בלאט 1 פון 2

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 10:31 am
דורך קורקלענד
איך אין אייערע שיך וואלט נאך אויסגעווארט. ס'איז נאכנישט פארטיג. ווילאנג ס'איז נישט דא קיין טויט סערטיפיקאט איז נישט כדאי צו סעלעברעיטן.

Re: משלנו, אבל משוגענער: טראמפ'ס נידערלאגע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 10:39 am
דורך חוקר ודורש
כבוד הרב העניך אייער פרייד איז נאך צו פרי, די סופרים קאורט האט נאך נישט ארויסגעגעבן איר פיינל אורטייל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 10:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
סאו אדער איז מען א משוגענער קעגן טראמפ נוסח טראמפ, אדער הענגט מען זיך אן אין פאלשע האפענונגען פון א סופרים קורט אורטייל? אזוי ארבעט עס? נישטא קיין נארמאלע אפציע?

Re: משלנו, אבל משוגענער: טראמפ'ס נידערלאגע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 10:50 am
דורך חוקר ודורש
העניך עיין ערך על גאור.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 10:56 am
דורך צפור בודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סאו אדער איז מען א משוגענער קעגן טראמפ נוסח טראמפ, אדער הענגט מען זיך אן אין פאלשע האפענונגען פון א סופרים קורט אורטייל? אזוי ארבעט עס? נישטא קיין נארמאלע אפציע?

וואו זעסטו אין העניך "א משוגענער קעגן טראמפ נוסח טראמפ"? מי יתן והיה אז דאס זאל וואלט געווען נוסח טראמפ.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:10 am
דורך [NAMELESS]
העניך, אמת טראמפ האט 'ווארשיינליך' פארלוירן די פרעזידענטסי 'אבער' צו א נישטיגע 70,000 וואיטס

עס האלט שוין יעצט ביי אריבער 70,000,000 וואס האבן געוועלט 'אין פערסאן' פאר עם, ביידען וואיטערס האבן נישט געשפירט וויכטיג ארויסצוגיין פערזענליך אפגיבן די שטימע 'אנגעבליך' צוליב פיקוח נפש קאוויד ניינטין וואס איז נעלם געווארן ביי די ראליס די לעצטע טאג...

צו זאגן אז "אמעריקא" האט געזאגט קעגן טראמפ איז נישט ריכטיג!

Re: משלנו, אבל משוגענער: טראמפ'ס נידערלאגע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:14 am
דורך אונטער חכם
העניך האט געשריבן:מיין פרייד איז נישט צו פרי, אבער כ'האב הנאה אז די אבילות פאר טראמפ'ס שטיצער קומט צוביסלעך, און נישט אין איין געזונטן שטויס.
איך בין נישט אזוי זיכער וואס איז בעסער, איך וואלט געזאגט אז עס וואלט גרינגער געווען עס צו פארנעמען אויף איין מאל.

הגם איך בין ווייט פון א טראמפ שטיצער, פיל איך אויך אבער א שטיקל ציפ, עס איז אזא מוצאי פורים געפיל, נאך פיר יאר פאן גייט אלעס צוריק צו נארמאל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:17 am
דורך בת קול
עמעזאן האט געשריבן:העניך, אמת טראמפ האט 'ווארשיינליך' פארלוירן די פרעזידענטסי 'אבער' צו א נישטיגע 70,000 וואיטס

עס האלט שוין יעצט ביי אריבער 70,000,000 וואס האבן געוועלט 'אין פערסאן' פאר עם, ביידען וואיטערס האבן נישט געשפירט וויכטיג ארויסצוגיין פערזענליך אפגיבן די שטימע 'אנגעבליך' צוליב פיקוח נפש קאוויד ניינטין וואס איז נעלם געווארן ביי די ראליס די לעצטע טאג...

צו זאגן אז "אמעריקא" האט געזאגט קעגן טראמפ איז נישט ריכטיג!



לויט די עלעקטארעל וואיט איז עס נאך יעצט טאקע נאר 70,000 שטימען, אבער אמעריקא האט געוועלט קעגן טראמפ מיט איבער 4,000,000 שטימען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:22 am
דורך [NAMELESS]
פארמעקט. כ'האב שוין צוויי מאל געבעטן צו אריבערפירן די אנדערע טעמע צום אנדערן אשכול.
viewtopic.php?f=3&t=14327
העניך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:51 am
דורך [NAMELESS]
הרב העניך אפשר שטעלסטו פאהר וואס די טעמע פון די אשכול איז, איז דען נאר ערלויבט צו שרייבן אז אמעריקא פריידט זיך מיט ביידען געווינס און ער גייט זיין בעסער פאר עם ישראל ווי להבדיל טראמפ.

