בלאט 1 פון 2

דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 4:59 pm
דורך קאך_לעפל
היינט האבן די הויעכגעשעצטע סענאטארן אין וואשינגטאן אראפגערופן די פירער פון די דריי גרעסטע סאציאליע מידיע פלאטפארמס, אפצוגעבן צייגעניש אין סענאט איבער זייער פארפירנדע טהאטן. פון זייער באהאלטענע היילן און טיפע נארעס אין די טיפענישן פון די טאלן פון סיליקאן, דרום קארליפארניע, זענען רבי משה צוקערבערג פון ספר הפנים, רבי יעקב דארסיע פון פייגל טוויטער, און רבי סענדער פוטשיי פון גוגול, געווען געצווינגן צו ענטפערן פאר די סענאטארן מיט שטרענגע געזיכטער איבער זייערע ליבעראלע שגץ שטיק.

צום מערסט האט ארויסגעשטאצט די הערליכע מייעסטעטישע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע. זיין הערליכע פאטריכאלישע אויסגעקעמטע בארד, און די נאז-באנד וואס באצירט זיינע ברייטע נאז לעכער, מאכט ער אן אומהויערע איינדרוק אויף מענטשן וואס קומען מיט אים אין בארירונג. די גראנדיעזע ליגנטס וואס האבן געפלאסן פון זיין פיסק ווי ווילגאטש פון א פארזשאוועטע וואסער-רער האבן זיך ממש געהערט ווי אמת, בלויז א דאנק זיין רבנישע צורה...

אלענספאלס נאך די וואלן גייט אין יעדספאל אלעס צוריק צום אלטן, א שאד זיך צו האלטן דעם אטעם.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:22 pm
דורך הרב שיף
נו ברענג א בילד.

און אויב עס העלפט אויף נאמנות, וועט מען זיך איינקויפען א בערשטל און צורעכט מאכען די בארד.

Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:36 pm
דורך פאליטיקאנט
.בילדבילדבילד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:49 pm
דורך הרב שיף
יא דאס בארד איז פיין. אבער א נאז באנד זעמיר נישט גרייט צו מאכען.

(מוועט זיך מוזען איינקויפן נאמנות אויף די שווערע וועג)

Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
די חוצפה פון דעם דארסיע איז עפעס אין לשער, ווען א סענאטאר האט איהם געפרעגט פארוואס לייקענען די האלאקאוסט איז נישט צענזורירט האט ער געענטפערט מיט אזא ישיבישע פשטות אז דאס גייט נישט אריין אין איינע פון די זאכן, קאוויד, אדער עלעקשאנס, במילא ווערט עס נישט צענזורירט, פרעגט עם דער סענאטאר, אבער ס'זענען דאך געהארגעט געווארען מיליאנען, וואס הייסט עטס לאזט דאס צו, און דער ענטפער איז געקומען מיט די זעלבע פשטות און גראדקייט, אז אויף דעם האבן זיי נישט אוועקגעשטעלט א צענזור

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס איז מער א בריסקע סארט תורה, "דאס שטייט דא, ס'איז א דין אזא."

בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט נישט קיין פראבלעם מיט האלאקאוסט לייקענער, אמער, די נאציס האבן דאך געהארגעט האומאוס און שווארצע, ווי קען מען דאס לאזן פארשווייגן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:31 pm
דורך מנחם ציון
דער פרצוף דערמאנט מיר פון איינע פון די רבנים א 300 יאר צוריק א שטייגער ווי ר' שמשון ווערטהיימער
נאך איינער איז אים די פנים קענטליך?

Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:57 pm
דורך פאליטיקאנט
די היפאקריטיע איז גרויס און איך האלט אז אויב מאכט ער א צענזור אויף וואס עס שמעקט עם, זאל די גאווערנמענט אריינטרעטן און רעגולירן - אדער אינגאנצן פריי, אדער זאל עס כאטש זיין אונטער קאנטראל (פון ערוועלטע).

