בלאט 1 פון 2
מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 8:36 am
דורך כלבאשבוע
מדברי אדמו״ר מהר״א אצל שבע ברכות של נכדו בנו של אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג:
די (לאנג איילענד) ווייץ איז זייער שוואך, מהאט יארן לאנג געגעסן זייער שוואכע מצות, כהאב מעורר געווען און מהאט מיך פארשריגן אז כבין משנה די מסורה, מהאט געשניטן היי יאר ווייץ און סקומט שוין נישט פון לאנג איילענד! משניידט שוין נישט אין לאנג איילענד! נישט ווייל אין לאנג איילענד וואקסט שוין מער נישט ווייץ, נאר זיי שעמען זיך מודה צו זיין על האמת אז מהאט געגעבן פאר אידן צו עסן שוואכע מצות יארן לאנג ווייל סהאט נישט געפאסט מודה צו זיין על האמת
כהאב מיך נישט ארומגעקריגט ווייל כהאב געוויסט אז די אמת וועט ארויסקומען, ווילאנג קען מען בלאפען? אידן עסן היינט אסאך מער כשרע מצות ווי מיט יארן צוריק, כדאנק דעם הייליגען באשעפער אז כהאב א חלק אין דעם
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 11:12 am
דורך אישתישבי
איז עס אמת?
פארקויפט מען נישט אין זיין בעקעריי ביידע סארט?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 11:35 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 12:07 pm
דורך הרב שיף
לכאורה כוונתו,יעצט שניידט מען שוין נישט קיין ווייץ און לאנג איילענד, מען האט שוין אפגעשניטען פאר די יאר.
די מצות זענען שוואך, רוב זענען שברים.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:54 am
דורך א חסיד פון ווילנא
אישתישבי האט געשריבן:איז עס אמת?
פארקויפט מען נישט אין זיין בעקעריי ביידע סארט?
זיין בעקעריי האט אייביג געהאט נאר אריזאנע, בראדוועי פלעגט האבן ביידע. לפי ידיעתי שניידן זיי שוין נישט אין לאנג איילענד, אויך נישט אין אריזאנע פארשטייט זיך, אבער ערגעץ אנדערש ווי עס רעגענט נישט.
די בילד איז לכאורה נישט סאטמארע (פון דעם האט ער גערעדט).
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:51 am
דורך מפיל קינד
די ראטלידזש בעקערי (מהר"א) פלעגט אמאל האבן נאר אריזאנע, אבער היות די טייג האט זיך גאר שווער געקנאטן צוליב די טרוקנקייט פון די מעיל, האט מען אנגעהויבן אריינצומישן אנדערע מעיל וואס קומט נישט פון אריזאנע. אמאל פלעגט עס זיין לאנג איילאנד, קען זיין אז היינט נוצט מען פון ערגעץ אנדערש.
די בראדוועי בעקעריי שניידט אין לאנג איילאנד ווי יעדעס יאר, אן קיין שום מעיל פון אריזאנע. פאר א שטיק צייט האט מען געשניטן אין אינדיאנא און מערילענד, קען זיין אז מ'שניידט נאך היינט דארט, וואס איז נענטער צו ניו יארק ווי אריזאנע...
דאס אז ראטלידזש שניידט נאר אין אריזאנע און בראדוועי שניידט אין קאליפארניע (די פלוני ופלוני בעקעריי - כלשונו) זענען בייזע שקרים.
און אפי' אויב ס'איז אמת, איז נישט צום פארשטיין ווי דער רשכבה"ג האט נאכנישט אויפגעגעבן זיין קינדערישקייט פון האבן געווען דער ערשטער, אפי' מ'האלט יעצט אינמיטן חודש חשון... כ'מיין ער איז גראדע דער ערשטער ארויסצוווארפן א בן אחותו אויף אזא נידריגן פארנעם, אבער אויף דעם נעמט ער נישט קרעדיט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 9:53 am
דורך הרב שיף
מפיל קינד האט געשריבן:אבער אויף דעם נעמט ער נישט קרעדיט.
פון ווי נעמט איר דאס?, מיר דאכט זיך אז ער נעמט יא קרעדיט.
Re: מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 2:51 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מפיל קינד האט געשריבן:די ראטלידזש בעקערי (מהר"א) פלעגט אמאל האבן נאר אריזאנע, אבער היות די טייג האט זיך גאר שווער געקנאטן צוליב די טרוקנקייט פון די מעיל, האט מען אנגעהויבן אריינצומישן אנדערע מעיל וואס קומט נישט פון אריזאנע. אמאל פלעגט עס זיין לאנג איילאנד, קען זיין אז היינט נוצט מען פון ערגעץ אנדערש.
