בלאט 1 פון 1

אמונה בגויים אל תאמין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:30 pm
דורך גרעפיקסער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די זעלבע תורה וואס האט געגעבן א כח פאר די רבנים אויסצורייסן לולב און שופר אום שבת האט זיי אויך געגעבן א כח אויסצורייסן וואטעווער, פארקערט, דאס איז אמונה! להוציא מלבן פון די קראים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:10 pm
דורך פארוואס?
אין די מענאנייט קאווע-שטיבל האט איינער אמאל געעפנט אן אשכול מיטן קעפל *אמונה בישראל אל תאמן*.
אין געשריבן:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:11 pm
דורך גרעפיקסער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די זעלבע תורה וואס האט געגעבן א כח פאר די רבנים אויסצורייסן לולב און שופר אום שבת האט זיי אויך געגעבן א כח אויסצורייסן וואטעווער, פארקערט, דאס איז אמונה! להוציא מלבן פון די קראים.

אין דאך האבן זיי עס נישט געטון... דאס איז אמונה!
(דאס שרייב איך לשיטתך אז די רבנים* האבן באקומען אנלימיטעד פאוער)

*אגב; פארשטיי איך שוין פ״וו האסטעך געטשוזט דעם ניק נאמען, כ׳מיין ווער וויל דען נישט א בלענק טשעק...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבער דער פויפסט האט עס יא געטון, דאס איז אמונה!

די פוינט איז אז פונקט ווי די אידישע רבנים זענען נישט געווארן אויס מאמינים מיט'ן אויסרייסן מצוות שופר אום שבת אזוי אויך ווערט נישט דער פויפסט אויס מאמין מיט די ענדערונגען וואס ער פירט איין.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:24 am
דורך גרעפיקסער
זעיסט טאקע נישט דעם חילוק? ס׳אינו דומה כלל, מ׳רעדט דאך דא פון יסודות און חמור שבחומרים. (לגבי שופר בשבת ווייס איך נישט דעם תירוץ, כ׳האב נאכנישט דרוכגעטון דעם סוגיא).