בלאט 1 פון 1
וואס איז געשען מיט Fox News ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 3:10 pm
דורך כלבאשבוע
Fox News איז נתייסד געווארן צו זיין א תשובת המשקל צו די לינקע מידיא און איר גאנצע וועזן איז גענויגט אויף רעכטס, סדא וואס טענהן אז ווען נישט זיי וואלט אזא איינער ווי טראמפ עס קיינמאל נישט געקענט געמאכט אין 2016 כאטשיג זיי האבן אין אנהייב אים געגעבן שוואכע שטיצע און אפילו פרובירט צו אונטערהאקן (סדא וואס זאגן אז פאקס האט מורא פון א טראמפ מידיא קאמפאטישאן) אבער צום סוף האבן זיי זיך אויסגעגליכן
א שווארצע קאץ איז אבער דורכגעלאפן אין יעצטיגען עלעקשאן מיטן מכה בפטיש דינסטאג נאכט ווען זיי האבן דערקלערט אריזאנע פאר ביידען, טראמפס קאמפיין האט זיך שארף ארויסגעשטעלט קעגן Fox און סאיז יעצט א אפענע פייט, די קאנסערוואטיווע מידיע זעלנער זענען היפש צומישט ווייל א גרויס חלק פון זיי ארבעטן דאך פאר Fox אבער די honeymoon איז ווארשיינליך אווער
סאושעל מידיע ריזן ווי פעיסבוק און טוויטער האבן לעצטענס אנגעהויבן שטארק צו צענזירן רעכט קאנסערוואטיווע גרופעס און זייערע מעסעדזשעס, טוויטער פארשטעלט יעצט כמעט יעדע טראמפ און טראמפ קאמפיין טוויט מיט א פלעג אז סאיז נישט פאקטליך אדער ריכטיג, פעיסבוק האט היינט אויסגעמעקט א גרופע פון איבער 300,000 טראמפ שטיצער, דאס אלעס מאכט זייער שווער אז טראמפס מעסעדזשעס זאלן אנקומען ווי ער וויל און נישט האבן Fox אינגאנצן אויף זיין זייט וועט אים אויך לכאורה טייער קאסטן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 3:50 pm
דורך קורקלענד
פאַקס ניוס איז געגרינדעט געווארן דורך א גרויסע מידיא מאגול און שטארק רעכטער פערזאן. געהייסן האט ער ראדזשער עילס, ער האט געארבעט פאר א אנדער נעטווארק און האט געהאט שטארקע עקפערינס אין די מידיא מארקעט און האט געזען א ריזיגע אפארטוניטי. האט ער פארגעלייגט זיין פלאן פאר רופערט מארדאך (א שטארקע לינקע), און רופערט האט ביי איהם אינוועסטירט. די דיעל איז אלס געווען אז רופערט ווערט נישט אינוואלווד, און אז עילס וועט האבן אטאנאמיע.
אזוי איז געווען יארן לאנג ביז מארדאך'ס קינדער זענען אריינגעקומען אין די געשעפט. און זיי האבן יא אנגעהויבן פאטשקען. און האבן זיך שטארק געריבן מיט עילס. עווענטועל זענען זיי פטור געווארן פון עילס. און זייט דעמאלסט ציעט פאקס לינקס. ס'דא מער צו די מעשה אבער איך האב נישט די געדולד צו שרייבן. על כל פנים, פאקס איז נישט קיין רעכטע נעטווארק. סיידן פון הענעטי, קארלסאן, בארטיראמא, דאבס.
Re: וואס איז געשען מיט Fox News ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 3:57 pm
דורך פאליטיקאנט
איך פארשטיי נישט וואס איז די איבערקערעניש וועגן פאקס (צו אנדערע) לגבי רופן די עלעקשאן'ס.
די רעכטע האבן טענות אז פאקס האט געווארט צו לאנג ביז זיי האבן דערקלערט פלארידא פאר טראמפ, און אז זיי האבן געגעבן אריזאנע פאר ביידען צו פרי.
וואס מאכט עס אויס? דאס טוישט נישט די מציאות פון די וואוטס, איז וועם גייט אן אז זיי מאכן א טעות?
