בלאט 1 פון 1
דער בלאט גייט רעכטס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 5:35 pm
דורך [NAMELESS]
די וואך איז דער בלאט געגאנגען רעכטס, תרתי משמע.
צו ערשט האט דער בלאט אינדארסט פרעזידענט דאנעלד דזשעי. טראמפ יר"ה פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
נאכדעם האט דער בלאט צום ערשטע מאל אין איר היסטאריע געטוישט די לאגא פון די בלאט און געריקט "דער בּלאַט" צו די רעכטע זייט אנשטאטס אינדערמיט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 12:04 pm
דורך מפיל קינד
פאליטיש איז דער בלאט אלץ געווען מער רעכט געשטימט.
קוק דורך די העדליינס פון די לעצטע יאר צייט, זיי האבן אייביג געהאט מער פרא טראמפ העדליינס ווי די אנדערע צייטונגען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:50 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
דער בלאט אינדארסירט נישט קיינעם, זיי שרייבן אז די קר"י ווילידזש אינדארסירט טראמפ.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:פאליטיש איז דער בלאט אלץ געווען מער רעכט געשטימט.
קוק דורך די העדליינס פון די לעצטע יאר צייט, זיי האבן אייביג געהאט מער פרא טראמפ העדליינס ווי די אנדערע צייטונגען.
כאטש טראמפ איז דאך א ציוני. ער האט אריבערגעפיהרט די אמעריקאנע אמבאסאדע קיין ירושלים עיה"ק. און ער האט געזאגט אז ירושלים איז די הויפטשטאט פונ'ם אידישן פאלק.
מהר"א שליט"א האטציך טאקע זייער שטארק געבייזערט בשעתו. און ער האט דערקלערט אז דאס חשיבות פון ירושלים איז גארנישט מער פון טימבאקטו אדער קרית יואל אין ארענדזש קאונטי...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 9:10 am
דורך מפיל קינד
כ'האף אז מהר"א איז שוין געקומען צו זיך זייט דעמאלטס.
בכלל איז ירושלים חשוב מאוד, אסאך מער פון קרית יואל והגלילות, און אזוי האט אויך געהאלטן זיין פעטער זי"ע.