בלאט 1 פון 1
סופרים קארט שטויסט ארויס קאומא'ס שוהל רעסטריקשענס
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 7:36 am
דורך [NAMELESS]
א דראמאטישע פסק איז ארויסגעקומען בחצות הלילה פון די סופרים קארט וואס ווארפט ארויס די רעסטריקשענס פון נ''י גאווערנאר קאומא קעגן שוהלן און להבדיל קירכעס אין ליכט פון די קאראנא וויירוס.
די פסק איז 5-4 און איז די ערשטע וואס דזשאסטיס בערעט האט איבערגעוואויגען די רוב לטובת די קאנסערוואטיווע זייט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:11 am
דורך אינגערמאנטשיקל
איינער ווייסט די בערכ'דיגע השתלשלות הענינים פון די קלאגע?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:33 am
דורך מאן דאמר
מ׳ברויך שוין טוישן דעים קעפל, ווייל דערווייל האט דער סופרים קאורט גארנישט ארויסגעשטויסן, ס׳איז נאר א צייטווייליגער עיקול (אין געריכט איז אן עיקול א דערגרייכונג, אנדערש ווי ביי א דין תורה להבדיל וואו עס איז א טעלעפאן קאל מיט א טשעק פאר שמואל פריעד)
ס׳זעהט מיר אויס ווי אלע ריכטערס האלטן אז אויב די קעיס גייט פאר א פראצעס האט עס א גוטע אויסזיכט צו געוואונען, במאי קמיפליגי? די וואס האבן געוועלט אנטקעגן דעים עיקול, האלטן אז דער עיקל פעלט יעצט נישט אויס וויבאלד אויף דער מאמענט זענען די געגענטער וואס די אנקלאגע בעט מען זאל דן זיין, שוין נישט קיין רויטע זאנע, און די געריכט דארף נישט דן זיין אויף א טעאריע
נאט אייך די פסק, לעזט עס און נאכער לאז מיר הערן אייער מיינונג
https://www.supremecourt.gov/opinions/2 ... 7_4g15.pdf
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:41 am
דורך מאן דאמר
איך ציה צוריק, איך זעה אז ס׳איז דא אנדערע טענות פון די ריכטערס/רינס וואס זענען אנטקעגן דעים עיקול, בנוסף צו די טענה אז ס׳איז נישט יעצט רעלעוואנט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:01 pm
דורך מפיל קינד
העניך האט געשריבן:קאומא'ס באגרעניצונגען האבן ווייניג געהאט מיט שכל אדער פראקטיק, און עס קומט זיך אים דער פליק פונעם סופרים קאורט.
אבער אונזערע אידעלעך זאלן זיך נישט נארן אז דער סופרים קאורט גיט א היתר צו איגנארירן דעם ווירוס, און אנצופּאַקן בתי מדרשים און חתונה-זאלן אן קיין שום באווארענונגען.
די סופרים קארט געט טאקע נישט קיין היתר, נאר דער באשעפער ווייזט פון אויבן אז ס'איז צייט זיך אויפהערן נאריש מאכן און ענדיגן מיט די זינלאזע קאמוניסטישע באגרעניצונגען וואס האבן שוין געקאסט גענוג קרבנות ברוחניות ובגשמיות.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:17 pm
דורך לך לך
וואסי פשט אז סאיז ארויס אינמיטן נאכט?
זיי ארבעטן דעמאלטס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:21 pm
דורך הוגה
מפיל קינד האט געשריבן:די סופרים קארט געט טאקע נישט קיין היתר, נאר דער באשעפער ווייזט פון אויבן אז ס'איז צייט זיך אויפהערן נאריש מאכן און ענדיגן מיט די זינלאזע קאמוניסטישע באגרעניצונגען וואס האבן שוין געקאסט גענוג קרבנות ברוחניות ובגשמיות.
ווען די רעגירונג/קארט זאגט עפעס וואס
איך האלט נישט ביים טון איז עס נישט קיין צייכן פון אויבן. נאר ווען די רעגירונג/קארט טוט וואס
מיר איז באקוועם "ווייזט דער באשעפער פון אויבן".
האב איך קלאר ארויס דיין מהלך אין אמונה?