די בראדוועי בעקעריי שניידט אין לאנג איילאנד ווי יעדעס יאר, אן קיין שום מעיל פון אריזאנע. פאר א שטיק צייט האט מען געשניטן אין אינדיאנא און מערילענד, קען זיין אז מ'שניידט נאך היינט דארט, וואס איז נענטער צו ניו יארק ווי אריזאנע...
דאס אז ראטלידזש שניידט נאר אין אריזאנע און בראדוועי שניידט אין קאליפארניע (די פלוני ופלוני בעקעריי - כלשונו) זענען בייזע שקרים.
און אפי' אויב ס'איז אמת, איז נישט צום פארשטיין ווי דער רשכבה"ג האט נאכנישט אויפגעגעבן זיין קינדערישקייט פון האבן געווען דער ערשטער, אפי' מ'האלט יעצט אינמיטן חודש חשון... כ'מיין ער איז גראדע דער ערשטער ארויסצוווארפן א בן אחותו אויף אזא נידריגן פארנעם, אבער אויף דעם נעמט ער נישט קרעדיט.
זייטס מוחל אן פרופ צו זאגן אויף יענעם שקרים
ביסט א שקרן און די ווייסט עס אליין
יעדער ווייסט אז מהר"א שניידט און נעמט נאר פון אריזאנע
איר ווילט זיך דינגען צו מהרז"ל נעמט נאך פון לאנג איילענד, קען זיין, די גאס שמועסט אז נישט
און יא, מ׳ מעג זיך אויפטון אז מ׳ איז מזכה יודן מיט מצות מהודרות
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 3:17 pm
דורך מנחם ציון
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:זייטס מוחל אן פרופ צו זאגן אויף יענעם שקרים
ביסט א שקרן און די ווייסט עס אליין
יעדער ווייסט אז מהר"א שניידט און נעמט נאר פון אריזאנע
איר ווילט זיך דינגען צו מהרז"ל נעמט נאך פון לאנג איילענד, קען זיין, די גאס שמועסט אז נישט
איך זאג אויך אז "יעדער ווייסט" אז מהרז"ל נעמט נאר פון ל"א
און יא, מ׳ מעג זיך אויפטון אז מ׳ איז מזכה יודן מיט מצות מהודרות
ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'טוט זיך אויף, נישט ווי א פוסטע דל גאה וואס בלאזט פון זיך און בלאזט אוועק אלע פריערדיגע
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Re: מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 7:06 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מנחם ציון האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:זייטס מוחל אן פרופ צו זאגן אויף יענעם שקרים
ביסט א שקרן און די ווייסט עס אליין
יעדער ווייסט אז מהר"א שניידט און נעמט נאר פון אריזאנע
איר ווילט זיך דינגען צו מהרז"ל נעמט נאך פון לאנג איילענד, קען זיין, די גאס שמועסט אז נישט
איך זאג אויך אז "יעדער ווייסט" אז מהרז"ל נעמט נאר פון ל"א
און יא, מ׳ מעג זיך אויפטון אז מ׳ איז מזכה יודן מיט מצות מהודרות
ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'טוט זיך אויף, נישט ווי א פוסטע דל גאה וואס בלאזט פון זיך און בלאזט אוועק אלע פריערדיגע
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אלעס ווענד זיך וויאזוי די קוקסט אן
בד"וו פרוביר גיי פרעג אין בראדוועי איינעם וואס די קענסט און ער וועט דיר זאגן די אמת אז זיי שניידן שוין נישט פון ל"א
איך האב עס געהערט פון איינעם פון די הנהלה
שוין אפאר יאר נישט דא קיין בילדער פון ווייץ שניידן, אזוי ווי עס פלעגט אמאל זיין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 7:18 pm
דורך הרב שיף
מען שניידט יא מען שניידט נישט, נישט אזוי טענה'ט מען מיט קינדער. מזאגט דא דא, און שוין.
Re: מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 11:18 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
הרב שיף האט געשריבן:מען שניידט יא מען שניידט נישט, נישט אזוי טענה'ט מען מיט קינדער. מזאגט דא דא, און שוין.
לא זכיתי להבין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 1:32 am
דורך גבור חיל
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
בד"וו פרוביר גיי פרעג אין בראדוועי איינעם וואס די קענסט און ער וועט דיר זאגן די אמת אז זיי שניידן שוין נישט פון ל"א
איך האב עס געהערט פון איינעם פון די הנהלה
שוין אפאר יאר נישט דא קיין בילדער פון ווייץ שניידן, אזוי ווי עס פלעגט אמאל זיין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Independent fact checkers have proven this to be false (!)
Re: מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 5:56 am
דורך א חסיד פון ווילנא
גבור חיל האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
בד"וו פרוביר גיי פרעג אין בראדוועי איינעם וואס די קענסט און ער וועט דיר זאגן די אמת אז זיי שניידן שוין נישט פון ל"א
איך האב עס געהערט פון איינעם פון די הנהלה
שוין אפאר יאר נישט דא קיין בילדער פון ווייץ שניידן, אזוי ווי עס פלעגט אמאל זיין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Independent fact checkers have proven this to be false (!)
