בלאט 1 פון 1

וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 6:35 pm
דורך העניך
יעדער ווייסט אז דעמאקראטן האבן א נטיה פאר שטרענגערע געזונטהייט מאסנאמען קעגן קאוויד-19, און רעפובליקאנער האבן א נטיה פאר גרינגערע מאסנאמען. עס זענען פאראן גרויסע חילוקי דעות צי לאק-דאונס העלפן, טעסטינג, ווי שטרענג מ'דארף זיין מיט פארלאנגען מאסקעס, וכדומה. ביידע צדדים קענען ברענגען עקספערטן לכאן או לכאן. אנטאני פאוטשי איז באקאנט פאר דער מער חומרא'דיגער צוגאנג, און אנדערע דאקטוירים, צב"ש סקאט אטלאס, זענען מער מקיל און האלטן אז מ'דארף זיין לייכטער.

וויל איך דא פרעגן לשיטת המקילים:

1. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג מאכן ריזיגע אין-דאָר פארזאמלונגען אן קיין שום סאשעל דיסטענסינג?

2. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג זיך געבן די האנט כאילו לא היה?

3. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז ווען מ'קומט אריין צו א געפאקטן מקום ציבור וואו מ'גיט זיך די הענט, איז נישט רעקאמענדירט אז מ'זאל זיך פריער זייפן די הענט?

4. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מאסקעס העלפן בכלל נישט, און מ'דארף עס נישט גיין אין קיין שום פאל, אפילו צווישן א געפאקטן ציבור?


איך פרעג די אלע פראגעס נישט ווייל כ'וויל איינעם טשאלענדזשן, נאר כ'וויל באמת וויסן. כ'וואלט דאנקבאר געווען אויב מ'קען קלאר ענטפערן אויף יעדער פראגע באזונדער, און צושטעלן א לינק אדער לינקס וואו כ'קען לייענען די מיינונגען פון דעם עקספערט.