בלאט 1 פון 5
הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 12:13 pm
דורך [NAMELESS]
"איך וועל ענק ווייזען די בריוון וואס ענקערע קינדער שיקן צו מיר... דאס איז די ווארענונג פון די ראש ישיבה צו די רבנים וואס ארבייטן יעצט ארויסצוקומען קעגן זיינע בריווען "עצתו אמונה"
זעה דא די פולע בריוו
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט הער איך אז מען זיצט אינאיינעם רבנים, מען איז דן אויב מען דארף ארויסקומען קעגן מיר און קעגן די בריוו; אויב זיי וועלן מיר רופן, זיי וועלן מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה (דברים א, טז): "שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם" - וועל איך מיט ברענגען בריוו פון זייערע קינדער, זין און טעכטער, וואו זיי בעטן עצות; ביי איינעם האט זיך די טאכטער פארטשעפעט מיט א גוי רחמנא לצלן, זי שעמט זיך צו רעדן צו די עלטערן, נאר דורך די בריוו איז זי געראטעוועט געווארן און אויפגעשטעלט א ערליכע שטוב. ביי א צווייטן שרייבט די טאכטער, זי האט א פלאן אז זי גייט נאך אביסל אפלאזן דעם אידישן וועג השם ישמרינו און דורך די בריוו איז נאך דא א שטיקל האפענונג.
גיי דערצייל וואס טוט זיך אפ שטילערהייט ביי בני הנעורים; קיינער וויל נישט גלייבן, קיינער וויל נישט הערן, מען מאכט זיך תמ'עוואטע: "ביי אונז איז נישטא די זאכן", "ביי אונז איז אלעס מסודר"; מען שרייט אויף די מפיצים: "די קונטרסים און בריוו איז גוט פאר די שוואכע סארט, נישט פאר אונזער קרייז"; גיי דערצייל אז אלע בריוו, אלע שאלות קומען פון די חשוב'סטע שטובער. קינדער וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין און אין די בריוו טרעפן זיי חיזוק צו קענען בלייבן שטארק ביי די אמונה.
מיר וועלן ווייטער שרייבן, דרוקן און פארפלייצן פאר די גאנצע וועלט; מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם נישט. מיר האבן געהאט הדרכה פון מוהרא"ש, מיר האבן אביסל צוגעזען וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט אלע רדיפות פון מחרחרי ריב וואס עושים מעשים זמרי און שטעלן זיך אהער ווי פנחס; וועלן מיר גיין אין די וועגן מיט מסירות נפש, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.
דיוועלאפינג...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 12:51 pm
דורך מפיל קינד
איינער דא האט אים שוין אמאל געשיקט א בריוו? איינער ווייסט פון איינעם וואס האט אים געשיקט א בריוו?
איך האב גראדע ליב די קונטרסים, עס קומט אמאל צוניץ דארט וואו די קעניג גייט אליינס, אבער איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן עס ליינען איידער איך קוק עס אדורך.
אסאך קינדער זענען תמימות'דיג און ס'פעלט נישט אויס זיי צו עפענען די אויגן דורכ'ן ליינען אפן און גראב מיט וואס אידן זענען ליידער עובר. מ'קען עס שרייבן ברמיזה אויך.
Re: הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 12:53 pm
דורך יהודי פשוט
עמעזאן האט געשריבן:"איך וועל ענק ווייזען די בריוון וואס ענקערע קינדער שיקן צו מיר... דאס איז די ווארענונג פון די ראש ישיבה צו די רבנים וואס ארבייטן יעצט ארויסצוקומען קעגן זיינע בריווען "עצתו אמונה"
זעה דא די פולע בריוו
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט הער איך אז מען זיצט אינאיינעם רבנים, מען איז דן אויב מען דארף ארויסקומען קעגן מיר און קעגן די בריוו; אויב זיי וועלן מיר רופן, זיי וועלן מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה (דברים א, טז): "שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם" - וועל איך מיט ברענגען בריוו פון זייערע קינדער, זין און טעכטער, וואו זיי בעטן עצות; ביי איינעם האט זיך די טאכטער פארטשעפעט מיט א גוי רחמנא לצלן, זי שעמט זיך צו רעדן צו די עלטערן, נאר דורך די בריוו איז זי געראטעוועט געווארן און אויפגעשטעלט א ערליכע שטוב. ביי א צווייטן שרייבט די טאכטער, זי האט א פלאן אז זי גייט נאך אביסל אפלאזן דעם אידישן וועג השם ישמרינו און דורך די בריוו איז נאך דא א שטיקל האפענונג.
