בלאט 1 פון 3
עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
הרב מאיר טורנהיים אין א לאנג ערווארטעטע עקסקלוזיוו אינטערוויא אויף די חרדישע פאפולערע מידיע ליניע "קול מבשר" מיט א שארפע עתידות אז די יעצטיגע פרעזידענט וועט געווינען די ביפארשטייעדיגע וואלן אין ווינציגער ווי 2 וואכן.
געווענליך קומען אפיר אזעליכע עתידות'ליך לאחר המעשה, דא צום ערשטע מאל איז פארהאן איינער מיט גאטס...
לפי דבריו האט ער שוין פאהרגעזאגט עטליכע און צוואנציג מאל און אייביג צוגעטראפן.
צום באמערקן אז הרב דרעזנער האט זיך געמוטשעט צו ארויפברענגן הרב טורנהיים פאר חדשים האט ער פאר א צייט צוריק ארויפגעברענגט א פלימעניק זיינע הרב בעריש טורנהיים וואס פראבירא נאכצומאכן די פעטער... וואס האט מיט א שארפקייט פאהרגעזאגט אז טראמפ וועט האבן א מפלה און ביידן וועט עס מאכן...
Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:57 pm
דורך פאליטיקאנט
יא יא, ביידע טורהיים'ס זאגן פאר א געווינס פאר ביידע (טראמפ און ביידען), פאר יעדעם זאגן זיי אנדערש, אזוי איז ער גערעכט.
און דא בייגעלייגט זענען זיינע טיפע חשבונות, איז ער טאקע אזוי נאריש אז ער כאפט נישט אז "טראמפ ינצח את ביידען" איז אויך בגימטריא "ביידען ינצח את טראמפ"... ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביידע קענען זיין ריכטיג, אפשר אין אפאר הונדערט יאר ארום וועט א געוויסע מענטש מיט'ן נאמען טראמפ באזיגן איינעם מיט'ן נאמען ביידן. א נביאה מוז נישט מקוים ווערן גלייך, די נבואות פון ירמיה זענען מקוים געווארן הונדערטער יארן שפעטער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:11 pm
דורך [NAMELESS]
קלאר צו שטעלן הרב מאיר טורנהיים זאגט אין די אינטערוויא אז ער האט נאך פאר קיינעם גענטפערט און דאס איז די ערשטע מאל ביי די יעצטיגע וואלן וואס ער קומט ארויס און ער זאגט מיט א קלארקייט אז טראמפ וועט עס מאכן.
בנוגע דיין קשיא ביידן ינצח את טראמפ ווערט אויסגעשמועסט אין די אינטערוויא אז היות די אנדערע פסוקים זעהט מען קלאר אז דאנאלד ינצח זאגט מען אזוי ביי די אנדערע פסוקים.
סיי ווי אזוי איז דאס א חידוש אז איינער זאל ארויפקומען אויף א פאבליק פלאטפורמה מיט אן עתידות איך מיין אז דאס איז די ערשטע מאל אין היסטוריה
די נעפיו איז אויך ארויפגעקומען מיט א קלארקייט אויף ביידן נישט איינמאל נאר צוויי מאל און אינטער דריק פון וועלוול שמעלצער אז ער זאל ביטע טוישן זיין עתידות האט ער דאס איבערגעחזרט אז ער זעהט אז ביידן מאכט דאס
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל קעש איז ער וויליג איינשטעקן אויף זיין זיכערקייט? אין אנדערע ווערטער וואס פארלירט ער אויב ער איז ראנג?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:47 pm
דורך אישתישבי
ער פארלירט אז אלע בחורים און קינדער וואס הערן קול מבשר און גלייבן די שטותים וועלען אים האלטען פאר א נביא שקר.
Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:10 am
דורך קנדה
אישתישבי האט געשריבן:ער פארלירט אז אלע בחורים און קינדער וואס הערן קול מבשר און גלייבן די שטותים וועלען אים האלטען פאר א נביא שקר.
