בלאט 1 פון 1

דאס לעבן פין א יחיד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:08 pm
דורך אישתישבי
דער פאקט אז אונזערע מוסדות און בתי מדרשים זענען אפען, און מען האלט נישט קיין סאציאלע דיסטאנצן. דאס האט זיך אנגעהויבן אין אסאך פלעצער תיכף ומיד, ד.ה. זיי האבן קיינמאל נישט פארמאכט, און אלע אנדערע האבן געעפענט פאר שבועות.

דאס ברענגט דער גרויסע שאלה, וואס איז פשט? איז מען נישט מקפיד ביי אונז אויף דער לעבן פין יחידים? אוודאי וועלען מענטשן ענטפערען! ווי נאך איז דא א סיסטעם פין הצלה ווי ביי אונז? די גוים נעמט א יאר ביז זיי קומען.

אסאך וועלען טענה'ן, אז דער גאווערנער איז משוגע, מען דארף באמת נישט מאכן די הרחקות, עס איז נישט א סכנה, און עס קען זיין אמת, כלומר, לאמיר נישט דן זיין יעצט אויב דער גאווערנער איז גערעכט אבער נישט.

וואס יא? פין אסאך אינגעלייט הער איך אז רבנים האלטען אז מען דארף האלטען אפען כאטש עס איז דא א סכנה פאר יחידים דורך האלטען אפען. און דאס וויל איך אדרעסירן. וואס איז פשט? ווי קענען אידן וואס ווייסן אז פיקוח נפש איז דוחה שבת און אלע איסורים אין די תורה זאגן אז מען ברויך נישט איינהאלטן הרחקות ווען עס איז נאר אפאר יחידים?

פין מאנכע הער איך נאכזאגן אז נאר ווען עס איז דא מגיפה ווי עס שטייט אין די גמרא און שולחן ערוך דעמאלס דארף מען פארמאכן. כאטש דארט רעדט זיך נישט וועגן דעם.

קען איינער ביטע מסביר זיין דער פאראדאקס?

Re: דאס לעבן פין א יחיד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:14 pm
דורך פאליטיקאנט
כהעל ארויסברענגען די פאראדאקס אביסל מער:
אידן זענען דאך די עם חכם ונבון, וויאזוי קען זיין זיי זענען נישט חכם ונבון?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
צ"ל עם אויבערחכם, וקשיא מעיקרא ליתא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 3:42 pm
דורך מי אני
פאליטיקאנט האט געשריבן:כהעל ארויסברענגען די פאראדאקס אביסל מער:
אידן זענען דאך די עם חכם ונבון, וויאזוי קען זיין זיי זענען נישט חכם ונבון?

אפשר איז די ווארט אלס "עם" חכם ונבון. דהיינו, אז די חכמה פון אידן איז א קאלעקטיווע אינטעלידזשענס דורך אן עסעמבּליִ בּאָנוּס עפעקט. דאס מיינט אז די ״קלוגשאפט״ אפעקט/פענאמענאן וואס די פסוק מיינט איז דאס וואס קומט ארויס פונעם קאלעקטיוו, וואס איז קלוגער ווי די קלוגסטער אינדיווידואל בתוכו א סארט עמערדזשענס. ואולי אפשר לפרש בזה הגמרא בברכות נח. ת"ר הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:45 pm
דורך נומער5
מי אני האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:כהעל ארויסברענגען די פאראדאקס אביסל מער:
אידן זענען דאך די עם חכם ונבון, וויאזוי קען זיין זיי זענען נישט חכם ונבון?

אפשר איז די ווארט אלס "עם" חכם ונבון. דהיינו, אז די חכמה פון אידן איז א קאלעקטיווע אינטעלידזשענס דורך אן עסעמבּליִ בּאָנוּס עפעקט. דאס מיינט אז די ״קלוגשאפט״ אפעקט/פענאמענאן וואס די פסוק מיינט איז דאס וואס קומט ארויס פונעם קאלעקטיוו, וואס איז קלוגער ווי די קלוגסטער אינדיווידואל בתוכו א סארט עמערדזשענס. ואולי אפשר לפרש בזה הגמרא בברכות נח. ת"ר הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה.

אויב פארשטיי איך דעתך הרמה זאגט איר אז יעדע איד פאר זיך מוז נישט זיין קלוגער פונעם אלגעמיינעם גוי. נאר אידן צוזאמען אלס פאלק איז א קלוגערע פאלק. ווייל די פאר קלוגע פון אידן ברענגט ארויף די עווריזש?