מיין קאמפיוטער טייפט אויך וואס איך וויל
דא האסטו
Independent fact checkers have proven this to be true (!)
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 6:08 am
דורך הרב שיף
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:הרב שיף האט געשריבן:מען שניידט יא מען שניידט נישט, נישט אזוי טענה'ט מען מיט קינדער. מזאגט דא דא, און שוין.
לא זכיתי להבין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מען קען זיצען שעות און זיך טענען משניידט יא, מען שניידט נישט, מען שניידט יא, משניידט נישט, איך קען שרייבען, איך קען אויך.
סאיז דא נאך א וועג. די ביסט א דא דא, ניין די ביסט א גרעסערע דא דא.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 7:41 pm
דורך דער דארפסמאן
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מיין קאמפיוטער טייפט אויך וואס איך וויל
דא האסטו
Independent fact checkers have proven this to be true (!)
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיינע פאקטען אבער עס קוקט ענליכ'ס צי טוויטערס וואס איז בייעסט
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 11:18 pm
דורך אישתישבי
אני הקטן געדענק אז די אהרונים פארקויפען ביידע. פין אריזאנע און פין נאך א פלאץ, קען זיין אז עס איז נישט לאנג איילאנד, אבער מער געווענליכע ווייץ, נישט די פין אריזאנע וואס די מערערים טענה'ן אז עס האט נישט די זעלבע געלאטען און ממילא איז שאלה'דיג.
Re: מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 11:42 pm
דורך moneyminded
אישתישבי האט געשריבן:אני הקטן געדענק אז די אהרונים פארקויפען ביידע. פין אריזאנע און פין נאך א פלאץ, קען זיין אז עס איז נישט לאנג איילאנד, אבער מער געווענליכע ווייץ, נישט די פין אריזאנע וואס די מערערים טענה'ן אז עס האט נישט די זעלבע געלאטען און ממילא איז שאלה'דיג.
ניין נישט אמת
איך קויף יעדע יאר מצות ביי קהילות מהר"א שוין יארן לאנג ,עס איז דא איין סארט מצה פון איין שניט,נישט דא קיין אויסווייל
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 12:31 am
דורך מפיל קינד
איך געדענק אויך אזוי. ס'איז נישטא קיין אויסוואל, אבער מ'מישט אריין אביסל אנדערע מעיל, ווייל די אריזאנע איז זייער טרוקן און קען זיך נישט געהעריג קנעטן.
די ערשטע יאר וואס אריזאנע איז נתחדש געווארן האט מיין חבורה אויך גענוצט אריזאנע, אבער מ'האט נישט געקענט קנעטן. דער עולם האט געבראכן די הענט... די בעקעריי האט פראדוצירט אסאך ווייניגער מצה ווי געווענליך צוליב דעם. זייט דעמאלטס מישט מען אריין אנדערע מעיל און ס'איז לייכטער צו קנעטן און בעסער צום טעם.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:45 am
דורך אישתישבי
אויב אזוי, וואס איז דער אויפטוה?
Re: מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 5:52 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אישתישבי האט געשריבן:אויב אזוי, וואס איז דער אויפטוה?
אויב עס איז אזוי איז טאקע נישט קיין אויפטו
עס איז 100% אריזאנע ווייץ
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 6:23 pm
דורך הרב שיף
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אויב אזוי, וואס איז דער אויפטוה?
אויב עס איז אזוי איז טאקע נישט קיין אויפטו
עס איז 100% אריזאנע ווייץ
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ריכטיג דער רבי עסט 100% אריזאנע ווייץ.
נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2023 11:01 pm
דורך מיליאנער
מהר''א האט די פארגאנגענע שבת ביי די שבת הגדול דרשה ארומגערעדט איבער די מכשול וואס איז ליידער פארגעקומען ביי די בראדוועי ווייץ אז מ'האט געשניטן די ווייץ תיכף נאך א רעגן. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט זאגן צו ס'איז כשר אדער נישט צוליב וואס מ'וועט זאגן אז ער האט נגיעות אבער איין זאך וואס ער וויל זאגן איז אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס פאסירט אזאנס, נאר ס'איז די ערשטע מאל וואס ס'ווערט 'נתפרסם'. און ער האט מכבד געווען יעדן איינעם צו גיין נאכקוקן די היסטאריע די לעצטע יארן ווען עס האט גערעגנט דארט.
אין איינוועגס האט ער ארויסגעברענגט אז אין אריזאנע האט נאך קיין איין איינציג מאל נישט גערעגנט פאר'ן שניידן און ער וועט ווייטער נעמען פון דארט ביז משיח'ס טאג.