לגבי די עצם האלאקאוסט פארלייקענונג זע איך נישט קיין פראבלעם ער זאל דאס צולאזן לו יציאה ער צענזורירט נישט אנדערע נושאים.
כ'מיין אויב דו באשליסט צו לייקענען אז די זון שיינט, געזונטערהייט. יעדע האט א רעכט, אפי' עס איז ראסיסטיש (עכ"פ ביזן אפן מיטיגן צו געוואלדטאטן).

Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 3:49 am
דורך פאליטיקאנט
קאך_לעפל האט געשריבן:היינט האבן די הויעכגעשעצטע סענאטארן אין וואשינגטאן אראפגערופן די פירער פון די דריי גרעסטע סאציאליע מידיע פלאטפארמס, אפצוגעבן צייגעניש אין סענאט איבער זייער פארפירנדע טהאטן. פון זייער באהאלטענע היילן און טיפע נארעס אין די טיפענישן פון די טאלן פון סיליקאן, דרום קארליפארניע, זענען רבי משה צוקערבערג פון ספר הפנים, רבי יעקב דארסיע פון פייגל טוויטער, און רבי סענדער פוטשיי פון גוגול, געווען געצווינגן צו ענטפערן פאר די סענאטארן מיט שטרענגע געזיכטער איבער זייערע ליבעראלע שגץ שטיק.

.


תיקון טעות:
רבי יעקב דארסיע פון פרחי יונים, און רבי סענדער פוטשיי פון מאה אפסים (אדער אפס ואפסי).

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 9:16 am
דורך קוויטעל
מנחם ציון האט געשריבן:דער פרצוף דערמאנט מיר פון איינע פון די רבנים א 300 יאר צוריק א שטייגער ווי ר' שמשון ווערטהיימער
נאך איינער איז אים די פנים קענטליך?

מיר איז ער במושכל ראשון פארגעקומען ווי פון איימיש שטעטל. ס'האט נישט די יודישע חן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 2:35 pm
דורך מנחם ציון
איך מיין נישט אידיש צו גויאיש
די געשטעל וכל אשר בה דערמאנט מיר פון איינעם

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
ער זעט אויס ענליך צו הרב שמואל ניימאן שליט״א...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 9:47 pm
דורך קאצקע ציקער
IMG_20201029_214538_902.jpg

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:10 am
דורך תרומה
34957650-8888985-image-a-9_1603901614101 (1).jpg

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 11:20 am
דורך אינטערסאנט
די נאז-באנד רעפזענטירט עפעס?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 1:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מעגליך א רמז צום נזם זהב באף חזיר.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 1:01 pm
דורך מנחם ציון
חזיר רעפערירט אז ער איז ליבעראל...? :? :?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 1:20 pm
דורך דוראק
אינטערסאנט האט געשריבן:די נאז-באנד רעפזענטירט עפעס?

זע דאָ.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:31 pm
דורך יתרו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:15 am
דורך אינטערסאנט
דוראק האט געשריבן:
אינטערסאנט האט געשריבן:די נאז-באנד רעפזענטירט עפעס?

זע דאָ.


אינפארמאטיוו.

אפשר איז עס א סגולה פאר עשירות...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 11:00 am
דורך פארווע חסיד
דאס הייליג געשטאלט ווערט היינט ווידער געזעהן אויף קעפיטאל הילל,
אשרי מי שראה פני החולם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:25 pm
דורך קוויטעל
פארווע חסיד האט געשריבן:דאס הייליג געשטאלט ווערט היינט ווידער געזעהן אויף קעפיטאל הילל,
אשרי מי שראה פני החולם

ער האט זיך דאס מאל בעסער צוגעשנאצט דאס בארדע...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:41 pm
דורך מה בכך
גראטולאציע צי ר יאנקל פארן ציבאקומען די נייע אפציע צי טוויטער פון כמו סטאטוס אדער סטאריס ויקרא שמו בעמים "פליטס" מזל טוב