ער וועט זאגן די עבירות האבן גורם געווען אדער צופיל מצות
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:12 am
דורך [NAMELESS]
ביז נעקסטע מאל האט יעדער לאנג פארגעסן וואס ער האט געזאגט. ווער געדענקט יעצט אויב ער האט גערעדט 4 יאר צוריק אדער וואס ער האט געזאגט. און צו ער האט ריכטיג אנגעטראפן.
יא איך ווייס ער האט א 20 יעריגע טרעק רעקארד. איז עס ערגעץ דאקיומענטירט?
אויסער דעם. אין 4 יאר האט ער נייע פאלאWערס וואס זענען נאך נישט געבוירען געווארן. אדער נישט נישט הגיע לכלל בר דעת.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:47 am
דורך מפיל קינד
טורנהיים איז נישט נאר א קול מבשר סעלעב, ער איז באקאנט אין ארץ ישראל מיט זיינע פונקטליכע פאראויסשאצונגען אויך אויף די דארטיגע וואלן, און ער האט נאך קיינמאל נישט דורכגעפאלן, שוין פאר צוואנציג יאר!
דא האט איר אן ארטיקל פון וואלא פון 6 יאר צוריק, איבער די בחירות אין ארץ ישראל
כבר 16 שנה שהרב מאיר הכהן טורנהיים, חסיד חב"ד מלוד, חוזה את תוצאות הבחירות לכנסת. גם הפעם, בבחירות לכנסת ה-20, בעוד כולם דיברו סביבו על "מהפך" וניצחון מוחץ ל"מחנה הציוני", הוא נשאר בשלו והתעקש שהמנצח הגדול יהיה ראש הממשלה בנימין נתניהו. איך הוא ידע? פשוט מאוד חיפש ומצא צפנים סודיים בתורה.
מדהים: החרדי שחזה את תוצאות הבחירות לפי סודות התורהאון דאס איז נאך איידער די טראמפ געווינס פון 2016 וואס ער האט בפירוש פאראויס געשאצט, און די בחירות אין ארץ ישראל פון 2019 ווען ער האט געזאגט אז קיין איין קאנדידאט גייט נישט געווינען!
אגב, ער נוצט אויך זיין מהלך מיט בחירות פון אנדערע לענדער, א שטייגער ווי האלאנד און נאך. ער פובליצירט זיינע מהלכים אייביג פאר די וואלן, און מ'האט אים נאך קיינמאל געכאפט ביי א דורכפאל. אלעס איז דאקומענטירט שוין פאר צוואנציג יאר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 1:22 am
דורך [NAMELESS]
זאל זיין. פראקטיקלי איז עס נישט קיין שום נאַפקעמינע צו וויסן פון פריער.
קען ער געבן אויך נוצבארע אינפארמאציע. אזוי ווי די לאטערי וויננינג נאמבערס?
Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:59 am
דורך פאליטיקאנט
צו סטאקס טויגט ער אויך?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 9:32 am
דורך גרעפיקסער
פאליטיקאנט האט געשריבן:ביידע טורהיים'ס זאגן פאר א געווינס פאר ביידע (טראמפ און ביידען),
ס׳דא א היכא תימצא אז ביידע וועלן קענען זאגן אז זיי האבן צוגעטראפן... כ׳האף צום אייבערשטן אז ס׳זאל נישט פאסירן און ס׳זאל זיין שלום און לאנד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 9:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך קען מיך נאר פארשטעלן וואס וועט זיין ווען ביידען וועט געווינען די פאפולער וואוט און טראמפ וועט געווינען די עלעקטארעל וואוט, ס'וועט זיין ממש א בחינה פון קלו וקלו הבל הבלים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:10 pm
דורך מנחם ציון
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:15 pm
דורך מנחם ציון
געפעלט מיר נאר ווי אן עלטערע איד, לכאורה באוואוסטזיניג צום מאמר חז"ל אז מיום שחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים ולקטנים, קומט ארויף מיט א פרישקייט אלס א פראמינענטער שוטה, נישט סתם א שוטה, אן עקפיריענס שוטה שוין פאר 20 יאר.
