בלאט 1 פון 1
שו"ת אין יסודות הדת - לבי ובשרי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:43 pm
דורך לבי ובשרי
א גוטן טייערע חברים.
עס איז מיר א כבוד און עהרע צו גיין א שטאפל ווייטער דא אויף ק"ש צווישן די חשוב'ע אינטעלעקטועלע חברים. און דאס איז מיט'ן אנהייבן א שאלות ותשובות סעסיע איבער אידישקייט ענינים און יסודות הדת דא צווישן די חברים.
עס איז שוין עטליכע יארן אריבער זינט איך האב אנגעהויבן מיר צו פארצייכענען תשובות און אויך די שאלות וואס איך האב מיר פארצייכנט אין די צייטן וואס איך האב פארברענגט מיט חברים און גוטע אידן וועלכע האבן אזוי געדארשט און געגארט צו באקומען ענטפערס אויף זייערע פראגן, וויסן און פארשטיין יסודות הדת. אדער פשוט שיין אויסגעשמועסט אינאיינעם.
הגם איך בין נישט דער גרויסער דענקער און טיפסטער חקרן, האב איך אבער אסאך געזען ווי מיינע ענטפערס וואס איך פראביר צו ענטפערן, טוט בארואיגן מיינע געוויסן און די געוויסן פון אנדערע.
דערפאר קלער איך אביסל מיטצוטיילן מיט'ן עולם פארשידענע שאלות ותשובות. און אדרבה, איך וועל זיך פרייען צו באקומען פראגעס אדער קאמענטארן אויף וואס איך שרייב, אין אישי אדער ברבים. און כ'וועל פראבירן יעדע וואך צייט אדער כפי הענין, ארויסצולייגן פרישע שאלות ותשובות איבער ווייטערדיגע ענינים.
וזאת למודעי, אז דאס וואס איך שרייב איז נישט קיין אייגענע השערות. עס איז באזירט אויף ספרי יסוד ומחשבה [עקסטער קרעדיט פאר מו"ר רבי עזריאל טויבער]. און הגם עס קענען זיין חילוקי דעות, מוז מען אבער, כדי צו ענטפערן שאלות, געווענליך אננעמען בעיקר איין צד און לויט דעם מאנאווירן דעם שיף און שווימען ווייטער העכער די כוואליעס, ווייל אויב נישט, דאן אין לדבר סוף.
די זעלבע איז פארשטענדליך, אז יעדע ענטפער זעלבסט האט אן אריכות אונטער זיך און נאך אסאך פרטי פרטים וואס עס ווערן נישט אויסגעשמועסט כדי נישט צו פארפארן צו ווייט פונעם שאלה. און אז עס ווערט נישט געדעקט א יסוד אדער פרט, איז אין מייסטנס פעלער דער סיבה נישט אז מען האט פארגעסן דערפון, נאר ווי דערמאנט. ועוד חזון למועד.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:48 pm
דורך לבי ובשרי
[justify][center]ימות המשיח-א[/center]
שאלה:
א גוטן,
ווען וועט זיין דער תקופה פון ימות המשיח און וואס וועט דעמאלט זיין? וועט דעמאלט דער וועלט נאך ווייטער אנגיין?
און, צי האט ימות המשיח א שייכות מיט תחיית המתים אדער עולם הבא וכדומה?
ענטפער:
זייער א יסודות'דיגער שאלה, און צום ערשט לאמיר א רגע מקדים זיין די שלבים פונעם וועלטליכן תיקון און איר סדר.
דער ערשטער שלב, איז ביאת משיח. משיח וועט אנקומען און ער וועט מכניע זיין אלע אומות העולם, און דעמאלט וועט דער וועלט נשלם ווערן. סיי בגשמיות (א שטייגער ווי געזונט, עשירות און רואיגקייט וכו') און סיי ברוחניות (חכמה, קדושה, נבואה וכו').
דער צווייטער שלב איז תחיית המתים. די מתים וועלן אויפשטיין און דעמאלט וועלן די מתים פון אלע דורות האבן דעם געלעגנהייט זיך צו משלים זיין און דינען דעם אויבערשטן אנע שטער. דער שלב וועט זיך ענדיגן, נאך וואס אלע וועלן שטארבן נאכ'ן זיך שוין האבן משלים געווען.
אינעם דריטן שלב וועט דער גשמיות'דיגער וועלט חרוב ווערן און עס וועט זיך אנהייבן א נייער וועלט. דעמאלט וועלן די מתים די צדיקים וואס זענען ראוי דערצו, ווידער אויפשטיין צו תחיית המתים, און זיי וועלן מקבל זיין דער שכר נצחי וואס "עין לא ראתה", א שכר וואס האט נישט זיינס גלייכן אין אונזער חומריות'דיגער וועלט. און די וועלכע וועלן אויפשטיין וועלן נתעלה ווערן מדרגא לדרגא ביים אלף השביעי, אלף השמיני אא"וו.
ווי פארשטענדליך זענען די ערשטע צוויי שלבים א הכנה צום דריטן שלב, צום עולם השביעי, דער יום שכולו טוב וואס דעמאלט איז דער עיקר זמן פאר שכר פאר אלע צדיקים.
