בלאט 1 פון 2
געמישטע שווימען פאר א פרוי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 7:01 am
דורך טייערע ברודער
איך ווייס נישט צו ס'איז שוין דא אן אשכול אויף דעם.
אונז מענער ווייסען אז שווימען מיט פרויען איז א הארבער איסור פון פריצות און הסתכלות אסורות.
וואס איז דער הלכה וועגן א פרוי שווימען מיט מענער. אויב ס'איז אידען איז זי מכשיל זיי מיט זעהן וואס זיי טאר'ן נישט, אבער ס'איז בלויז גוים וגויות וואס וואלט געדארפט צו זיין דעם איסור?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:46 pm
דורך ישעיה
ס'נישט אידיש.
און אויך, גענוג גויים וועלן קענען באשטיין צו ארויסגיין מיט א אידענע, דאכצעך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 1:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען מ'פרעגט אזא שאלה דארף מען קלאר מאכן וואס מ'וויל, צו דו ביזט א פרוי וואס וויל זיך ענדשויען אביסל און זוכט א היתר, צו דו ביזט איר מאן אדער טאטע וואס פארגינט איר נישט אז זי קען יא גיין און ער נישט און זוכט אן איסור.
אויב דו זוכטס א היתר איז די תשובה אז מ'מעג, וועגן אפאר טעמים. 1) גוים זענען נישט מצווה אויף ולא תתורו אחרי עיניכם. 2) זי ווערט בטל בששים און מ'דארף נישט חושש זיין אז פון אלע מאדעלן וואס דרייען זיך ביים ים וועט איינעם אנכאפן צו פאנטאזירן פונקט אויף איר, סיידן אז זי איז עפעס אויסטערליש שיין. 3) די איסור פון ולא תתורו איז נאר ווען מ'פאנטאזירט ממש און ס'איז זייער נישט שכיח אז א מאן זאל פאנטאזירן אויף סתם א פרוי אויפ'ן גאס, העכסטנס איז ער עובר אויף המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה כדי ליהנות בה וואס דאס איז נאר א דרבנן, און ביי דרבנן'ס איז נישט קלאר צו סדא די איסור פון ולפני עוור לא תתן מכשול, וספק דרבנן להקל. 4) אפילו אויב א גוי וועט וועלן שלאפן מיט איר קען זי אלץ זאגן ניין. 5) אפילו אויב זי וועט נישט קענען זאגן ניין איז עס נאר אסור דרך חתנות. 6) אפילו אויב זי וועט זיין געצווינגען צו חתונה האבן מיט איהם איז עס מותר ווייל זי איז קרקע עולם (אזויווי אסתר און אחשורוש).
ווידער אויב זוכסט אן איסור איז די תשובה אז ס'איז אסור, וועגן אפאר טעמים. 1) ס'נישט אידיש. 2) פאר הונדערט יאר צוריק פלעגן אפילו די גויים נישט טוהן אזעלכע זאכן. 3) אפשר איז דא צווישן די גוים ביים ים א איד און מ'איז איהם מכשיל מיט ולא תתורו אחרי עיניכם. 4) זי ווערט נישט בטל בששים ווייל א בריה ווערט נישט בטל. 5) אפשר איז דא צווישן די גויים דארט א איד א תלמיד חכם צו סתם אזוי א דערהויבענע גוי וואס ס'האט איהם אנגעכאפט א שוואכע מינוט און ער וועט זיכער פאנטאזירן אויף איר ווייל כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו. 6) מ'דארף חושש זיין אז פון אלע פרויען ביים ים וועט א גוי וועלן שלאפן פונקט מיט איר און זיי וועט איהם נישט קענען אפזאגן ווייל ער וועט זיין א מאפיאנער מיט א רעוואלווער.
ס'דא נאך אסאאאאך צדדים לאיסור ולהיתר, כ'האב עס נאר אנגערירט אויפ'ן שפיץ גאפל.
למעשה גערעדט דארף מען געדענקען אז ברעכן די יצר הרע פון אומפארגינערשאפט איז דוחה אפילו א דאורייתא. (בבא מציעא לב:)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 1:56 pm
דורך לך לך
כוואלט געזאגט, גיי אריין צו סאַכדעס פרעג זיי אן כדת מה לעשות...
לאז אונז וויסן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:23 pm
דורך איך אויך
אבער דער גאלאנטער איז שוין נישט דארט, די שאלע איז אויב איצא קען אליינס פסקנן אזא שווערע ספק.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 4:11 pm
דורך שמעקעדיג
לך לך האט געשריבן:כוואלט געזאגט, גיי אריין צו סאַכדעס פרעג זיי אן כדת מה לעשות...
לאז אונז וויסן
זיי וועלן מסתמא מחלק זיין אויב זי טראגט דעם פריצות'דיגן בעידינג סוט וואס רביה"ק האט גע'אסר'ט אפילו אין די קאנטרי וואו מען קען נישט אנטלויפן פון השי"ת...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:24 pm
דורך נומער5
איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי וועלן מסתמא מחלק זיין אויב זי טראגט דעם פריצות'דיגן בעידינג סוט וואס רביה"ק האט גע'אסר'ט אפילו אין די קאנטרי וואו מען קען נישט אנטלויפן פון השי"ת...