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:14 am
דורך מי אני
איך זאג א געדאנק אז דאס וואס די תורה מיינט קען אפשר זיין א סארט "די סאָם איז גרעיטער דען איטס פּאַרטס" פענאמענאן. והיינו, אז אפשר זענען אידן אלס יחידים ל"ד סיגניפיקענטלי קלוגער ווי אלגעמיינע מענטשן, נאר אזויפיל קומט צושטאנד אז דאס פאלק אלס א קאלעקטיוו איז שוין יא סיגניפיקענטלי קלוגער.

ועיין כאן (עכ"פ לגבי אשכנזים).

Re: דאס לעבן פין א יחיד

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
דורך קנדה
די פשוטע פשט איז אז די חוקים און די משפטים זענען קליג און זיי וועלן זעהן ווי אידן פירן זיך מיט דעם וועלן זיי זאגן אז זיי זענען און עם חכם ונבון אז מען פירט זיך אויף קלוג ווערט מען קלוג

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:22 am
דורך נומער5
מי אני האט געשריבן:איך זאג א געדאנק אז דאס וואס די תורה מיינט קען אפשר זיין א סארט "די סאָם איז גרעיטער דען איטס פּאַרטס" פענאמענאן. והיינו, אז אפשר זענען אידן אלס יחידים ל"ד סיגניפיקענטלי קלוגער ווי אלגעמיינע מענטשן, נאר אזויפיל קומט צושטאנד אז דאס פאלק אלס א קאלעקטיוו איז שוין יא סיגניפיקענטלי קלוגער.

ועיין כאן (עכ"פ לגבי אשכנזים).

איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין. וואס האט דער יחיד א בענעפיט אז ער איז א חכם אדער פשוט קלוגער ווי אנדערע. דאגות האט יעדער דער חכם אויך אויף א אנדערע דרגה. פרנסה-געלט האט לאו דוקא מיט חכמה לא לחכמים לחם. אפשר פונקט פארקערט ער באגרייפט מער די ריסק וואס קומט מיט אינוועסטען און ער ווייסט צי אסאך וואס זאל אים לאזן אריינשפרינגען אין די ביזנעס וכו" . קען זיין פשוט ער פילט זיך גיט ביי זיך אינערליך אז ער איז קלוגער?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 11:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
נומער5 האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין. וואס האט דער יחיד א בענעפיט אז ער איז א חכם אדער פשוט קלוגער ווי אנדערע.

ס'ווענדט זיך וועלכע סארט חכם. ס'דא חכמים וואס מיט זייער קלוגשאפט העלפן זיי מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ (לפי דעתם עכ"פ), ס'דא אינדשענירן וואס בויען געביידעס, בריקן, און קאמפיוטערס, פסיכאלאגן וואס העלפן זיך און אנדערע בעסער זיך אויסצוקומען מיט מענטשן און מיט זיך אליינס, היסטאריקער וואס נוצן היסטאריע זיך צו לערנען פון די טעותים וואס פריערדיגע האבן שוין געמאכט, רבנים און תלמידי חכמים וואס לערנען גוט אפ הלכה כדי צו וואוסן וויאזוי זיך אויסצוהיטן פון גיהנם, א.א.וו. נאכדעם זענען דא פילאזאפן וואס האבן הנאה פון חכמה פשוט אלס דעם וואס ס'מאכט זיי סדר אין נפש, אדער ווייל זיי האבן עס ליעב אלס די אוננות אינטלקטאלית שבו, זיי ווילן נישט גארנישט אויפטון דערמיט ס'מאכט זיי נאר פילן גוט. נאכדעם זענען אבער דא די סארט חכמים וואס נוצן זייער חכמה אלץ קרדום לחפור בה זיך צו גרויסהאלטן איבער אנדערע, און אויף אזא סארט חכמה האט ניטשע געזאגט אז ס'איז די סוף פון חכמה, כלומר א חכם וואס דאס איז וואס ער נעמט ארויס פון זיין חכמהאיז זיין חכמה ווערדלאז. דער טיפש מיט די ברייטע מוסקלען גרויסט זיך ווי גענוי ער קען דאס באל אריינווארפן אינעם בעסקעט, און דער אזויגערופענער חכם גרויסט זיך מיט זיין אוננות אינטלקטואלית ווי גוט ער האט ארויס פארוואס ער איז בעסער פון א צווייטן, הצד השווה שבהן אז ביידע טוען גארנישט אויף פאר'ן ישוב העולם און נישט נאר וואס זיי שעמען זיך נישט דערמיט פילן זיי נאך אז ס'קומט זיך זיי קרעדיט דערפאר.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:24 pm
דורך נומער5
זייער קלאר ארויסגעברענגט.
אייינער וואס ניצט נישט זיין חכמה צי מאכן די וועלט א בעסער פלאץ האט ער טאקע גארנישט פון דעם חוץ זיך צי פילן גוט מיט זיך