גיי דערצייל וואס טוט זיך אפ שטילערהייט ביי בני הנעורים; קיינער וויל נישט גלייבן, קיינער וויל נישט הערן, מען מאכט זיך תמ'עוואטע: "ביי אונז איז נישטא די זאכן", "ביי אונז איז אלעס מסודר"; מען שרייט אויף די מפיצים: "די קונטרסים און בריוו איז גוט פאר די שוואכע סארט, נישט פאר אונזער קרייז"; גיי דערצייל אז אלע בריוו, אלע שאלות קומען פון די חשוב'סטע שטובער. קינדער וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין און אין די בריוו טרעפן זיי חיזוק צו קענען בלייבן שטארק ביי די אמונה.
מיר וועלן ווייטער שרייבן, דרוקן און פארפלייצן פאר די גאנצע וועלט; מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם נישט. מיר האבן געהאט הדרכה פון מוהרא"ש, מיר האבן אביסל צוגעזען וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט אלע רדיפות פון מחרחרי ריב וואס עושים מעשים זמרי און שטעלן זיך אהער ווי פנחס; וועלן מיר גיין אין די וועגן מיט מסירות נפש, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.
דיוועלאפינג...
נאך א וועג פון ר' יואלי צו באקומען זיין אזוי-געגארטע עטענטשען פון וואס ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן...
אין כאן לא רבנים ולא קול קורא...
די רבנים זיצן נישט... זייערע קינדער שרייבן נישט קיין בריוו צו אים... ס'איז בסך הכל נאך א וועג אז אפאר יושבי קאווע שטיבל, זאלן אים געבן עטענטשען.
(זעהט אויס אז זיין רעבעצין ליינט נישט זיינע בריוו און זי ווייסט נישט אז א ווייב דארף געבן עטענטשען פאר די מאן)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:00 pm
דורך אבשלום בן מעכה
די רבנים זאלן נאר נישט איבער'חזר'ן זייער טעות, וואס זיי האבן געטון מיט נחש רוז"ב, ווייל דאן וועט זיך יואלי צולאזן און ווערן פיל ערגער ווי ביז יעצט, אלע קינדער און בחורים וועלן זיך צוכאפן און לויפן קוקן וואס ער שרייבט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:09 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:איינער דא האט אים שוין אמאל געשיקט א בריוו? איינער ווייסט פון איינעם וואס האט אים געשיקט א בריוו?
.
יא א וודאי, וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין רוב בריוו גייט דורך אימעיל, עס איז פארהאן גענוג בחורים און מיידליך וואס זיכען צו רעדן צו איינעם אן קיין בושה איז דאס די אויסוואל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:12 pm
דורך אבשלום בן מעכה
אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:05 pm
דורך אישתישבי
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
אגב, ביסט א פוסטע פאנטאזירער.
יואלי ראטה איז יואלי ראטה, אבער די עסקנים וואס פירען די רבנים ביי די ביצים וואס זיי האבן נישט, האבן נישט ליב יואלי ראטה'ס צעטלעך, פשוט ווייל ער פרעגט נישט נאך די עסקנים, און ער איז פיל מער דעינזשערעס פין ניימאן, ווייל ער האט שוין חסידים און ער האט מער צו פארקויפען אויף די רעבישע פלאטפארם, ממילא איז א דבר פשוט אז זיי ווילען אים אויסשליסן פין כלל ישראל אזוי ווי זיי האבן געטוהן צו מעכיל לעבאוויטש און פיל אנדערע אנגעהויבן ביי רב קוק.
צו עס וועט זיי געלונגען אדער נישט, בלייבט צו זעהן, איך זעה נישט פארוואס נישט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...

בראשית דרכו האט מען שוין פראבירט עם אינטערצוברענגן דעמאלטס האט ער זיי איבערגעקליגט און געקומען צום בי"ד התאחדות הרבנים אין צייט און שטיל געמאכט די רבנים, צווישען אנדערע האט ער זיך געוואנדן צו ר' בערל כ"ץ אז ער מצידו איז גרייט צו פארמאכן די ישיבה היינט נאר עס איז זיין אחריות נישט צו לאזן די בחורים אויף הפקר צו ער זאגט עם צו אז ער נעמט אריין אלע בחורים צו דושינסקי ישיבה....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:10 pm
דורך אבשלום בן מעכה
אישתישבי האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
אגב, ביסט א פוסטע פאנטאזירער.
יואלי ראטה איז יואלי ראטה, אבער די עסקנים וואס פירען די רבנים ביי די ביצים וואס זיי האבן נישט, האבן נישט ליב יואלי ראטה'ס צעטלעך, פשוט ווייל ער פרעגט נישט נאך די עסקנים, און ער איז פיל מער דעינזשערעס פין ניימאן, ווייל ער האט שוין חסידים און ער האט מער צו פארקויפען אויף די רעבישע פלאטפארם, ממילא איז א דבר פשוט אז זיי ווילען אים אויסשליסן פין כלל ישראל אזוי ווי זיי האבן געטוהן צו מעכיל לעבאוויטש און פיל אנדערע אנגעהויבן ביי רב קוק.