עס זעט אויס כאילו אלס ווענדט זיך אין וואס די גרויסע מידיא נעטווארקס דערקלערן?!.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 4:52 pm
דורך כלבאשבוע
ממש יעצט
אויף ענגליש הייסט דאס poetic justice אויב Fox איז דער פיינעל גורם אז יעדער זאל דערקלערן ביידען אלץ געווינער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 4:56 pm
דורך מנחם ציון
פאליטיקאנט האט געשריבן:
עס זעט אויס כאילו אלס ווענדט זיך אין וואס די גרויסע מידיא נעטווארקס דערקלערן?!.
עס האט שוין איינמאל, אויב ביידען -וועלכע האלט לפי פאקס ביי 264 עלעקטאראלס - ווער דערקלערט אלס זיגער אין נעוואדע איז ער אן קיין תירוצים א געווינער לויט פאקס גערעכט?
משא"כ ווען זיי וואלטן נישט גערופן אריזאנע פאר אים האלט ער נאר ביי 253
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:10 pm
דורך לך לך
הייסן הייסט עס אז טראמפ האט אנגעשייגעצט מורדאק אויפן טעל. ביינאכט פון די וואלן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:17 pm
דורך כלבאשבוע
פאליטיקאנט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איז די איבערקערעניש וועגן פאקס (צו אנדערע) לגבי רופן די עלעקשאן'ס.
די רעכטע האבן טענות אז פאקס האט געווארט צו לאנג ביז זיי האבן דערקלערט פלארידא פאר טראמפ, און אז זיי האבן געגעבן אריזאנע פאר ביידען צו פרי.
וואס מאכט עס אויס? דאס טוישט נישט די מציאות פון די וואוטס, איז וועם גייט אן אז זיי מאכן א טעות?
עס זעט אויס כאילו אלס ווענדט זיך אין וואס די גרויסע מידיא נעטווארקס דערקלערן?!.
Aaron Rupar אויף טוויטער פרעגט עקזעקטלי דיין קשיא, גאנץ אינטערעסאנטע ריפלייס
די פשוטע תשובה איז אז פאר טראמפ שטיצער קומט אן זייער שווער צו פעיסן ריעליטי און ווען איינער ברענגט פאקטן וואס שטימט נישט מיט זייער ריעליטי דיסטארשען ווערט יענער א פאררעטער, גנב און גזלן
געדענקסט די דיבעיטס? יעדע מאדערטער איז געווען בייעסד, אזוי אויך יעדע רעפארטער וואס האט נאר אמאל געפרעגט טראמפ שווערע שאלות
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:32 pm
דורך קורקלענד
נעקסט גייט כלבא פרעגן ווי קען זיין אז קריס וואַלעס איז בייעסד? ער ארבעט דאך אין פאקס!?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:52 pm
דורך כלבאשבוע
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:20 pm
דורך מנחם ציון
כלבאשבוע האט געשריבן:געדענקסט די דיבעיטס? יעדע מאדערטער איז געווען בייעסד, אזוי אויך יעדע רעפארטער וואס האט נאר אמאל געפרעגט טראמפ שווערע שאלות
כאפ נישט פונקטליך דיין פאזישן
דא שטימסטו צו אז ס'איז דא איינזייטיגקייט אין סאציעלע מידיא פלאטפארמעס,
כלבאשבוע האט געשריבן:סאושעל מידיע ריזן ווי פעיסבוק און טוויטער האבן לעצטענס אנגעהויבן שטארק צו צענזירן רעכט קאנסערוואטיווע גרופעס און זייערע מעסעדזשעס, טוויטער פארשטעלט יעצט כמעט יעדע טראמפ און טראמפ קאמפיין טוויט מיט א פלעג אז סאיז נישט פאקטליך אדער ריכטיג, פעיסבוק האט היינט אויסגעמעקט א גרופע פון איבער 300,000 טראמפ שטיצער, דאס אלעס מאכט זייער שווער אז טראמפס מעסעדזשעס זאלן אנקומען ווי ער וויל און נישט האבן Fox אינגאנצן אויף זיין זייט וועט אים אויך לכאורה טייער קאסטן
איצט, פארוואס קען נישט זיין קיין איינזייטיגקייט אין אינקארפערעיט מידיא?
