מיט טראמפ אינדרויסן, וואס בלייבט יא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

מיט טראמפ אינדרויסן, וואס בלייבט יא?

שליחה דורך מנחם ציון »

די וואל סעזאן שליסט זיך בקרוב מיט איין געווינער. רעאליסטיש גערעדט איז עס פרעזידענט עלעקט דזשאו ביידען יר"ה, דאנאלד טראמפ האט א שאנס אין אונזערע האפענונגען, אבער האפן איז בלויז דאס, אן האפענונג.

וואס איך האב געטראכט אין א שווערע נאכט נישט קענענדיג איינשלאפן פון דער פארלוסט, מען רעדט דא פון 4 יאר ארבעט, פיר יאר שווערע ארבעט וואס מיליאנען אמעריקאנער האבן אפראווט און געפילט גוט וועגן דעם, אזש צו אפגעבן זייער שטימען פאר אזא פסיכאפאט ווי דאנאלד טראמפ.
האלב אמעריקע איז צופרידן מיט זיינע שלום פלענער, עקאנאמישע דערגרייכונגען, באהאנדלונגען פון קריזיסן, באשלוסן אינערליכע ווי אויסערליכע, זיינע געשלעגן מיט וועלט פירער און מידיא פערזענליכקייטן, און אט דאס אלעס ווערט אפגעווישט און א געניץ.

זיין שטאנד איבער איראן איז א פארגאנגענהייט, זיין שלום פלאן איז אויף ברכיים כושלות, זיין געשלעג מיט כינע וועט ווערן פארווישט, אמעריקע מארשירט צוריק אריין אין די אינטערנאציאנאלע אפמאכן פון פאריז קלימאטן אפמאך, נאטא, וועלטס געזונהייט ארגעניזאציע, א רוטין פון פארדאמונגען קעגן ישראל יעדן יומא דפגרא, ועוד.

פרעגט זיך די פראגע, וואס האט מען אויפגעטוהן? וואס "קעשט מען איין" אין די ענדע? מיט וואס בלייבט א רושם פון טראמפ?
מיך, אלס איד, איז מיר גראד געקומען אויפ'ן געדאנק דאס פאלגענדע,
דער מענטש איז אריינגעקומען אין וואשינגטאן, זיך אויסגעטוהן די זאקן און אנגעהייבן פאטשקענען אין די בלאטע, יעדע אספעקט אין רעגירונג האט ער אנגערירט, געשאקלט, און צעווארפן. אבער נאך די אלע איבערקערענישן בלייבט עס, מיט עטליכע היימישע אידן אינדרויסן פון טורמע…..

מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

ריכטיג דער רמב"ם זאגט דאך שוין אזוי.
ואם יאמר איש, שהרי אנו רואין שוטה וכסיל והוא שוקט בעולם, לא ייגע בה, ואחרים עובדים אותו ומתעסקים בעסקיו, ואפשר שיהיה המשתמש בעסקיו איש חכם ונבון. אין הדבר כאשר יחשוב. שמנוחת הכסיל ההוא, כמו כן עובד ומכין הטוב ההוא, לאיש אשר חפץ הבורא לתתו לו, ואע"פ שהוא נח, ברוב ממונו או רכושו יצוה לעבדיו לבנות ארמון כליל יופי, ולנטוע כרם חשוב, כמו שיעשו המלכים, וכל הדומה להם. ואפשר שיהיה הארמון ההוא מזומן לאיש חסיד, יבוא באחרית הימים, ויחסה יום אחד בצל קיר מן הקירות ההם, ויהיה לו סבה להנצל ממות. כמו שאמר (איוב כז), יכין וצדיק ילבש. או יקחו מן הכרם ההוא כוס יין, יום א', לעשות ממנו צרי, הנקרא טריאקה, וימלט בו מן המות איש תמים ושלם, אשר נשכו האפעה. וכן מנהג הקב"ה וחכמתו, אשר העביד בה הטבע, עצות מרחוק, אמונת אומן. וזה הענין ביארוהו חכמים ע"ה (ברכות דף נח.). אמרו, כי בן זומא היה עומד על הר הבית, והיה רואה ישראל העולים לחוג, ואומר, ברוך שברא כל אלה לשרתני, כי היה ע"ה, יחיד בדורו:

אבער דרי יאר איז אויך עפעס, דריי יאהר פון א גוטע עקנאמיע איז געווען דריי גוטע יאר, דאס וואס מענטשען האבען געהאט פרנסה פאר א שטיק צייט איז אויך א זאך.

און וואס ער האט אויפגעטון מיט'ן סופרים קארט, וועט מען נאך זען.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

ס'דא נאך זאכן. סולימאני איז טויט, אל באגדאדי איז נישטא, איך האב נאר גערעדט פון א אידישע פערספעקטיוו
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

מיט טראָמפּ אינדרויסן פאַרבלײבט אונז פּונקט אָט אָדאָס וואָס מיר האָבן געהאַט איידער טראָמפּ איז אַרײן אין אָפיס – אונזער אַלטער פאָטער אין הימל.

אייגנטליך, האָבן מיר עם געהאַט די לעצטע פיר יאָר אויכעט...
פארשפארט