אין די ימות המשיח וועט דער וועלט ווייטער אנגיין, עולם כמנהגו נוהג און גארנישט וועט נישט נתבטל ווערן. און דער משל דערצו טרעפן מיר אין ישעי': "וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ". די אידן וועלן זיצן רואיג צווישן די אומה"ע, וועלכע זענען געגליכן צו דער זאב און נמר, און ווי עס שטייט אין פסוק "זאב ערבות ישדדם ונמר שוקד על עריהם", און אלע וועלן זיך פאראייניגן צו דעם איין אמת'ן און ריכטיגן גלויבן.
און די אלע גוזמאות און הפלגות וועלכע מיר טרעפן אין חז"ל איבער דער תקופה פון ימות המשיח איז נאר א משל, און דער אמת איז ווי חז"ל טוען אנדייטן: אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד.
דער סיבה פארוואס ביי ימות המשיח וועט דער וועלט ווייטער אנגיין ווי אמאל, איז וויבאלד, דער גאנצער תכלית פון די ימות המשיח איז דאך אז א מענטש זאל קענען פארזעצן צו מקיים זיין מצוות, און וויבאלד די תורה ומצוות זענען מתוקן געווארן כדי צו ברענגען דער וועלט צום תיקון השלם, דערפאר איז מוכרח אז אויך אין ימות המשיח וועט דער וועלט ווייטער אנגיין ווי פריער, און אזוי וועט מען ווייטער קענען מקדש זיין די וועלט דורך קיום תורה ומצוות און מען וועט דערפאר זוכה זיין צו שכר ביים אלף השביעי.
און דאס איז בפשטות דער כוונה פון דאס וואס דער רמב"ם שרייבט (הל' ד): "לא נתאוו החכמים והנביאים ימות המשיח לא כדי שישלטו על כל העולם ולא כדי שירדו בעכו"ם ולא כדי שינשאו אותם העמים ולא כדי לאכול ולשתות ולשמוח אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה ולא יהיה להם נוגש ומבטל כדי שיזכו לחיי העולם הבא".
*
שאלה:
פארוואס איז אבער נישט גענוג דאס אז מיר זענען מקיים מצוות יעצט בעולם הזה און פארוואס דארפן מיר צוקומען צו קיום המצוות אין א מצב פון ימות המשיח?
ענטפער:
גוט.
דער ענטפער איז, אז לויט אונזער יעצטיגער מציאות, איז אוממעגליך אז מען זאל זיך גענצליך משלים זיין. עס זענען דא היינט צוטאג אסאך מפריעים וועלכע טוען אונז מונע זיין פון קיום תורה ומצוות בשלימות. מיר האבן נישט דעם בית המקדש, עס פעלן אונז אסאך מצוות אא"וו. אבער ווען משיח וועט קומען און דער בית המקדש וועט אויפגעבויעט ווערן פונדאסניי און אלע פעלקער וועלן אונז דינען און מכבד זיין, און דעמאלט וועט נתגלה ווערן אלקות אויף דער גאנצער וועלט. וועלן מיר האבן די מעגליכקייט צו מקיים זיינע אלע מצוות.
נאך א זאך, וויבאלד יעצט איז דא אן עירוב פון טוב ורע און מיר האבן דעם יצר הרע, דערפאר איז דא א גבול צו דער מדריגה וועלכע מיר קענען משיג זיין.
אבער לעתיד וועלן מיר נתעלה ווערן צו דרגת אדם הראשון איידער'ן חטא, דער יצר טוב וועט שולט זיין אויף אלע כוחות הגוף און אונזערע רצונות וועלן זיין אסאך ריינער און לויטער צו טון דעם רצון ה'. דערפאר וועלן מיר ערשט דעמאלט קענען נתעלה ווערן אין שלימות בקיום התורה והמצוות לויט דער דרגה פון אדם הראשון אין גן עדן איידער'ן חטא.
דערפאר איז ימות המשיח א הכרח פאר אונז, וויבאלד דאס איז דער הקדמה און הכנה און נאר אין אזא מצב וועלן מיר קענען אנקומען צום תיקון השלם און די העכסטע דרגות צום יום שכולול שבת און אלף השביעי.[/justify]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 2:46 pm
דורך מנחם ציון
דיין מהלך איז לויטן רמב"ם אליבא דשמואל
וואס טוט זיך מיט אנדערע ראשונים ואליבא דר"י? ר' יוחנן האלט אז עס וועט יא זיין עפעס מער אפי' בימות המשיח?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 2:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מנחם ציון האט געשריבן:דיין מהלך איז לויטן רמב"ם אליבא דשמואל
ס'קען נישט זיין אז ער גייט ווי דער רמב"ם ווייל לויט איהם זענען די זאכן נישט פון די יסודות הדת. (הלכות מלכים פרק יב הלכה ב)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 2:58 pm
דורך מנחם ציון
עכשיו אז דער רבי ז"ל טוט עס דורך אין ויו"מ איז עס שוין יא אן עיקר כדברי הרבי מבעלזא
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אוודאי ווייסן מיר אז דער רמב"ם איז נישט גערעכט געווען און ס'איז יא אן עיקר, דער רמב"ם אליינס האלט דאך אבער יא וואס ער האלט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:28 pm
דורך מנחם ציון
ערנסט גערעדט, איך האב געמיינט צו זאגן אז נישט אלע ראשונים נעמען אן דער ראציאנאלער וועג פונעם רמב"ם אז די וועלט וועט זיין ממש די זעלבע חוץ שעבוד מלכיות
(הגם עס לאזט זיך דעבאטירן אויב דאס איז ראציאנאל, עס לאזט זיך גלייבן אז מיט אזא איבערקערעניש ווי ביאת משיח וועט די וועלט יא געטוישט ווערן אויף א פונדעמענטאלער אופן, וויאזוי וועלן פלוצלינג לייבן עסן שטרוי און זיך האדעווען אין פארם'ס? ממילא קען זיין, אז די מהלך פון אנדערע, -נישט דער רמב"ם- זיי זענען גאר מער ראציאנאל)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 1:56 pm
דורך לבי ובשרי
[center]אמונה ובטחון[/center]
שאלה:
א גוטן,
וואס איז דער אונטערשייד צווישן אמונה און בטחון?
