בלאט 1 פון 2
א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:37 pm
דורך טיכטיגער
אין די טעג איז ערשינען צוויי ווידעאוס פון א באזוך אין די חרדי'שע געגנטער אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, דורך א וולאגער, איינער פיטער סאנטענעלאו.
דער וולאגער איז א גרויסער טרעוולער וועלכער האט שוין ארומגערייזט צו איבער 90 מדינות, און אין פילע אנדערע אינטערעסאנטע געגנטער. ער כאפט אפ זיינע באזוכן און ער פובליצירט עס אויף יו-טוב.
חול המועד סוכות האט ער אפגעשטאט א באזוך אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג. ער ווערט באגלייט דורך דער חסידישער שרייבער פון עמי מאגאזין, שלמה זיאנץ.
אין בארא פארק שפאצירן זיי אראפ דרייצענטע עוועניו און דערנאך באזוכן זיי אין מענדעלסאנס פיצא געשעפט אויף אכצענטע עוועניו.
דערנאך באזוכן זיי אין וויליאמסבורג וואו א היימישער איד האט זיי אריינגענומען אין זיין קינדער-געבענטשטע שטוב.
ס'גאנץ אינטערעסאנט.
ער דארף בקרוב ארויסגעבן א ווידעאו פון קראון הייטס.
א באזוך אין בארא פארקhttps://www.youtube.com/watch?v=GCz_9zaomio&t=1s
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 9:39 am
דורך דער דארפסמאן
Wow
מאסיווע ארבעט דורך דעי איד וואס ווייזט אים ארום בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 11:32 am
דורך נײגעריגער
שלוימיס קאַנאַל
https://www.youtube.com/shloimezionce, פיינע נייעס
אינטערעסאַנט ער טייטשט טפל, "אָן די סייד"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 7:44 am
דורך דער דארפסמאן
היינט קומט ארויס די דריטע עפיזאד
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:26 pm
דורך דער דארפסמאן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:15 pm
דורך mevakesh
דעם וויליאמסבורגער יונגעל'ס השקפות זענען ממש צום באוואונדערן איך בין מקנא דעם טאטן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:11 am
דורך טיכטיגער
ווערט די וואך באשריבן אין די עמי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:29 pm
דורך סאנטיאגא
mevakesh האט געשריבן:דעם וויליאמסבורגער יונגעל'ס השקפות זענען ממש צום באוואונדערן איך בין מקנא דעם טאטן
ער איז א מוסטער פון א קינד וואס זיין השקפה און ידיעות גייט נישט אין ראנג מיט זיין אויסקוק און סעקולערע חינוך, ס'הייסט אין אנדערע ווערטער; אינדערהיים הערט ער נישט פונקטליך די זעלבע מעסעדזשעס ווי אין חדר, אבער פארט מיט די זעלבע קאנפארמיטי מיטן גאנצן לבוש, די פלעסטיק גלעזער מיטן צובראכענעם ענגלישן אקצענט וואס קען נישט צאמשטעלן צווײ זאצן... וואס קייעט איבער די סמארטפאון העצע וואס זיין מנהל האט געזאגט ביי א שובבים דרשה...
מ'דארף זיין בלינד נישט אנצומערקן די קעגנזייטיגע השקפות... ס'טוט מיר וויי, ווייל אזא שארף קינד האט אזויפיל potential צו זיין באמת אן עדזשוקעיטעד אינדיווידואל ווען ער וואקסט אויף, איז מען ביזי אנצופילן זיין אומשולדיג קעפל מיט שטותים און הבלים ווי מ'דארף אוועקשטיין פון אוילאם האזע... דער טאטע איז גארנישט בעסער נעבעך...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 8:47 am
דורך [NAMELESS]
איך שפיר אז דאס איז די איינציגסטע וועג פארשטיין צו געבן פאר די וועלט וואס א וויליאמסבורגער חסיד איז, טראץ וואס דאס טוט נישט רעפרעזענטירן מיר און מיין געדאנקענגאנג און אזוי אויך רוב היגע ליינער און שרייבער, איז עס א וויכטיגע זאך.
גיבט א קוק אין די קאמענטס וועט איר פארשטיין.
די פאר משוגעת׳ן פון סמארטפאונס, לולב, און אזוי אויך זיין נארישע האס צו ׳ליבערעלס׳ וואלט געווען בעסער נישט צו לופטערן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 2:42 pm
דורך סאנטיאגא
דער דארפסמאן האט געשריבן:https://youtu.be/wdBdAQtLp_k
די וועג וויאזוי דעם אכסניא'ס שטימע ווערט שטילער ווי נאר פיטער פרעגט אים אן וועגן נדה
איך בין נייגעריג וויאזוי outsiders רעאגירן צו דעם... ס'איז אין די קליינע nuances וואס מענטשן כאפן נישט אז זיי פארציילן פאר די וועלט וועגן זייער אייגענע קולטור.
