דער סאדיגורער ביים בעלזער - וואס האבן זיי דארט געטון?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 12:55 pm
א נייעס איז געווען באקאנט אין די גאנצע וועלט, אז דער נייער סאדיגורא רבי איז געקומען א באזוך צום בעלזער, דעם ערשטן מאל אלס רבי. בהמשך פון דעם באזוך זענען זיי געזעצן אליינס א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער בעלזער ארויסבאגלייט דעם יונגן רבי'ן ביז צו זיין אוטו, אים אפגעבנדיג כבוד מלכים, אזאנס וואס ער טוט כמעט נישט פאר קיין איין גדול בישראל.
וואס פונקטליך איז דארט געווען?
דער בעלזער איז שוין אויף דער עלטער, ער ליידט נעבעך געפערליך, ער זיצט דיפרעסט און קוים וואס ער קריכט ארויס פון זיין וואטע. ער טוט שוין היינט כמעט גארנישט, דאוונט שפעט און קוים וואס מען קען צוקומען צו אים. היינט איז ער כמעט אילאזירט פון די וועלט, קוים וואס ער האט שייכות צו דרויסנדיגע, ווען מען לאזט שוין יא אריין צו אים, איז דאס קוים אויף א סקונדע און די גבאים טרייבן פון אלע זייטן, און ער אליין, איז אנגעצויגן, דיפרעסט, שרייט אויף די אייגענע גבאים, האט נישט קיין סיפוק און איז אנידערגעשלאגן.
דער יונגער סאדיגורא רבי קומט צו גיין, דעם ערשטן מאל, און אט דערזעט ער א יונגע רבי, פריש ארויס פון ישיבה, מיט שיין-געמאכטע פיאות, ער קען אמת'דיג שמועסן און פארברענגען מיט אים... ווען האט ער דאס בכלל געהאט? - א געדאנק בליצט אויף אין זיין מוח, ער באפעלט גלייך "הוציאו כל איש מעלי"... דאן ווענדט ער זיך צום נייעם רבי'ן זאגנדיג, "גיב א קוק, דו האסט יעצט אן איינמאליגע געלעגנהייט, איך וועל דיר ארויסבאגלייטן ביזן אוטו, וועסט האבן כבוד מלכים, דיינע פיינט וועלן פלאצן און יעדער וועט זען אז דו ביסט דער רבי... דו ווילסט נישט פארפאסן אזא געלעגנהייט".
דער סאדיגורער גיבט א טראכט, 'יא, דער געשעפט לוינט זיך!.
ביים ענדע פונעם וויזיט, האט דער רב שליט"א ארויסבאגלייט זיין געהויבענעם גאסט בכבוד מלכים, בשעת די גאנצע וועלט זעט און האלט מיט ווי אזוי דער רב בכבודו ובעצמו איז אים מכבד כאחד הגדולים אשר בארץ, אראפגייענדיג ביזן מאשין און יעדער זעט אז יא, דאס איז סאדיגורא רבי.