בכלל, מוזן די צוויי זאכן גיין אינאיינעם, אדער דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן און עס איז מעגליך צו האבן און נאר אמונה און נישט בטחון אדער פארקערט?
צ.ב.ש איינס פון די יסודות אין אמונה איז, צו וויסן און גלייבן אז עס איז דא א באשעפער וועלכער פירט דער וועלט ברצונו, ער איז משגיח דערויף אלעמאל און ער איז דער פועל ומהוה את כל הנמצאים והנמצאות. לכאורה, ווען דער מענטש האט אמונה און ער ווייסט אז אלע זיינע מעשים זענען תלוי אינעם אויבערשטן, אויב אזוי האט ער דאך נישט וואס זיך צו זארגן. דעמאלט פארוואס איז בטחון נישט נכלל אין אמונה?
2) וואס באדייט א 'מאמין ואינו מאמין'? איז דער מענטש א גלויביגער אדער נישט?
ענטפער:
דער רמב"ן שרייבט (אמונה ובטחון, פ"א), אז אמונה איז ווי א בוים און בטחון איז ווי דער פרי. דאס מיינט, אז כדי צו האבן בטחון (דער פרי), איז מוכרח צו האבן בעפאר דעם אמונה (דער בוים). אנדערש איז נישט מעגליך. ווייל א מענטש קען זיך נישט פארזיכערן אינעם אויבערשטן אנדעם וואס ער זאל צום ערשט גלייבן אז דער אויבערשטער איז דער בורא, דער כל יכול און ער פירט דער וועלט ווי זיין רצון איז.
אבער עס איז נישט מוכרח אז אמונה זאל ברענגען בטחון אלס רעזולטאט. ווייל ס'איז מעגליך אז דער מענטש זאל גלייבן, אבער ער זאל נישט ווערן אנגערופן קיין "בוטח". אבער אויב דער מענטש איז בוטח, מוז זיין אז ער איז אויך א מאמין.
און ווי דער רמב"ם שרייבט דאס בלשונו: "כל הבוטח מאמין, לפי שאין אדם בוטח אלא במי שמאמין בו שהיכולת בידו למלאות שאלתו, ואין כל המאמין בוטח, כי לפעמים ירא שמא יגרום החטא, או שמא קיבל כבר על מעשיו הטובים בנסים שעשה לו הבורא, ומאשר מוצא עצמו חוטא ופושע כנגד חסדי הבורא יתברך אינו נושא נפשו לבטוח בו שיצילהו מצרתו, או שיתן לו רצון לבו ותאותו".
מער באריכות: בטחון איז משלים דעם אמונה.
נעמליך, אמונה איז בדעת, מען גלייבט מיט א ידיעה ברורה אין די יסודי האמונה; מציאות השי"ת, יחודו ואחדותו, און השגחתו וידיעתו בעוה"ז. דאס אלעס איז אין שכל און מח.
אבער מדת הבטחון איז א שטאפל ווייטער, דאס קומט צוענדיגן און משלים זיין די אמונה. אז נישט נאר אז דער מענטש זאל וויסן און גלייבן אין זיין מח און שכל אין השי"ת און אין זיין השגחה און הנהגה, נאר דאס זאל אויך זיין ביי אים אין הארץ, ער זאל דאס מרגיש זיין און דאס זאל משפיע זיין אויף אים למעשה. און ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לא כה) חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'. דער האפענעונג און בטחון פונעם מענטש איז אין הארץ.
קומט אויס, אז דער אונטערשייד צווישן אמונה און בטחון, איז ווי דער אונטערשייד צווישן דער לומד וועלכער לערנט א הלכה און דער וועלכער עס איז בפועל מקיים דעם הלכה. דער וואס איז מקיים דעם הלכה בפועל, האט אראפגעברענגט לידי מעשה דאס וואס דער לומד האט געלערנט במחשבה ובשכל.
די זעלבע, דער בוטח ברענגט אראפ דעם אמונה לדרגת המעשה, די אמונה ביי אים איז נישט בלויז בדרגת שכל מופשט, נאר דאס איז ביים בדרגת הלכה למעשה שפירנדיג די אמונה טיף אין הארצן.