.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:32 pm
דורך פאליטיקאנט
מענדי מיט א גוטס, ווי אייביג.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 8:37 am
דורך קאך_לעפל
[justify]ווי עס שיינט איז אזוי.
ווען דער טיראן קאומא וואלט ווען אפגעשפארט אלעס, אריינגערעכנט וויין געשעפטן, קינדער-מארד צענטערן, און אויך רעליגיעזע אנטשטאלטן, וואלט דער סופרים געריכט זיך ווארשיינליך ווען נישט אריינגעמישט. נעמליך, ס'איז א אויסנאמליכע נויט סיטואציע, און פאר די געזונטהייט פון די פאפאלאציע איז פילייכט וויכטיג פאר די מענטשהייט אויפצוגעבן זייער ג-ט געשענקטע פרייהייטן. זאגאר די דאמאקראטישע טיראנען און אטאיסטן וועלכע האסן דעם אלמעכטיגען ג-ט מיט א וויסטע פיינטשאפט, האבן אנגעהויבן צו איינצוטיילן לויט זייער אייגענע אנטשאויאונגען וואס עס מעג יא זיין אפען און ווואס עס טאר נישט זיין אפען. דאס האט באוואויגן די פינף פון די געשעצטע העכסטע ריכטער אין לאנד, יוסטיץ גאָרסוטש, קאַוואַנאָו, באַררעטט, טאמעס, און יוסטיץ סעמיאל אַליטאָ אראפצושטעלן זייער פוס און אורטיילן אז די דאזיגע טיראניע איז אומקאנסטאטוציאל. זייער ארגומענט איז, היינט שפארט טיראן קאומא אפ רעליגיעזע אנטשטאלטן צוליב אן אינטערגאנג, און מארגן צוליב קלימאט ענדערונג, און איבערמארגן צוליב גלאבאלע ווארעמונג, און איבער איבער מארגן ווייל ער האסט פשוט ג-ט, גענוי ווי קייסער נאפאליען און ווי דער רוסישער צאר אלכסאנדער דער ערשטער. דאס איינציגסטע מאל וואס דער טיראן און מאכט-פארשיכורטער קאומא האט ארויסגעצויגן ג-ט פון זיין שופלאד, איז געווען ווען ער האט אים באשולדיגט אינעם אלטסהיים האליקאוסט וואס ער האט ברוטאליש אנגעווערטשאפט.
און דאס איז א דירעקטער אנגריף אויף די ערשטע אדמענטמענט פון די קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן וואס לויטעט: קאנגרעס זאל נישט מאכן קיין שום געזעץ איבער אן אנטשטאלט פון רעליגיע אדער א פארבאט אויף איר פראקטעצירונג. די קאנסטעטוציע זאגט נישט אין אין פאל פון נויט מעג מען יא! אין רעזולטאט האט דער געריכט פארבאטן טיראן קאומא צו פארפאלגן און טערארזירן רעליגיעזע אנטשטאלטן. וואס ער קען יא טאן איז, ער קען פארעפענטליכען רעגולאציעס וועלכע ער איז איבערגעצייגט אז עס קען עטוואס פארלאגזאמען די עפעדעמיע, און אויב די ניו יארקער בירגער ווילן זיך צושטעלן דערצו דאן וואויל איז זיי, און אויב א געמיינדע וויל זיך דווקא יא אריינלייגן אין א געפאר דאן איז דער שולד אויף זייער אייגענעם קאפ...[/justify]
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 12:29 pm
דורך מנחם ציון
העניך האט געשריבן:קאומא'ס באגרעניצונגען האבן ווייניג געהאט מיט שכל אדער פראקטיק, און עס קומט זיך אים דער פליק פונעם סופרים קאורט.
אבער אונזערע אידעלעך זאלן זיך נישט נארן אז דער סופרים קאורט גיט א היתר צו איגנארירן דעם ווירוס, און אנצופּאַקן בתי מדרשים און חתונה-זאלן אן קיין שום באווארענונגען.
איך מען אז מ'קען פונאנדערשיידן בתי מדרשים מיט חתונות
איך האב דאס בארירט צווישן די שורות
דאגרויסע חתונות איז נישט געבויעט אויף גארנישט משא"כ שוהלן