ווי קלארער ער האט פארגעזאגט, אלס א גרעסערע שוטה איז ער כפי הקני מדה של חז"ל.
ער זאגט קלאר אז זיין מהלך איז נישט מקוריות'דיג נאר האט דאס זעלבסט בודה געווען מלבו
עמינדב האט געשריבן:וויפיל קעש איז ער וויליג איינשטעקן אויף זיין זיכערקייט? אין אנדערע ווערטער וואס פארלירט ער אויב ער איז ראנג?
אויב איז ער ראנג איז ער א טורנהיים אין לוד, זיך מיך...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:32 pm
דורך נומער5
מנחם ציון האט געשריבן:געפעלט מיר נאר ווי אן עלטערע איד, לכאורה באוואוסטזיניג צום מאמר חז"ל אז מיום שחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים ולקטנים, קומט ארויף מיט א פרישקייט אלס א פראמינענטער שוטה, נישט סתם א שוטה, אן עקפיריענס שוטה שוין פאר 20 יאר.
ווי קלארער ער האט פארגעזאגט, אלס א גרעסערע שוטה איז ער כפי הקני מדה של חז"ל.
ער זאגט קלאר אז זיין מהלך איז נישט מקוריות'דיג נאר האט דאס זעלבסט בודה געווען מלבו
עמינדב האט געשריבן:וויפיל קעש איז ער וויליג איינשטעקן אויף זיין זיכערקייט? אין אנדערע ווערטער וואס פארלירט ער אויב ער איז ראנג?
אויב איז ער ראנג איז ער א טורנהיים אין לוד, זיך מיך...
מסתם האט ער עפעס ביזנעס חשבונות. אזויווי ארויסגעבן א בוך "די מאן וואס האט פאראויס געזאגט" ביי מקובל מאיר טורנהיים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און דער אינטערוויוער האט נישט אויסגעפלאצט?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:44 pm
דורך נומער5
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און דער אינטערוויוער האט נישט אויסגעפלאצט?
ווער זאל לאכן דרעזנער אדער שמעלצער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
דער אינטערוויאער הערט נישט אלעמאל צו די רעדנער. ער קען פרעגן א שאלה יענער ענטפערט עפעס אנדערש און ער פארט ווייטער.
צו מיין שאלה אויבן. דער פאראויס זאגער זאגט ער וואלט אריין געלייגט געלט. ווי פיל ווייסט ער נישט.
איך ווייס יא.
Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:28 pm
דורך קנדה
]יוסף מזרחי פלעגט זיין אויך אויפווייזן תורה מן השמים דורך תורה קאודס פארוואס קוקסטו עס און ווי נביאות עס איז א געוויסע פראגראם איך מיין מען קען עס קויפן און זיכער זיך אויסלערנען צו קענען די תורה קאודס
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
זיי מוחל נעם מיך ארויס פון דיין מעסעדזש. איך קוק עס נישט אן ווי נביאות. איך האב גארנישט מיט קאודס. און נישט מיט מזרחי. און טורענהיים'ס רמזים האט אויך נישט מיט די קאודס. עס איז גאנץ אן אנדער סיסטעם.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 8:33 am
דורך אישתישבי
געוואלד, ווי איז יאפעד מיט דער קריטיקעל טינקונג? דער אינגער עולם איז דאך אזוי דאם, מען קען זיי איינרעדן א קאץ אין בויך.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 8:36 am
דורך הרב שיף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און דער אינטערוויוער האט נישט אויסגעפלאצט?
דער אינטערוויוער אויף קול מבשר לאכט נישט אפי' ווען מען מאכט א להדיא'דיגע ווערטל.