עס איז טאקע מעגליך אז דער מענטש זאל וויסן און גלייבן אין זיין מח אז דער אויבערשטער פירט דער וועלט און טוט אלעס וואס עס פאסירט, אבער ער זאל נאכאלס נישט זיין סמוך ובטוח אינעם אויבערשטן. און ער וועט נאך מאכן איבריגע השתדלות וואס פעלט נישט אויס מן הדין, דאס איז וויבאלד בדעתו גלייבט ער אינעם אויבערשטן, אבער דאס איז נאך נישט אריינגעדרינגען געווארן אין זיין הארץ און ער שפירט דאס נאכנישט באמת.
ווידעראום דער בוטח, אים ברענגט די אמונה אין זיין מח עס זאל שפירן א ראלע לידי מעשה, און זיין לעבן ווערט געפירט מיט בטחון אינעם אויבערשטן אויף טריט און שריט.
דערפאר איז בטחון דער פרי האמונה, און אן בטחון קומט אויס אז דער אמונה אין זיין מח איז ווי אן אילן סרק, א בוים אן פרוכט, און דער אמונה בדעתו ברענגט אים נישט ער זאל זיך פירן למעשה על פיה.
דאס איז פונקט ווי דער דאקטער וועלכער האט אמאל אויפגעטרעטן מיט א רעדע קעגן רויכערן און איר שעדליכקייט, ער האט געווארנט די פארזאמלטע דערוועגן, ווען בשעת מעשה האט ער גערויכערט. ווי אזוי קען אזא זאך זיין? וויבאלד אין קאפ און שכל פארמאגט ער טאקע די נויטיגע אינפארמאציע, אבער ער האט דאס נאכנישט אראפגעברענגט און אריינגעדרינגען אין זיין הארץ. דערפאר, אפילו ער ווייסט די שעדליכקייט דערפון, ברענגט דאס נאכנישט אז ער זאל דאס מקיים זיין און אויספירן.
די זעלבע איז מיט דער מאמין במח ובשכל וועלכער האט דאס נאכנישט אראפגעברענגט צו זיין הארץ לידי מעשה. דערפאר איז זיין אמונה נישט בשלימות און ער איז בדרגת מאמין ואינו מאמין, וויבאלד ער פירט זיך נישט אזוי להלכה ולמעשה.[/justify]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 3:56 pm
דורך גרעפיקסער
ס׳מיר שווער אויף דעם מהלך אז בטחון איז בעצם די זעלבע אמונה וואס איז נמשך געווארן בלב, ביז אויף למעשה, קודם ווייל דאן איזעס פשוט דער מעסטער אויף די שטארקייט פונעם אמונה און ס׳נישט צוויי אנדערע זאכן, ס׳מער דומה צו א לעכט/לייט מיט זיין שיין, למשל ביי א דימעבל לאמפ, לויט ווי ליכטיג ס׳איז אין שטוב ווייסיך אויף וועלכע דרגא ס׳איז אנגעשטעלט, משא״כ א בוים מיט א פרי איז יא אינגאצן צוויי אנדערע זאכן.
והשנית, לויט ווי דער רמב״ם שרייבט איז משמע אז מ׳קען זיין א ׳מאמין׳ עד הסוף און אפילו אויף למעשה (נזהר צו זיין בקלה כבחמורה), איי פ״וו האטער נישט קיין בטחון? ס׳דא א סיבה ומענה בפיו: ׳ואין כל המאמין בוטח, כי לפעמים ירא שמא יגרום החטא וכו׳׳.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 8:27 pm
דורך לבי ובשרי
גרעפיקסער האט געשריבן:ס׳מיר שווער אויף דעם מהלך אז בטחון איז בעצם די זעלבע אמונה וואס איז נמשך געווארן בלב, ביז אויף למעשה, קודם ווייל דאן איזעס פשוט דער מעסטער אויף די שטארקייט פונעם אמונה און ס׳נישט צוויי אנדערע זאכן, ס׳מער דומה צו א לעכט/לייט מיט זיין שיין, למשל ביי א דימעבל לאמפ, לויט ווי ליכטיג ס׳איז אין שטוב ווייסיך אויף וועלכע דרגא ס׳איז אנגעשטעלט, משא״כ א בוים מיט א פרי איז יא אינגאצן צוויי אנדערע זאכן.
והשנית, לויט ווי דער רמב״ם שרייבט איז משמע אז מ׳קען זיין א ׳מאמין׳ עד הסוף און אפילו אויף למעשה (נזהר צו זיין בקלה כבחמורה), איי פ״וו האטער נישט קיין בטחון? ס׳דא א סיבה ומענה בפיו: ׳ואין כל המאמין בוטח, כי לפעמים ירא שמא יגרום החטא וכו׳׳.
אן אריינגיין יעצט צי א בוים און א פרי איז איין זאך אדער נישט, וועל איך דיר ברענגען א דוגמא צו וואס איך האב פריער געשריבן (און כ'האב דאס פריער דערמאנט בקיצור נמרץ), און דאס וועט פארענטפערן דיינע ביידע פראגעס לכאורה.
עס איז דא אמאל איינער וואס לערנט א הלכה אין הלכות שבת אז אויב גייט מען ארויף אויף א בוים, טאר מען נישט אראפקומען דערפון ביז נאך שבת. כידוע.
