בלאט 1 פון 1

איינער דערקוטשעט מיך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:26 pm
דורך גבאי שני
א חשוב׳ער מעמבער האט מיך געבעטן דאס ארויפצושטעלן.

עמעצער פון מיינע ידידים האט דערשמעקט אויף מיין שריפט אז איך בין .... (מיין ניק), און זינט דאן הערט ער מיר נישט אויף צו נערווירן יעדן טאג מיט טעקסט מעסעדזשעס און מיט פערזענליכע טעלעפאן רופן אז איך זאל אים אריינלאזן אין מיין ניק כדי ער זאל קענען ליינען דעם פריוואטן פארום, פארשטייט זיך אז איך זאג אים אפן און גראב לא מיט א אל"ף, אבער ער הערט נישט אויף צו נודזשענען אז ער פארשטייט נישט וואסערע פראבלעם איך האב אים אריינצולאזן עמי בניקי, און אז ער איז טראסטבאר אז ער וועט נישט ליינען מיינע אישית'ער, און ווען איך פרעג אים פארוואס ער קען נישט זיך אביסל אנשטרענגען און שרייבן מער מיט זיין ניק, טענה'עט ער אז ער איז נישט קיין שרייבער, עכ"פ איך ווער נישט לויז פון אים, עני העלפ?