צו עס וועט זיי געלונגען אדער נישט, בלייבט צו זעהן, איך זעה נישט פארוואס נישט.
קודם, איך דינג זיך נישט מיט די צווייטע האלב תגובה.
רוף מיר נישט פאנטאזירער. איך האב עס אליין מיטגעהאלטן. איך בין געזעצן מיט נאך אידן, בשעת מ'האט ארומגעלאכט איבער יואלי'ס בריוו, איין יונגערמאן דארט האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו, בשעת יעדער האט מיטגעהאלטן, געשריבן דארט א גאנצע מעשה, בעטנדיג אן עצה וואס צו טון... אונז האבן זיך אונטערגעהאלטן און יענער האט געשיקט. ביז עטליכע טעג איז דאס געווען אויף ברסלב סענטער, מיט א ענטפער פון יואלי ראטה.
סא...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 5:37 pm
דורך גרעפיקסער
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
...
איך האב עס אליין מיטגעהאלטן. איך בין געזעצן מיט נאך אידן, בשעת מ'האט ארומגעלאכט איבער יואלי'ס בריוו,
איין יונגערמאן דארט האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו, בשעת יעדער האט מיטגעהאלטן, געשריבן דארט א גאנצע מעשה, בעטנדיג אן עצה וואס צו טון... אונז האבן זיך אונטערגעהאלטן און יענער האט געשיקט. ביז עטליכע טעג איז דאס געווען אויף ברסלב סענטער, מיט א ענטפער פון יואלי ראטה.
הייבסט אן מיט א לשון רבים און בסך הכל רעדסטו פון איין מעשה???
און בכלל פארשטיי איך נישט וואס איז דער גאנצע דיון דא? צו געוויסע שיקן אים פאלשע בריוו צו נישט?? וואס כאפט א חילוק? דעיס אז מעשיות קומען פאר, איז א פאקט. ווער ס׳ווייסט נישט איז פשוט ווייל ער ׳וויל׳ נישט וויסן...
90 פערצענט אידן אויב נישט מער ברויכן חיזוק, זה בכה וזה בכה. איז זעי נישט קיין שום ריזן וואס ס׳זאל זיין א פראבלעם אז איינער וויל עס צושטעלן...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:08 pm
דורך אישתישבי
גם אני מצטרף.
אוודאי איז דא פאלשע בריוו, אבער איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז דא גענוג מענטשן וואס זענען גרייט אריין צו שיקען און פארברענגען צייט אנצופילן זיינע שאלות יעדער וואך.
וואס קען יא זיין איז, אז זיי מאכן אליין שאלות.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:53 pm
דורך שאראש-פאטאק
וואס איז זיין אימעל אדרעס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
אויב די שרייבערס זענען דרויסינדיגע אדער פראדוצירט איז נישט קיין חילוק. די מעשיות זענען אמת און נאך ווי. ווי אזוי די בריוון העלפן איז א שאלה פאר זיך. אויף עכטע פראבלעמען וואס זענען שווער צו ענטפערן העלפט לכאורה נישט פלאָפפי ווערטער אן קיין תוכן. די סארט וואס הייסט פאלטשערהייט "חיזוק".
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 7:32 am
דורך [NAMELESS]
אבער יואלי ראטה, זייענדיג א תלמיד המחכים את רבו גייט ער אין די דרכים פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט זיך געקריגט מיט אלעמען וואס האבן געטראכט אפשר פון אים פארהאלטן אויף סיי וואס.
עס איז ניטאמאל אינטערסאנט, יצחק שטערן האט וויכטיגערע מענטשן צו עלימינירן בעפאר ער נעמט זיך צו קארלסבורג - ברסלב.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 12:56 pm
דורך קרעקער
BTW נישט צו פארדרייען דעם אשכול
דער יצחק שטערן זעה איך האט זיך אויפגעבויט א רעפוטעישען פון עלימינירען און אראפברענגען מענטשען
נישט שלעכט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:39 pm
דורך berlbalaguleh
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
אבשלום בן מעכה: נישט אזוי זיכער. טראץ די אלע נעגאטיווע מיינונגען איז אבער א פאקט וואס ר' יואל ראטה שליט"א האט שוין אויפגעטוהן ביז היינט, ב"ה. כה יתן ה' וכה יוסיף...!