אדער מען מעג טשעליטשען דיינע ווערטער, אויב עס שטימט נישט מיט די אמת, אז קרוב צו האלב אמעריקא האט געשטימט פאר טראמפ אריבער ביידען.

און אז דונולד טראמפ איז 'פון אייביג אן' געווען א אוהב ישראל קיין איין מימרא פארקערט און עס איז שווער צוזאגן אז נאך 80 יאר זאל עם זיין גוסטע פירן אנדערש. ( און אפשר יא ווי יוחנן כהן גדול )

שוין ווילסט זיין ווי טוויטער און פארמעקן וואס איז נישט אין דיין גוסטע גוי אהעד.

צום שלוס פארוואס ווען איינער טשאלענטשט די ריכטיגקייט פון דיינע ווערטער ווער דאס אנגעריפען אוועקגעפירט פון די טעמע???

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:58 am
דורך רביה''ק זי''ע
צפור בודד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סאו אדער איז מען א משוגענער קעגן טראמפ נוסח טראמפ, אדער הענגט מען זיך אן אין פאלשע האפענונגען פון א סופרים קורט אורטייל? אזוי ארבעט עס? נישטא קיין נארמאלע אפציע?

וואו זעסטו אין העניך "א משוגענער קעגן טראמפ נוסח טראמפ"? מי יתן והיה אז דאס זאל וואלט געווען נוסח טראמפ.

און די קראנקע פון די אנדערע זייט זאגן מי יתן והיה אז דאס וואלט געווען פאלשע האפענונגען, הצד השוה שבהן אז ביידע האבן זיך אריינגעגראבן אין א נארע פון וואו זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:10 pm
דורך מפיל קינד
העניך, איך האב געלייקט דיין ארטיקל, ווייל דיין שפראך דערמאנט מיר פון אונזער באליבטע פרעזידענט.

הגם טראמפ וועט ענדערש נוצן הומאר אראפצורייסן א קעגנער ווי איידער א קוגל פון אנגעזעצטע שימפ ווערטער, פארט האב איך הנאה אז איינער איז כאטש אביסל נשפע געווארן פון אים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 5:19 pm
דורך קאצקע ציקער
מפיל קינד האט געשריבן:העניך, איך האב געלייקט דיין ארטיקל, ווייל דיין שפראך דערמאנט מיר פון אונזער באליבטע פרעזידענט.

הגם טראמפ וועט ענדערש נוצן הומאר אראפצורייסן א קעגנער ווי איידער א קוגל פון אנגעזעצטע שימפ ווערטער, פארט האב איך הנאה אז איינער איז כאטש אביסל נשפע געווארן פון אים.

פארוואס איז ער באליבט ביי דיר? ווייל ער האט באפרייט ריבאשקין?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 5:31 pm
דורך מנחם ציון
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:העניך, איך האב געלייקט דיין ארטיקל, ווייל דיין שפראך דערמאנט מיר פון אונזער באליבטע פרעזידענט.

הגם טראמפ וועט ענדערש נוצן הומאר אראפצורייסן א קעגנער ווי איידער א קוגל פון אנגעזעצטע שימפ ווערטער, פארט האב איך הנאה אז איינער איז כאטש אביסל נשפע געווארן פון אים.

פארוואס איז ער באליבט ביי דיר? ווייל ער האט באפרייט ריבאשקין?

אויך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 9:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:העניך, איך האב געלייקט דיין ארטיקל, ווייל דיין שפראך דערמאנט מיר פון אונזער באליבטע פרעזידענט.

הגם טראמפ וועט ענדערש נוצן הומאר אראפצורייסן א קעגנער ווי איידער א קוגל פון אנגעזעצטע שימפ ווערטער, פארט האב איך הנאה אז איינער איז כאטש אביסל נשפע געווארן פון אים.

פארוואס איז ער באליבט ביי דיר? ווייל ער האט באפרייט ריבאשקין?