אויב א זאך וואס ווערט געטריבן דורך דעת הקהל, און טעכניש האט נישט די קאמפעני צו אריינרעדן, מיט דעם אלעם צענזורירן זיי,
איז פארוואס זאלן די גרויסע מידיא נעצן נישט ווערן געטריבן פון איינזייטיגקייט? פארוועם דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:21 pm
דורך מנחם ציון
קורקלענד האט געשריבן:נעקסט גייט כלבא פרעגן ווי קען זיין אז קריס וואַלעס איז בייעסד? ער ארבעט דאך אין פאקס!?
צריך לומר נעקסט גייט כלבא בילן
וועלכע הינט זעהט נישט זייער איינזייטיגקייט?
זיי שעמען זיך נישט דערמיט, צו וואס ברויך מען זיי קאווערן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:44 pm
דורך קורקלענד
אפשר ווען ער האט געארבעט פאר עילס...
Re: וואס איז געשען מיט Fox News ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 9:20 am
דורך החוקר
ראדזשער עילס איז עכט אויך לינקס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 12:48 am
דורך כלבאשבוע
קורקלענד האט געשריבן:פאַקס ניוס איז געגרינדעט געווארן דורך א גרויסע מידיא מאגול און שטארק רעכטער פערזאן. געהייסן האט ער ראדזשער עילס, ער האט געארבעט פאר א אנדער נעטווארק און האט געהאט שטארקע עקפערינס אין די מידיא מארקעט און האט געזען א ריזיגע אפארטוניטי. האט ער פארגעלייגט זיין פלאן פאר רופערט מארדאך (א שטארקע לינקע), און רופערט האט ביי איהם אינוועסטירט. די דיעל איז אלס געווען אז רופערט ווערט נישט אינוואלווד, און אז עילס וועט האבן אטאנאמיע.
סגעפעלט מיר וויאזוי די דרייעסט אויס די מעשה כאילו עילס האט עס געגרינדעט און פשוט גענומען רופערט אלץ אינוועסטירער
not factual
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 8:31 am
דורך קוויטעל
די זיבעציג מיליאן טראמפיסטן זענען היינט א ארמיי פאר זיך, און ווען פאקס נויז אנטוישט זיי, ערקלערן זיי א בויקאט, און גייען אין פאקט צו ווי דער פרעזידענט אליינס הייסט זיי גיין.
און דאס איז נויז-מעקס, וואס האט יעצט די אמת'ע רעכטע מיינונג, און ריעל נויז.
https://www.newsmaxtv.com/findushttps://twitter.com/newsmax
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 10:12 am
דורך אינטערסאנט
ס'עפענט מער אויף די וועג פאר א "טראמפ מידיע"
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 3:22 pm
דורך קוויטעל
ס'דא איינער וואס פירט אן די ראלי'ס פון טראמפס זייט - אומאפציעל - און האט קאנטראל אויף מיליאנע טראמפיסטן
אט האט איר זיין פרופייל, און האלט מיט וואס טוט זיך אויף רעכטס.
אלכסנדר
https://twitter.com/alihttps://stopthesteal.us/
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:51 am
דורך קורקלענד
א לענגערע
דעטאלירטע אפהאנדלונג איבער די טראנזיציע פון פאקס ניוז.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 9:43 pm
דורך קוויטעל
געלט געלט געלט
מ'ווערט בלינד פאר די געלט וואס די לינקע אפפערן, און מ'פארקויפט זיך די גוטע נאמען פאר'ן טייוול. זייער איינפאך
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:57 pm
דורך סמבטיון
זייט די עלעקשן האב איך נאך נישט געפענט פאקס, עס האט מיר פארעקלט אז איך קען זיין נישט דערליידן, יעצט טוט טשארלס טאקער אויך איבערדריען דעם דאשיק.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 2:28 pm
דורך תרמב
פונקט ווי איך קען נישט דערליידן די מעין סטריעם מידיא ווייל זיי זענען אזעלכע טראמפ האסערס, קען איך אויך נישט דערליידן די חברה וואס גייען מיט טראמפ קאפ אין וואנט, אז טראמפ האט פארלוירן עז אפ נאו, דארף מען עס קענען פעיסן, ס'וועט נישט העלפן טוישן טשענעל'ס, די מציאות טוישט זיך נישט.