דער לומד וואס לערנט דאס, האט בסך הכל געלערנט דעם הלכה. ער האט דאס אבער מקיים געווען יעצט למעשה? ניין.
ווידעראום, ווען דער לומד וועט פיזיש בלייבן שטעקן אויפן בוים און נישט אראפקומען דערפון ביז נאך שבת, ערשט יעצט ער איז מקיים דעם הלכה בפועל ובמעשה.
איז דאס צוויי גענצליך אנדערע דינים? יא און ניין. ווייל ביז דער לומד טרעפט זיך נישט אים דעם ספעציפישן פאל, קען ער נישט זאגן אז ער האט מקיים געווען דעם הלכה. ער קען זאגן אז ער "ווייסט" די הלכה. דאס איז במח, בשכל ובדעת. אבער נישט למעשה.
דאס האב איך געשריבן, ס'איז נישט אזוי ווייט דער דמיון וויפיל זאכן אמונה און בטחון זענען, איינס, צוויי אדער דריי. ס'איז דער נקודה אז בטחון איז א למעשה'דיגער ענף און פרי פון אמונה, און ווען א מענטש איז א בוטח דאן פארווירקליכט ער דעם אמונה בשלימות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 9:43 pm
דורך חמלה גדולה
Ranban, not Rambam
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 11:01 pm
דורך מצפצף
, מעולם לא הבנתי וואס מ'מוטשעט זיך אזוי מחלק צו זיין צווישן אמונה און
בטחון. אמונה איז אמונה בקל אחד ולא יותר דאס איז האט גארנישט צו טוהן למעשה
מיט מיין מצב יעצט.
בטחון איז אז דער אויבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר מיר (אדער לויט טייל אז
ער וועט מיר ארויסנעמען פון מיין פראבלעם).
[justify][/justify]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 11:54 pm
דורך לבי ובשרי
מצפצף האט געשריבן:, מעולם לא הבנתי וואס מ'מוטשעט זיך אזוי מחלק צו זיין צווישן אמונה און
בטחון. אמונה איז אמונה בקל אחד ולא יותר דאס איז האט גארנישט צו טוהן למעשה
מיט מיין מצב יעצט.
בטחון איז אז דער אויבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר מיר (אדער לויט טייל אז
ער וועט מיר ארויסנעמען פון מיין פראבלעם).
[justify][/justify]
שאלה איז אבער (ביי אסאך), צי די צוויי זאכן זענען בכלל געבינדן איינס מיט אנדערן אדער נישט, און אויב יא, דאן מיט וואס און וואס איז עס א נפקא מינה אויף למעשה [אינעם חיי יום יום].
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 12:09 am
דורך גרעפיקסער
אויב האלט איך אז דעי אראפגעפאלענע עלעקטריק ווייער (נאך א האריקעין) איז לייוו גיי איך עס נישט אנרירן, אויב ריר איך עס יא אן מיינט אז איך גלייב אז ס׳נישט לייוו. ס׳נישט שייך אז אין מוח פארשטיי איך אז ס׳קען זיין לייוו אבער למעשה וויל איך עס יא אנרירן.
אוודאי איז שייך ביי אמונה אז ס׳איז באהאלטן און ס׳אפעקטירט נישט דעם למעשה - און דאס איז טאקע די עבודה מגלה זיין מער און מער דעם אמונה וואס ליגט אין יעדן איד, א בחינה פון א אור וואס קען שיינען שטערקער און שטערקער - אבער דאס איז ביי אלע מצות, נישט דוקא ביי בטחון.
א״כ מאי קא משמע לן ׳ואין כל המאמין בוטח׳? פינקט אזוי איז, אין כל המאמין לובש ציצית.
דעריבער נראה לי אז ׳אין כל המאמין בוטח׳ רעדט מען אז דער אמונה איז יא בשלימות אבער צו מדריגת הבטחון איזער נאכניש אנגעקומען. ובפרט ווייל ער פירט אויס מיט דברים של טעם, אז אפילו ער גלייבט קלאר אינעם בורא והשגחה, איז דא א אנדערע סיבה פ״וו עריז נישט בוטח ׳כי לפעמים ירא שמא יגרום החטא, או שמא קיבל כבר על מעשיו וכו׳׳.
וויזוי קען בטחון זיין פשוט א למעשה׳דיגע אויספיר פונעם אמונה ווען אפילו ער זאל האבן אמונה עד הסוף האטער א סיבה פ״וו נישט צו זיין בוטח?
און צום משל פון הלומד הלכות שבת איזעס גלייך ווי ער טרעפט זיך שבת אויפן בוים און ער קען קלאר די הלכה, אבער ס׳ביי אים פיקוח נפש פארדעם גייט ער יא אראפ...
@מצפצף זאגט ענליך - כ׳מיין צום ערשט ברויך מען לערנען און ארויסהאבן מהות הבטחון דערנאך העט זיין גרינגער צו פארשטיין וואס ס׳האט יא אדער נישט מיט אמונה
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 12:18 am
דורך מצפצף
פארוואס זאל מיר די פאקט אז עס איז דא א גאט (אמונה) מאכן רואיג (ביטחון) אז
איך גיי נישט באקומען קענסער?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 1:14 pm
דורך לבי ובשרי
מצפצף האט געשריבן:פארוואס זאל מיר די פאקט אז עס איז דא א גאט (אמונה) מאכן רואיג (ביטחון) אז
איך גיי נישט באקומען קענסער?
