בלאט 1 פון 1

חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:47 pm
דורך גבור חיל
אין א פרישע בריוו וועלכער איז געשיקט געווארן עטליכע חדשים צוריק און איז יעצט פארעפענטליכט געווארן, טוען 13 היימישע רבנים און ראשי ישיבות זיך באדאנקען פאר פרעזידענט טראמפ איבער זיין קאראונע האנדלונג, און שענקן אים טיפע וואונטשן און ברכות.

IMG_20201024_234601_507.jpg

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:16 am
דורך הרב שיף
1) איך האב הנאה אז דער בריוו טראגט נישט קיין קעפל, קיין לעדער העד.

2) סאיז א חידוש אז נאר אזוי ווייניג רבנים.

3) איך בין נייגעריג צו עס איז אמת.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:29 am
דורך ישעיה
למעשה איז דער פרעזידענט יעצט גוט צומישט ווער איז דער גרענד ראביי פון סאטמאר

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:13 am
דורך גבור חיל
הרב שיף האט געשריבן:
3) איך בין נייגעריג צו עס איז אמת.


לויט ווי איך הער, איז די בריוו אראנדזשירט געווארן דורך משה מארגרעטן ער האט שוין גערעדט דערפון עטליכע וואכן צוריק אויף קול מבשר, און עס איז געשיקט געווארן דעמאלטס, מען האט עס נאר יעצט ארויס געלייגט לכבוד די וואלן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:31 am
דורך גבור חיל
שטעלט זיך ארויס אז מען האט געמאכט צוויי בריוון, ווייל האדמו"ר מבאבוב האט נישט געוואלט אינטערשרייבן צוזאמען מיט האדמו"ר מבאבוב 45, האט מען געמאכט א צווייטע בריוו מיט באבוב 45...

נורא נוראות!

IMG_20201025_112809_249.jpg


יעצט איז די שאלה וועלכער מען האט געגעבן פארן פרעזידענט...

Re: חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:38 am
דורך החוקר
וואס הייסט? די צווייטע אדרעסירט קאומא.

(אויב עס איז אן אמתע בריוו.)

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:43 am
דורך גבור חיל
החוקר האט געשריבן:וואס הייסט? די צווייטע אדרעסירט קאומא.

(אויב עס איז אן אמתע בריוו.)

גערעכט! נישט באמערקט! באקומען דעם בריוו און עס נישט געהעריג דורך געליינט...

התאחדות כנגד זה

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:49 pm
דורך Chasidishmashpia
התגרות האומות ר"ל

Re: חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:18 pm
דורך פאליטיקאנט
טראמפ שיקט צוריק ברכת קדשו.בילד

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:53 pm
דורך מפיל קינד
ישעיה האט געשריבן:למעשה איז דער פרעזידענט יעצט גוט צומישט ווער איז דער גרענד ראביי פון סאטמאר

כ'האף ער גייט נישט ארויסנעמען פון דעם בריוו אויף למעשה אז ס'קען זיין צוויי פרעזידענטן...



באבוב 45 האט מען ווי פארשטענדליך אויסגעלאזט אלס מרידה באומות, וויבאלד ער איז זיך משתמש בשרביטו של מלך "פאטאס 45".

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:56 pm
דורך מפיל קינד
דער בריוו האט דריי גאר זעלטענע חתימות, באבוב סקווירא און רחמסטריווקא.

פארדעם אליין דארף מען נאך 4 יאר פון טראמפ, ווער וויייסט וואס ס'וועט נאכקומען ביי די 2024 טראמפ קאמפיין.....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:22 pm
דורך מנחם ציון
מפיל קינד האט געשריבן:דער בריוו האט דריי גאר זעלטענע חתימות, באבוב סקווירא און רחמסטריווקא.

פארדעם אליין דארף מען נאך 4 יאר פון טראמפ, ווער וויייסט וואס ס'וועט נאכקומען ביי די 2024 טראמפ קאמפיין.....

אפשר ווערעצקי מיט שאולזאהן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
"מיר האבן געארבעט חדשים צו זאמלען חתימות". פארוואס נעמט עס אזוי לאנג??

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:41 pm
דורך טובה
קלויזענבורג בלאזט
באבוב45 שימפט
סקולען שעלט
ממש זיי האלטן עס נישט אויס

Re: חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:12 pm
דורך גראף
טובה האט געשריבן:קלויזענבורג בלאזט
באבוב45 שימפט
סקולען שעלט
ממש זיי האלטן עס נישט אויס
ממש אזוי? ווער פונטליך, די רבי'ס אדער די חסידים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:43 pm
דורך מה בכך
עמינדב האט געשריבן:"מיר האבן געארבעט חדשים צו זאמלען חתימות". פארוואס נעמט עס אזוי לאנג??

פלעין ווייל דעיס איז די בעסטע תירוץ פארוואס סהאט זיך געשלעפט אזוי לאנג...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
ער'ט געזאגט ווייל זיי האבן געדארפט די אריגינאלע אונטערשריפטן אויף די בריוו און עס איז געווען קאנטרי צייט.
עכט איז עס אין דער אלגעמיינע וועלט נישט אזא קשיא. עס וואלט נישט געדויערט ווייניגער צו שאפן חתימות פון 9 פאליטישענס.