ווי זאגן מיר אלץ, פון די רבנים קען מען אנטלויפן, פון השי"ת פעלט נישט אויס צו אנטלויפן..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:58 pm
דורך berlbalaguleh
טייערע ברודער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז שוין דא אן אשכול אויף דעם.
אונז מענער ווייסען אז שווימען מיט פרויען איז א הארבער איסור פון פריצות און הסתכלות אסורות.
וואס איז דער הלכה וועגן א פרוי שווימען מיט מענער. אויב ס'איז אידען איז זי מכשיל זיי מיט זעהן וואס זיי טאר'ן נישט, אבער ס'איז בלויז גוים וגויות וואס וואלט געדארפט צו זיין דעם איסור?
טייערע ברודער: עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס'דא א גמ' אין מס' כתובות..."רוחצת עם האנשים תצא בלא כתובה"...!
נאכדעם איז דא נאך א פשט... "דו מיינסט אז ---'-, --- ------ --- ----...! לאל...!
Re: געמישטע שווימען פאר א פרוי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 10:11 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
נומער5 האט געשריבן:איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
@רביה"ק האט דאך געגרינדעט התאחדות!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:22 pm
דורך הרב שיף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נומער5 האט געשריבן:איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
@רביה"ק האט דאך געגרינדעט התאחדות!
התאחדות הרבנים לחוד, וסאכדעס לחוד.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:אבער דער גאלאנטער איז שוין נישט דארט, די שאלע איז אויב איצא קען אליינס פסקנן אזא שווערע ספק.
איך אויך: ביי איצא שייגעץ ווענדט זיך עס ווער ס'געט מער שוחט געלט...לאל...!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 8:29 pm
דורך אספקלריה
אויב געדענק איך גוט איז דא א תשובה פון ר׳ משה לאיסור
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 1:23 am
דורך מה בכך
הרב שיף האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נומער5 האט געשריבן:איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
@רביה"ק האט דאך געגרינדעט התאחדות!
התאחדות הרבנים לחוד, וסאכדעס לחוד.
וכוחא דהיתרא עדיף ..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:18 pm
דורך קהל'ס נער
ישעיה האט געשריבן:ס'נישט אידיש.
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק. השמר לך פן תעשה דבר אשר לא אידיש הוא:
ערנסט גערעדט, וועלכע מין איסור איז דאס "ס'איז נישט אידיש"
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און ביז דארט פארשטייסטו יא, ס׳האט איהם אנגעפאקט צו זאגן אזוי און דאס איז עס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:09 am
דורך דערהויבענע איד
אספקלריה האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט איז דא א תשובה פון ר׳ משה לאיסור
און אויב איך געדענק גוט, זאגט ער א תשובה פאר א מאן וואס דארף עס פאר זיין געזונט להיתר.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 12:46 pm
דורך מי אני
אין אבה״ע ח״א סימן נו אסר׳ט ער נאר ער זאגט אז דאס איז נישט בגדר ״יהרג ואל יעבור״ ונדחה מפני צורך (רפואה, פרנסה וכדומה). אבער אויב איז ער נישט בטוח שלא יבוא לידי הירהור דאן ״צ״ע לדינא״ (לגבי מיין תשובה על עניני הסתכלות בוועקער 15 רעדט ער אויך דארט ארום אז הסתכלות במקומות שדרכן להיות גלויים איז נאר דא ווען ס׳איז כוונתו ליהנות) ע״ש. און אין ח״ד סימן סב איז ער נאר מתיר פאר פרויען צו גיין שווימען וואו ס׳דא א מאן לייפגאַרד. זיין היתר איז געבויט אויף דעם אז ס׳איז א מקום קבוע לרחיצת נשים (וכן משמע בריש סימן הקודם) ע״ש.
כוונתו ליהנות
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 12:57 pm
דורך הקטן
די מישג פין כוונתו ליהנות ווערט דערמאנט אסך מאל
איז דא ערגעץ אין די מקורות א קלארע דעפענישען?
איז א יעדער הנאה פין שיינקייט בשרשו סעקסשעל? אפשר לויט פרויד יא
אויב איז דאס יא בשרשו סעקסשעל אבער האט נישט קיין שייכת מיט קיין עבירה ?
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 1:15 pm
דורך מי אני
אולי גייט דאס אויך אריין אין
דעם באקאנטן כלל לגבי אַבּסעניטי
(תרתי משמע?…). טאקע נישט פון די ״מקורות״.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 1:35 pm
דורך הקטן
דאס איז די עפידעמי פין סאבדשעקטיוועטי
איך זיך דייקא פין די מקורת
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 6:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שטייט ערגעץ אין די מקורות אז סובדשעקטיוויטי מקורות איז נישט קיין גוטע מקור?
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 7:08 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שטייט ערגעץ אין די מקורות אז סובדשעקטיוויטי מקורות איז נישט קיין גוטע מקור?
איך ווייס נישט אפשר איז דאס יא גוט אבער נישט דאס זוך איך