מאן יימר אז בטחון איז דיר צו מאכן רואיג אז דו וועסט נישט באקומען קענסער?
גייט מען שוין אריין דא אינעם מחלוקת הידוע וואס בטחון באדייט, צי סמ'דארף זיין פארזיכערט אז ס'וועט בכלל נישט קומען קיין שלעכטס, אדער אז דו שלעכטס וואס קומט אויף מיר איז לטובה אדער באמת נישט שלעכט.
כאפסט?
[זעט אויס אז רובאשקין איז אזא בעל מדריגה און ער נעמט א צד אינעם מחלוקת וואס עס מיינט בטחון, אזש זייענדיג אין טורמע האט ער בכלל נישט געהאלטן אז ער זיצט אין טורמע. נאר אז ער זיצט צווישן ווענט וואס הייסט טורמע... באט, כ'בין נישט אריין אין דעם שמועס, און לאו דווקא אז דאס מיינט ריכטיגע בטחון לויט יעדן].
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 1:25 pm
דורך לבי ובשרי
גרעפיקסער האט געשריבן:אויב האלט איך אז דעי אראפגעפאלענע עלעקטריק ווייער (נאך א האריקעין) איז לייוו גיי איך עס נישט אנרירן, אויב ריר איך עס יא אן מיינט אז איך גלייב אז ס׳נישט לייוו. ס׳נישט שייך אז אין מוח פארשטיי איך אז ס׳קען זיין לייוו אבער למעשה וויל איך עס יא אנרירן.
לבי ובשרי האט געשריבן:דאס איז פונקט ווי דער דאקטער וועלכער האט אמאל אויפגעטרעטן מיט א רעדע קעגן רויכערן און איר שעדליכקייט, ער האט געווארנט די פארזאמלטע דערוועגן, ווען בשעת מעשה האט ער גערויכערט. ווי אזוי קען אזא זאך זיין? וויבאלד אין קאפ און שכל פארמאגט ער טאקע די נויטיגע אינפארמאציע, אבער ער האט דאס נאכנישט אראפגעברענגט און אריינגעדרינגען אין זיין הארץ. דערפאר, אפילו ער ווייסט די שעדליכקייט דערפון, ברענגט דאס נאכנישט אז ער זאל דאס מקיים זיין און אויספירן.
גרעפיקסער האט געשריבן:אוודאי איז שייך ביי אמונה אז ס׳איז באהאלטן און ס׳אפעקטירט נישט דעם למעשה - און דאס איז טאקע די עבודה מגלה זיין מער און מער דעם אמונה וואס ליגט אין יעדן איד, א בחינה פון א אור וואס קען שיינען שטערקער און שטערקער - אבער דאס איז ביי אלע מצות, נישט דוקא ביי בטחון.
א״כ מאי קא משמע לן ׳ואין כל המאמין בוטח׳? פינקט אזוי איז, אין כל המאמין לובש ציצית.
דעריבער נראה לי אז ׳אין כל המאמין בוטח׳ רעדט מען אז דער אמונה איז יא בשלימות אבער צו מדריגת הבטחון איזער נאכניש אנגעקומען. ובפרט ווייל ער פירט אויס מיט דברים של טעם, אז אפילו ער גלייבט קלאר אינעם בורא והשגחה, איז דא א אנדערע סיבה פ״וו עריז נישט בוטח ׳כי לפעמים ירא שמא יגרום החטא, או שמא קיבל כבר על מעשיו וכו׳׳.
וויזוי קען בטחון זיין פשוט א למעשה׳דיגע אויספיר פונעם אמונה ווען אפילו ער זאל האבן אמונה עד הסוף האטער א סיבה פ״וו נישט צו זיין בוטח?
@מצפצף זאגט ענליך - כ׳מיין צום ערשט ברויך מען לערנען און ארויסהאבן מהות הבטחון דערנאך העט זיין גרינגער צו פארשטיין וואס ס׳האט יא אדער נישט מיט אמונה
דברים של טעם.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:35 pm
דורך לבי ובשרי
[center]סור מרע בעבודת ה'[/center]
[justify]שאלה:
ווי אזוי קען איך זיין צופרידן און רואיג דינען דעם אויבערשטן ווען יעדע רגע האק איך אריין אין זאכן וואס מען טאר נישט און עס איז דא אזויפיל זאכן וואס איך מעג נישט.
מען טאר נישט קוקן דאס, מען מעג נישט הערן יענס, מ'טאר נישט טראכטן אזוי און מ'מעג נישט רעדן אהין. וואס איז פשט פון דעם און ווי אזוי קען איך באזייטיגן די אלע איסורים און לא תעשה'ס און מיין עבודת ה' זאל פארגרינגערט ווערן?