אן אינטערסאנטע באמערקונג דער vlogger שרייבט אין זיין טשענל דיסקריפשן, אז ער זוכט צו דעקן א וועלט וואס די מידיע פארפאסט צו רעקארדירן, אבער למעשה יעדער מענטש האט זיין אייגענע בייעס, סא איך זעה נישט וואס ער טוט אויף. אוודאי איז עס אינטערסאנט און אינפארמאטיוו צו רעדן מיט לאוקלס, אבער איך האב עס געטראפן איראניש אז די מיידל תוך כדי דיבור ווען זי איז מסביר אז יעדע שרייבער/פילמאכער איז בייעסד אנטקעגן היימישע אידן, איז זי פונקט אזוי בייעסד אויף די פארקערטע זייט! אידישקייט איז אזוי גוט און פרויען זענען נישט צווייטע קלאס בירגער און אלעס וואס מ'זעהט אין מאוויס איז pure hatred דאס איז נישט איינזייטיג?... זייער אינטערסאנט אז אין וויליאמסבורג האט מען עפעס נישט געטראפן א פרוי צו זאגן די זעלבע... קיינער גייט נישט פארציילן די שמוציגע חלקים פון זיין קולטור/רעליגיע/היימשטאט
ס'איז אזוי מאדנע, ווייל די פרויען אין די עפיזאד ווי ער באזוכט סאודי אראביע האבן געזונגען די זעלבע ניגון, די וועלט באטראכט אונז ווי ראדאקאליסטן וואס זענען אונטערדריקט. אבער מיר זענען געהעריג אויפגעקלערט און פארגעשריטן זיי געבן אים דארט א טור פון גאנצע ביזנעס פון פרויען וואס דארף אפיציעל צייגן אויף פעמעניזם און progressivism אבער נאך אלע מיט די שווארצע קליידער ביז די jaw bone...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 6:46 pm
דורך היכי דמי
היינט איז ארויס א פרישע ווידעא ווי ער באזוכט די חסידישער מוזיק וועלט. אויף די היינטיגע קליפ באזוכט ער בערי וועבער און זיין ישיבה ״ישיבת כוכבי אור״ און בעני פרידמאן.
https://www.youtube.com/watch?v=Sj6BA4W ... e=youtu.be
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 7:07 pm
דורך בן ישי
Meeting Hasidic Jewish Celebrities - How are they different?
Beri Weber and Benny Friedman
https://youtu.be/Sj6BA4Wk0bs
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 7:08 pm
דורך בן ישי
How this Hasidic Jews can save your life
Chaveirim Monsey
https://youtu.be/yeaV1l3NTsI
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:45 pm
דורך כלבאשבוע
דער פאפולער וולאגער ActionKid וואס שפאצירט דורך געגנטער און מאכט ווידיעאוס האט געמאכט אזא שפאציר אויף 13טע עוועניו אין בארא פארק אפאר וואכן צוריק
Walking Hasidic Jewish Community of Brooklyn : 13th Avenue, Borough Park, NYC
https://youtu.be/dgWN73QbMQw
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 8:39 pm
דורך היכי דמי
א פרישע ווידעא מיט פרויען פון די קאמיוניטי.
In this video, we go deep into the Hasidic world of Boro Park, NYC to talk to a local Hasidic woman and her friends. This is an eye-opening experience full of surprises and golden nuggets of wisdom.
https://www.youtube.com/watch?v=jUDFpt6lcew
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 12:34 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
לדעתי מאכט די פרוי א גוטע דזשאב.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 1:17 pm
דורך yn.NY
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:לדעתי מאכט די פרוי א גוטע דזשאב.
גאר א גוטע דזא"ב! קוקט אויס ווי א ליבאוויטשע פרוי
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 7:30 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
דאכט זיך זי איז א באבוב'ע פרוי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 7:58 am
דורך היכי דמי
א טור אין די חסידישער ברוקלין מיט פרויען פון די קאמינויטי חלק ב׳.
באזוכט צווישן אנדערע א שייטל סאלאן:
https://m.youtube.com/watch?v=G2iOpF4mN9I
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:15 pm
דורך מנחם ציון
די לינק איז געבלאקט ביי מיר איך האב עטליכע מאל רעקוועסט עקסעס זיי שרייבן אז ס'איז אפן אבער ס'איז נישט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:38 am
דורך היכי דמי
נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 2:05 pm
דורך yn.NY
Wow! It's one of a kind!
ליפא קומט אריין קלאר און שטארק, און פארציילט גאר שיין איבער זיין היסטאריע, ער ווארפט אריין וועגן זיין Transition צו "מאדערן ארטעדאקס" און צוריק צום "העסידיק" קאמיוניטי... אינספרירענד.
Upcoming Video: Shabbos By Hassidic Jews
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 5:10 pm
דורך קרעטשמער
א פרישע ווידעא מיט הרב מאניס פרידמאן ארום דאס אידישע לעבענסשטייגער צווישן מאן און ווייב.
https://m.youtube.com/watch?v=U9Ru4-yPoOg