ס'איז נישט דא קיין שום סיבה מסופק צו זיין אין זיינע סטעיטמענטס. אונז לעבן ליידער אין א צופארענע וועלט. וואו ס'איז ..."עליונים למטה. ותחתונים למעלה"...! און דער גרעסטער בראך איז אז אויב ס'טרעפט זיך ח"ו א ביטערע מצב ביי די אזוי גערופענע שיינע אידן. וועללן זיי נישט מודה זיין על האמת. און נאכפארשן בשל מי הרעה הזאת. אפשר זענען זיי טאקע (די עלטערן) נישט שולדיג. אדער מער זיכער אז יא.. נאר זיי וועללן יענעם פארשרייען כנוסח נח"ש רז"ב.
או.קעי. ס'איז נאך דא א גרויסער חילוק פון נחום ביז, להבדיל ר' יואל ראטה שליט"א. נחום איז לויט א יעדע קנה מידה א נידריגע בריאה. אן עקלדיגער יונג, וועלכער באנוצט זיך מיט די ערגסטע אויסדרוקן פון ניבול פה אויף צדיקי אמת וועלכע זענען שוין נישט אויף די וועלט. און זיין פערזענליכער עבר איז נישט אזוי גלענצענד. ס'איז נאר א שאד אז אזא גרויסע קהילה ווי סאטמאר מיט אזויפיהל ריסאורסעס האט עס נישט אויסגענוצט ווי ס'באדארף צו זיין שטילל צו מאכן דעם שור המזיק.
משא"כ הרב יואל ראטה שליט"א איז א בכבוד'יגער איד א תלמיד חכם וירא שמים וועלכער געט אוועק זיין לעבן אויפצוהייבן און מחזק זיין אידישע נשמות...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:55 pm
דורך מפיל קינד
מאך זיכער האט געשריבן:אבער יואלי ראטה, זייענדיג א תלמיד המחכים את רבו גייט ער אין די דרכים פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט זיך געקריגט מיט אלעמען וואס האבן געטראכט אפשר פון אים פארהאלטן אויף סיי וואס..
די מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען פנים אל פנים קעגן די ס"מ אליינס, וואס האט אפגעלאזט אלעס אויף די וועלט נאר זיך צו שלאגן מיט אים.
יואלי קען דאס נישט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:41 pm
דורך מה בכך
מפיל קינד האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:אבער יואלי ראטה, זייענדיג א תלמיד המחכים את רבו גייט ער אין די דרכים פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט זיך געקריגט מיט אלעמען וואס האבן געטראכט אפשר פון אים פארהאלטן אויף סיי וואס..
די מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען פנים אל פנים קעגן די ס"מ אליינס, וואס האט אפגעלאזט אלעס אויף די וועלט נאר זיך צו שלאגן מיט אים.
יואלי קען דאס נישט.
ער וועט גיין ביז ס'וועט אים בארירן זיין אייגענעם כבוד...
די ראש ישיבה מיט א בקשה צו די תלמידים "בעט פאר מיר"
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
אין א פרישע מכתב בעט זיך די ראש ישיבה צו די תלמידים בעט פאר מיר זייטס מתפלל איך דארף רחמי שמים ווייטער אנצוגיין.
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו.
זייטס מתפלל פאר מיר; מען שלאגט מיר, מען האקט מיר, מען רעדט אויף מיר לשון הרע. איך דארף רחמי שמים איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.
עס איז נישט דאס ערשטע מאל און נישט דאס לעצטע מאל וואס עס וועקט זיך אויף א קול הברה. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחגר): יעדעס מאל ווען עס ווערט א נייע קעניג ביי די שדים, זאגט דער קעניג אז ער גייט אויסרייסן דעם בוים; וואס איז דער בוים? דאס איז דער הייליגער רבי, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר, תיקון ו): "עֵץ - דָא צַדִּיק"; דער קעניג פון די שדים גייט מיט אלע שרים מיט גרויס שמחה און מיט גרויס גאוה אויסרייסן דעם בוים, אבער אזוי ווי ער קומט נאנט צום בוים, געבט דער בוים אויף אים א געשריי, אז ער ווערט דערשראקן און לויפט אוועק, עיין שם.
בעט פאר מיר
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
א נאכפאלגנדע מכתב פון די ראש ישיבה
איך האב דיר געשריבן זאלסט בעטן פאר מיר ווייל מען האקט מיר, איך האב דיר נישט געוואלט דערשרעקן; איך בין שטארק, איך בין פיין, איך בין משונה פרייליך; איך דארף פשוט תפילות איך זאל ווייטער קענען אנגיין, ווער נישט דערשראקן פון גארנישט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים
.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 12:46 am
דורך מפיל קינד
ער איז גוטע נייעס
קיינער שלאגט נישט, קיינער האקט נישט. ער זאל אויפהערן שרייבן ניבול פה און אלעס וועט זיין מסודר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 3:35 am
דורך שמעקעדיג
וואו קען מען זעהן זיינע בריוון?
פארוואס זעה איך עס קיינמאל נישט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 10:33 am
דורך [NAMELESS]