בלאט 1 פון 1

דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:58 pm
דורך פאליטיקאנט
איך ווייס באמת נישט וויאזוי עס אויסצוטייטשן, אבער לדעתי ציט ער איבער די שטריק, און עס קען אונז - עז עי קאמיוניטי - נאך טייער קאסטן.


דוב הייקינד האט היינט ארויסגעלייגט צום פארקויפן א חוזק ביכל ליידיג פון אינהאלט, און א אפחוזק'דיגע קאריקאטור אויפ'ן דעקל. דאס אין באגלייטונג פון א שפאטישע ווידיאו...

די רווחים פונעם ביכל וועלן גיין צו "באקעמפן אנטיסעמיטיזם".


וואס איז אייער מיינונג איבער דעם שריט, אפי' אויב לאמיר זאגן בעצם טוט איר שטיצן צוריקקעמפן דיבלאזיאו און קאומאו (נניח ווי טישלער טוט), איז דאס נישט סתם א פערזענליכע קאמף וואס גייט נישט ברענגען קיין גוטס?
כאפט ער טאקע נישט אז קאומאו איז למעשה ביים רודער, און אז רוב אמעריקע איז מיט עם?
זעט ער נישט אז דאס קען נאר צוברענגען פרישע אנטיסעמיטיזם?
בילד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 8:46 pm
דורך [NAMELESS]
אלטס פשוטער מענטש (נישט קיין פאליטיקאנ"ט) האט עס מיר אויך נישט געשמעקט. א מיאוס'ע טריט און זייער סטאפיד.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 3:56 am
דורך דוראק
איך בין אַ קנאַפּער שטיצער פון טישלער וחביריו, אָבער מ'דאַרף זײן אַ בלינדער אויף צו זאָגן אַז קואָמאָ זוכט ניט צו מאַכן די אידן פאַר אַ כפרה הינדל.

אפילו די מוסלמענער האָבן עס שוין אײנגעזען.

Re: דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 9:08 am
דורך החוקר
@דוראק דאס איז ניט די פראגע. נניח אז ער מאכט די אידאלעך פאר א כפרה הינדל, איז דאס די ריכטיגע שריט צו טון אלס ענטפער?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 9:16 am
דורך קוויטעל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 11:09 am
דורך פרייוויליג
איך בין שאקירט פון הייקענד'ס רעקלעס אויפפירונג.

איז ער אינגאנצן אראפ פון זינען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:17 pm
דורך קאך_לעפל
נישט גוט! יעך ציטער פאר די נאכפאלגן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:24 pm
דורך מנחם ציון
הייקינד איז באקאנט אלס א היץ קאפ
די שאלה איז, צו יעצט ווען ער איז מער נישט קיין עלעקטעד אפישל -הגם א באקאנטער פיגור יא- צו ס'איז נאך אלס אן אישו?
אויף סאציאלע מידיע האבן נישט געפעלט קיין קריטיק און שפאט פון היימישע אידן אויף קאומא דורכאויס די לעצטיגע תקופה, אפשר קוקט זיך הייקינד אן ווי ער האט רעכט ווייל ער איז שוין פון די המון עם

Re: דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:31 pm
דורך פאליטיקאנט
הייקינד האט פאר דרייסיג יאר "רעפרעזענטירט די גרעסטע אידישע שטאט אין אמעריקא (און בכלל אין חו"ל)" און אפט גערעדט צו די מידיא אלס די "אידישע פארטרעטער". אפי' ער איז נישט עלעקטעד, האט ער נאך אלס די אנזען פון אונזערע א פירער (עכ"פ סך שטערקער פון טישלער).

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:42 pm
דורך מפיל קינד
די רעזולטאטן קענען חלילה זיין אז בארא פארק זאל ווערן א רויטע זאנע, געשעפטן וועלן באקומען טעגליכע טיקעטס, מוסדות פארשלאסן, זאלן אונטער גראטעס, טעגליכע העצערייען קעגן אידן, נידערמאן פארלירט פראטעקציע, און ווער ווייסט וואס נאך.


אופס, מ'האלט שוין נאכדעם...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:50 pm
דורך קאך_לעפל
דער איטאליענער קאמאו, איז באשיינפערליך נישט קיין חובת הלבבות יוד, ער איז א נוקם ונוטר אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. כ'וואלט ליבערשט נישט געוואלט באלעסטיגט ווערן פון זיין סטעיט פאליס עס עס שטורמבאן אפיצירען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 2:59 pm
דורך קוויטעל
פחדו חטאים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:27 pm
דורך לך לך
אבי איינער טוהט די ארבעט פאר דיר!

כהאב הנאה פון דוב'ן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 9:44 am
דורך שמעקעדיג
אבטולמוס האט געשריבן:א שאנדע.

גא"מ

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 10:19 am
דורך במדבר
נאכן רעפרעזענטירן א לייכזיניגע געמיינדע פאר דרייסיג יאר ערווארט איך נישט עפעס אנדערשט.