תשובה:
קוק אהער, כ'וועל דיר נישט אפענטפערן מיט א שנעלן טיפישן ענטפער. איינס, ווייל אזעלכע סארט ענטפערס קענסטו דאך טרעפן אין יעדן מאמר חז"ל אדער ספר, א שטייגער ווי 'רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להן איסורים ומצוות לא תעשה'. דאס ביסטו דאך נישט נייגעריג צו הערן און דאס וועט דיר גארנישט דערלייכטערן.
די זעלבע וועל איך דיר נישט ענטפערן אן אומראציאנאלן ענטפערן ווי 'לפום צערא אגרא', און אז זאלסט גלייבן מיט אמונה פשוטה אז מיט יעדע זאך וואס דו ביסט זיך גובר און דו טוסט נישט, האסטו אויפגעהויבן א זעקל דיאמאנטן און ביסט נתעשר געווארן אסאך מער ווי ביל-געיטס. דאס וועט דיר נישט בארואיגן און כ'גלייב נישט אז דו ווילסט דאס הערן. דאס איז אויסער דעם, וואס איידער כ'וועל דיר יא אמאל ענטפערן אזא ענטפער, וועל איך קודם מוזן מקדים זיין וואס כ'האב צו זאגן איבער דער טעמע פון 'שכר ועונש' בכלליות און איבער 'בחירה' אא"וו. [וואס כ'האף צו טון אין א נאנטער געלעגנהייט בס"ד].
די זעלבע וועט דיר נישט בארואיגן ווען איך וועל דיר ערקלערן מיט טיפישע מגיד'ישע משלים אז ביסט א סאלדאט פאר'ן אויבערשטן און דו ביסט פון די נעווי סיעלס וואס דארפן שלאפן א האלבע שעה א נאכט און זיי זענען שטאלץ דערמיט. אדער מיט אזא ענטפער ווי 'ישראל מוסיפין כח בגבורה של מעלה'.
ווי אויך וועלן אזעלכע סארט תירוצים דיר נישט גענצליך היילן, עס וועט דיר בלויז 'אפשר' געבן די מוט אויף א קומענדיגן מאל ווען דו טרעפסט זיך אין פאסטקע. דערפאר, וועל איך פראבירן דיר צו ענטפערן א יסודות'דיגער ענטפער וואס וועט האפענטליך ברענגען אז מער זאלסטו נישט שפירן אז עס איז בכלל פארהאן זאכן וואס דו טארסט נישט און דו מעגסט נישט.
*
ביי א נישואין וואס קומט פאר כדת משה וישראל איז דא צוויי שלבים על פי הלכה. א', מעשה הקידושין. ב', די חיי הנישואין וואס הייבט זיך אן אין חדר היחוד.
אין שו"ע (אהע"ז סי' מ"א ס") ווערט גע'פסק'נט להלכה: מקדש אדם כמה נשים כאחת, והוא שיהיה שוה פרוטה לכל אחת ואחת, ויכולה אחת מהן לקבל הקדושין בשביל כולן לדעתן.
יא, לגבי קידושין, לויט די הלכה, קען איין פרוי מקבל זיין דעם רינגל פאר אלע אנדערע, אבער לגבי דער חלק פון יחוד, איז אינגאנצן אנדערש. די עצם הגדרת ומעשה היחוד, איז דאס אז די פרוי איז זיך מתייחד מיט איר מאן ווען קיין שום פרעמדער איז נישט דארט. אויב געפינט זיך דארט נאך א מענטש איז דאס סותר די מעשה היחוד און עס איז מבטל דעם יחוד.
ביי מעמד הר סיני האט דער אויבערשטער מקדש געווען עם ישראל דורך משה רבינו. די קידושין האט געהאלפן אויפאיינמאל פאר גאנץ עם ישראל. ווידעראום די "יחוד" צווישן די אידן און אביהם שבשמים, דאס דארף זיין כלפי יעדן איינער באזונדער עקסטער. יעדער איינער פון כלל ישראל במהלך ימי חייו אויף דער וועלט, קען און דארף שאפן א קשר מיט הקב"ה. א קשר ווי דער קשר היחוד. יחוד, אליינס מיט'ן אויבערשטן. אן אלעס ארום.
דא קומט אויס א שטיקל חידוש, אז כנסת ישראל ווערט מוגדר כביכול ווי דער "אשת איש" פונעם אויבערשטן, און אויב אזוי איז דער פשוט'ער איד גענוי די זעלבע ווי משה רבינו. ביידע האבן מקבל געווען קידושין פונעם אויבערשטן און זיי קענען זיך קיינאמל נישט אפרייסן פון דעם קשר.ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
ווידעראום, איכות חיי הנישואין התמידיים וואס הייבט זיך אן אין חדר היחוד און טוט פארזעצן אויפ'ן גאנצן לעבן, איז דא א יחס וואס טוישט זיך צווישן אייין איד אינעם צווייטן. פונקט ווי דער איכות החיים אינעם חיי הנישואין וואס איז געוואנדן אינעם נאמנות פונעם פרוי צו איר מאן. ביז וויפיל זי איז גרייט צו מוותר זיין פון איר פאר אים, און וויפיל אירע אויגן זענען געוואנדן בלויז אין אים. אזויפיל איז דער איכות הנישואין אסאך שטערקער.