ביי מיר איז ער באליעבט פאר די זעלבע סיבה וואס ער איז ביי דיר פארהאסט, דו האסט פיינט מענטשן וואס ברעכן אלטע מוסכות אשר גבלו הראשונים, אלעס זאל בלייבן "נארמאל". איך בין פונקט פארקערט, איך האב ליעב צו צוברעכן און טשעלענדשען מוסכמות, נישט קיין חילוק וואס, דער עיקר איז ס'זאל זיך טוהן, ס'זאל נישט זיין בארינג.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 2:51 am
דורך שמעקעדיג
העניך האט געשריבן:א ביידען אדמיניסטראציע וועט בע"ה נעמען יוסטיץ רעפארם נאך ווייטער ווי טראמפ האט באוויזן.

סתם נייגעריג, דאס איז רוח הקודש? אדער באזירט אויף עפעס אנדערש?

Re: "משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:46 am
דורך פאליטיקאנט
דאס אז עס איז רוח הקודש קען איך הערן.
אבער דאס אז דו נעמסט עס פון ערגעץ, פון ווי?

אבאמא - וואס וואלט געדארפט זיין די ערשטע זיך צו נעמען צו פריזען רעפארם - האט געהאט אכט יאר און ער האט גארנישט דורכגעפירט!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:55 am
דורך בת קול
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס אז עס איז רוח הקודש קען איך הערן.
אבער דאס אז דו נעמסט עס פון ערגעץ, פון ווי?

אבאמא - וואס וואלט געדארפט זיין די ערשטע זיך צו נעמען צו פריזען רעפארם - האט געהאט אכט יאר און ער האט גארנישט דורכגעפירט!


ער האט פרובירט. די רעפאבליקאנער האבן אלעס געבלאקט.
האפענטלעך וועלן די רעפאבליקאנער נישט צוריק דרייען זייער מיינונג דעראויף יעצט.
ווי אויך איז ביידן מער בייפארטיזאן ווי אבאמא, און וועט טרעפן מיט זיי א בעסערע שפראך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 9:04 am
דורך [NAMELESS]
סתם אזוי איז וויכטיג צו וויסן אז טראמפ האט געהאט א ספעציעלער חוש ארטנטערצורייסן יעדער וואס איז אים געשטאנען אין וועג.

ער פלעגט טרעפן די נקודה הפנימית פונעם גרעסטן שוואכקייט פון זיין קעגנער און אויף דעם בויען פלפולים און בנינים ביז מענטשן האבן באמת אנגעהויבן קלערן אז אפשר איז טראמפ טאקע גערעכט.

פאר די אלע וואס האבן זיך געשראקן פון דזשאו ביידען י”ה איבער זיינע מעגליכקייטן און קוואליפיקאציעס איז נאר פארבליבן זיי צו טרייסטן און ווייזן אז עס איז גאר מעגליך אז די משוגעי”ם משלנ”ו וועלן שנעל אראפבעקן פון זייער פייערדיגע נאציאנאליזם און וועךן נאך אויף דער עלטער וועלן בלוי...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 4:04 pm
דורך קוויטעל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 7:25 pm
דורך קורקלענד
העניך וואס טוהט זיך מיט די גמטריאות?

Re: "משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:59 pm
דורך החוקר
קורקלענד האט געשריבן:העניך וואס טוהט זיך מיט די גמטריאות?
טראמפ 45 מיטן כולל איז בגמטריא מושל.

טראמפיסטן שרייעטס; שטעל אפ דעם גזילה...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 10:55 pm
דורך קוויטעל
כעוורע... ס'קומט א מאסיווע ''מעגא'' מארטש אום שבת קודש, אין פארענט פונעם קעניגס הויז - אין וואשינגטאן די סי. [מעגא טייטש מיליאן, אבער ס'וועט זיין היבש אסטראנאמישע נומערן פון באטייליגער, און דער ארגאניזירער - אלי אלכסנדר פארציילט אין טוויטער, אז ס'ווערט אויסגעלייגט אפאר מעלאנעס נדבות פאר די הצלחה פון דעם מעגא מארטש צו צייגן שטיצע פאר'ן רבי'ן שליט''א.]

דא אינעם קליפ זעט מען די חסידי טראמפ פאר'ן ארויס שוין צום ליל שישי פארברענג, און וועלן וויילן בחצר קדשו לכבוד'ן מארטש [לכאורה נאכן טשולענט...]

https://twitter.com/ali/status/1327043462789795841