טעמים איז נישט קיין נייעס, אבער אזא שארט-סטאפ? וויזוי ארבייט דאס??

לגופו של ענין איז אזוי:
ס׳געווען א חתן וואס מ׳האט אים אפירגעזוכט גאר א פיינעם מדריך וואס האט מיט אים געלערנט וואס א פרוי איז און וויזוי זיך צו באנעמען, וואס מ׳מעג יא טאן און וואס נישט.

גייט דורך א שטיקל צייט נאך די חתונה און זאכן האבן נישט געטויגט, האט זיך זיין ווייב געוואנדן צו זיין חתן רבי - האט ער אים אריבערגערופן און פארגעהאלטן, האבעך דיר נישט אזוי און אזוי געלערנט?! דער אינגערמאן מיט גאר א גוט קעפל האט באוויזן אפצוענטפערן אלע טענות, דער סעשאן האט זיך גענדיגט ופטרו המדריך לשלום...

׳עט די ענד אף די געים, איז דארט קיין שלום בית נישט געווען׳!

Re: ער היט נישט קיין תורה ומצוות בכלל, וועט ער געשטראפט ווער

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 9:18 pm
דורך טראמפ'ס עדווייזער
גרעפיקסער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס ער זאל געשטראפט ווערן, אויף אלעס קען מען טרעפן א היתר, סיידן אז ער עסט ממש חזיר און פארברענגט מיט פארהייראטע פרויען.

דער מישוג לטהר את השרץ בק״נ טעמים איז נישט קיין נייעס, אבער אזא שארט-סטאפ? וויזוי ארבייט דאס??

לגופו של ענין איז אזוי:
ס׳געווען א חתן וואס מ׳האט אים אפירגעזוכט גאר א פיינעם מדריך וואס האט מיט אים געלערנט וואס א פרוי איז און וויזוי זיך צו באנעמען, וואס מ׳מעג יא טאן און וואס נישט.

גייט דורך א שטיקל צייט נאך די חתונה און זאכן האבן נישט געטויגט, האט זיך זיין ווייב געוואנדן צו זיין חתן רבי - האט ער אים אריבערגערופן און פארגעהאלטן, האבעך דיר נישט אזוי און אזוי געלערנט?! דער אינגערמאן מיט גאר א גוט קעפל האט באוויזן אפצוענטפערן אלע טענות, דער סעשאן האט זיך גענדיגט ופטרו המדריך לשלום...

׳עט די ענד אף די געים, איז דארט קיין שלום בית נישט געווען׳!
דו ברענגסט דא א משל פון געפילן וואס האט נישט קיינע כללים וואס דו זאלסט קענען מאכן פון דעם פשט'לעך, מעידך גיסה ווען סקומט צו יהדות האסטע א קלארע רעסעפי ווען מען באקומט עונש און ווען נישט, איז אויב דיינע פשט'לעך שטימען באקוסטו טאקע נישט קיין עונש

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 2:20 pm
דורך מנחם ציון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס ער זאל געשטראפט ווערן, אויף אלעס קען מען טרעפן א היתר, סיידן אז ער עסט ממש חזיר און פארברענגט מיט פארהייראטע פרויען.

וכמאמר חז"ל בכמה מקומות "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין"

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 3:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, אנדערע רבנים זענען נאר פארנומען טרעפן היתרים פאר זייערע אייגענע באדערפענישן (עיין ערך מאן הויא ליומא, מה אני בחינם אף אתם בחינם, ויפה תלמוד תורה עם דרך ארץ), איך בין אבער א גוטער מענטש בין איך פארנומען טרעפן היתרים פאר אנדערע.