מער פונדעם, עס זענען באוויסט די ווערטער פונעם ר"ן אין מסכת נדרים (דף ל.) בהגדרתו איבער דער חלק פונעם פרוי אינעם מעשה הקידושין: "מכיון שהיא מסכמת לקדושי האיש, היא מבטלת דעתה ורצונה ומשווי נפשה אצל הבעל כדבר של הפקר, והבעל מכניסה לרשותו". די הגדרה פונעם חלק הקידושין מצד די פרוי איז נישט די כוונה צו אן איינמאליגע געשעעניש, צו בלויז די רגע פון די קידושין. דאס איז דער מהות הקידשוין התמידית: "היא מבטלת דעתה ורצונה ומשווי נפשה אצל הבעל כדבר של הפקר". אקעי? אונזער תפקיד און חלק ביחס אונזער נישואין מיט'ן בורא עולם, איז, צו מבטל זיין אונזער דעת און רצון צו מפקיר זיין אונז זעלבסט צום בורא עולם.
[ישקני מנשיקות פיהו. נשיקות – לשון רבים, צוויי נשיקות איז דא ביי נישואין וואס טוען אויסדרוקן צוויי בחינות פון קשר און יחס הדדי. איינס ווייזט אויף די עצם יצירת קשר העמוק צווישן דעם פארפאלקי, אויפן חיבור הנצחי. די צווייטע לערנט אונז, אז זיי קערן זיך נישט צו קיין צווייטן אויסער דעם אנדערן פארפאלק, זיי האבן נישט קיין שום אנדערן שר, אויסער די חיי הנשואין. די צוויי בחינות זענען די עמודי התווך פון נישואין.
דער ערשטע נשיקה איז קעגן: "אנכי ה' אלקיך". דאס איז דער שייכות נצחית פון הקב"ה און זיין פאלק. דער צווייטער נשיקה איז קעגן: "לא יהיה לך אלהים אחרים", דאס איז דער געטליכער באפעל אז מיר זאל נישט אנגבינדן קיין קשר, אויסער דער קשר מיט השי"ת עם אף גורם, טאר מען נישט דינען קיין פרעמדע אפגעטער.
די ערשטע צוויי דברות איז דער שורש צו אלע מצוות פון די תורה: "אנכי" דער שורש צו מצוות עשה, דאס איז דער חלק ה' המקדש עמו ישראל, און "לא יהיה לך" איז דער שורש צו די מצוות לא תעשה דער חלק היחוד מצד הכלה וואס דאס איז כנסת ישראל. און מען קען צולייגן: דער עמוד היסודי פון צווישן די צוויי עמודים איז דער עמוד פון "לא היהי לך", דאס איז הגדרת החפצא פון די קידושין, און ווי תוספות ערקלערט (מסכת קידושין דף כ: ד"ה דאסר לה) אז "הרי את מקודשת לי" איז דער באדייט, דו ביסט אסור פאר יעדן מענטש, להיות שלי. ע"כ פון הגאון מ'ווילנא בתוספת נופך של הגר"ע טויבער].
בקיצור, דער סוד היחוד איז, ניתוק ממקור תענוג אחר.
קענסט נישט לעבן מיט א פרוי יעדע נאכט, ווען צומארגנס האסטו זיך שוין אפגעשמועסט צו טרעפן מיט א ציענדן שכינה. ואכמ"ל.
אינטערעסאנט. ווען חתן וכמה קומען אריין צו א חופה איז דער מצב משוגע ערנסט, מ'זינגט קה אכסוף און נעילה ניגונים. צוויי מינוט דערויף ווען דער גלאז איז צעבראכן, כאפן זיך די חתן וכלה אן איינער אינעם אנדערן און... ס'איז פרייליך... מ'גייט אריין אינעם חדר היחוד, און די מעשה הביאה ווערט אפגעשטופט אויף שפעטער אין נאכט...
לויט אונזער שכל ברויך זיין פארקערט, ווען די חתן און כלה קומען אריין צום חופה ברויכן זיי זיין פרייליך און אויפגעהייטערט, און ערשט נאכ'ן געבן קידושין זאל ווערן קאלעמוטנע. ווייל ווען די חתן וכלה קומען אריין צום חופה איז דאך די כלה א פרייע בתולה און זי מעג הייראטן מיט יעדן, נאכמער, ווייסט אין וואספארא בוץ זי לאזט זיך יעצט אריין? גיין שלאפן צוזאמען פון היינט און ווייטער, פארברענגען צוזאמען, צוגרייטן נאכטמאל און וואשן די אונטערוועש פונעם חתן.
יעדער בר דעת פארשטייט אבער, אז דאס איז שטויות. דייקא נאך וואס די כלה באקומט דעם רינגל הייבט זיך אן דער קידושין, דער יחוד. און אין יחוד שטיבל האט א נארמאלער בר דעת נישט קיין הוה אמינא צו עפענען א צייטונג און ליינען נייעס. און ביז דער קידושין איז גארנישט געווען. דער מצב איז געווען ביטער ווי א זית.
כ'מיין אז כ'האב שוין צופיל מאריך געווען.[/justify]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:37 pm
דורך לבי ובשרי
כאן המקום זיך צו באדאנקען פאר די תודות און הערות אין אישי.
טענקס.