פארמישט און דערטראגן
די געפילן מיר פלאגן
אפשר צו אפווישן טרערן
אדער עס גאר אויפהערן
פארוויינט און אין נויט
די באַקן שוין געשוואלן רויט
די קאפ און די בויך קרעמפן
וואו נעמט מען דעם קראפט צו קעמפן
דער גרעסטער און איינציגער בראָך
איז דאס שפירן אז אפשר דאָך
אבער דאס געוויסן שלאגט אין טיפן
קיינער וועט נישט צוריקרופן
פארלוירן סיגנאלן
גייען אונטער די שטראלן
מיט וויינענדע טענער
גייען פארביי אלע פלענער
אויפן געוויסן זיי מארשירן
און טוען דעם קאָפּ פארפירן
דאס איז א פארגאנגענהייט
פארפאסט די געלעגנהייט
עס וועט אויפקומען א זון צו מאכן ליכטיג
דאס איז גראדע ריכטיג
און דאן איך וועל נישט געדענקען
אדער וועל איך זיך צום יעצט גאר בענקען
זיץ איך אליין ווען ערקלערן נישט געקענט
דאס געזיכט איינגעגראבן אין די הענט
אבער אז דאס געפיל זאל בלייבן
ברויך איך עס אראפשרייבן
א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט
- ספרא דמרא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
- האט שוין געלייקט: 22 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
- ספרא דמרא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
- האט שוין געלייקט: 22 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
נישטא די ווערטער צו זאגן
קוים וואס עס איז דא דער שפיר
ווען דאס צושאסענע הארץ טוט נאגן
ווי נעמט מען די שטיקער אפיר
ווייטאג און קרעכצן
זיץ איך און זעלבסט זיך פרעג
געפילן וואס לעכצן
פארדעם געמאכט דעם וועג?
עס רינען די טרערן
אריין אין דעם לאָך אין הארץ
אבער עס קען נישט פיל ווערן
דעריבער בלייבט עס ליידיג שווארץ
עס בעט זיך און שרייט
דער מח אונטערן געפיל
גענוג פּיין אנגעזייט
ווען ווערט עטס שוין שטיל
אבער דאס געוויסן
ענטפערט ניטאמאל
ער איז נעבעך אזוי צוריסן
ער דארף רוה מיטאמאל
קום שוין צו זיך
גייט דער מח א צווייטע גאנג
ארויס פון דיין פּיין קריך
עס טוט דיר שוין וויי צו לאנג
אבער עס איז קענטיג א שניט
וואס שטעכט אלס מער
ווי לאנג עס רינט נאך בלוט
בלייבט עס שווער
אריבערצוקומען די שרעק
פון ווערן אפגעזאגט
און צו שליידערן אוועק
דער געפיל פון זיין פארפּלאגט
עס גייט נישט אזוי שנעל
עס וועט נאך צייט געדויערן
ביז ווען איך וועל
פארגעסן די אנטוישונג דעם אומגעהויערן
געקומען צו פליען פון ווייט
כאטש נישט עכט געהאפט
אבער אז עס וועט קומען צו שטאַט
אין דעם האב איך זיך געבּלאפט
א פראסק קומט געשווינד
אן א ווארענונג בעפאר
צומאל דירעקט פון אן אומשולדיג קינד
וואס פארגרעסערט נאר די צער
אויף מיין געזיכט וועט עס נישט שטיין
אבער נאר דער הארץ וועט טאן באנג
די ווייטאג טוט נאך דא זיין
לאמיר האפן אז נישט אויף צו לאנג
גיי דיר ווייטאג גיי
כאטש דו פארמאגסט א צויבער
פונדעסטוועגן הער ווי איך שריי
אויף מיין רואיגקייט זיי נישט קיין רויבער
איך בין גוט און געדולדיג
נאר אביסעלע נאאיוו
אבער פארט גענצליך אומשולדיג
דעריבער געפאלן פאר א פרואוו
אבער גענוג איז מער ווי גענוג
שטיי אוועק פון יעצט
איך וויל פראווען א זיג
און דו האסט מיר ליב אנגעזעצט
ביטע טראג זיך אפ
און לאז נישט איבער קיין שפורן
נעם דיינע שליחים פון מיין הארץ אראפ
און לאז אומבארירט מיינע געהירן
זעסט מיר יעצט פארוויינט
אבער דאסמאל צום לעצט
איך בין שוין פארשטיינט
אנגעהויבן פון יעצט
קוים וואס עס איז דא דער שפיר
ווען דאס צושאסענע הארץ טוט נאגן
ווי נעמט מען די שטיקער אפיר
ווייטאג און קרעכצן
זיץ איך און זעלבסט זיך פרעג
געפילן וואס לעכצן
פארדעם געמאכט דעם וועג?
עס רינען די טרערן
אריין אין דעם לאָך אין הארץ
אבער עס קען נישט פיל ווערן
דעריבער בלייבט עס ליידיג שווארץ
עס בעט זיך און שרייט
דער מח אונטערן געפיל
גענוג פּיין אנגעזייט
ווען ווערט עטס שוין שטיל
אבער דאס געוויסן
ענטפערט ניטאמאל
ער איז נעבעך אזוי צוריסן
ער דארף רוה מיטאמאל
קום שוין צו זיך
גייט דער מח א צווייטע גאנג
ארויס פון דיין פּיין קריך
עס טוט דיר שוין וויי צו לאנג
אבער עס איז קענטיג א שניט
וואס שטעכט אלס מער
ווי לאנג עס רינט נאך בלוט
בלייבט עס שווער
אריבערצוקומען די שרעק
פון ווערן אפגעזאגט
און צו שליידערן אוועק
דער געפיל פון זיין פארפּלאגט
עס גייט נישט אזוי שנעל
עס וועט נאך צייט געדויערן
ביז ווען איך וועל
פארגעסן די אנטוישונג דעם אומגעהויערן
געקומען צו פליען פון ווייט
כאטש נישט עכט געהאפט
אבער אז עס וועט קומען צו שטאַט
אין דעם האב איך זיך געבּלאפט
א פראסק קומט געשווינד
אן א ווארענונג בעפאר
צומאל דירעקט פון אן אומשולדיג קינד
וואס פארגרעסערט נאר די צער
אויף מיין געזיכט וועט עס נישט שטיין
אבער נאר דער הארץ וועט טאן באנג
די ווייטאג טוט נאך דא זיין
לאמיר האפן אז נישט אויף צו לאנג
גיי דיר ווייטאג גיי
כאטש דו פארמאגסט א צויבער
פונדעסטוועגן הער ווי איך שריי
אויף מיין רואיגקייט זיי נישט קיין רויבער
איך בין גוט און געדולדיג
נאר אביסעלע נאאיוו
אבער פארט גענצליך אומשולדיג
דעריבער געפאלן פאר א פרואוו
אבער גענוג איז מער ווי גענוג
שטיי אוועק פון יעצט
איך וויל פראווען א זיג
און דו האסט מיר ליב אנגעזעצט
ביטע טראג זיך אפ
און לאז נישט איבער קיין שפורן
נעם דיינע שליחים פון מיין הארץ אראפ
און לאז אומבארירט מיינע געהירן
זעסט מיר יעצט פארוויינט
אבער דאסמאל צום לעצט
איך בין שוין פארשטיינט
אנגעהויבן פון יעצט
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות