צווישן א קלאס פון דריי און דרייסיג סטודענטן האט דשעפרי ארויסגעשטארצט מיט זיין גאר שוואכע אויפפירונג.
זיינע אויסצייכענונגען זענען געווען אין די נידריגע שטאפלען, פריינט האט ער נישט פארמאגט צוליב לאגישע סיבות.
זאך-קענער האבן געוואוסט צו באריכטן אז דער דשעפרי האט אין באזיץ אן אויסטערליש קלוגער מח.
ס'האט אים נישט געהאלפן קיין המקום ינחם, און דער לערער טשארלס פראנק האט אים ארויסגע'פּיקלט פון אינעווערסיטעט נאכדעם וואס דשעפרי האט צירוקגעגעבן זיין סוף-יאר בחינה מיט זערא תשובות אריינגעפילט.
"ר'האט קלאר נישט וואס צו נישטערן אין א קאלעדש" האט דר. טשארלס גע'מסביר'ט דשעפרי'ס פאטער'ן. "נישט".
ס'קומענדיגער לערן-יאר איז די אינעווערסיטעט אנגעגאנגען אָן א דשעפרי.
*
צוועלף יאר שפעטער.
דר. טשארלס האט געכאפט א שוידערהאפטיגער הארץ אטאקע ל"ע אין א רעגנדיגער נאכט.
רויט און בלויע לעמפלעך האבן זיך אפגעשפיגלט אויף דעם נאסן שטראז, ווען באפאנצערטע ערשטע-הילף אגענטן האבן אנגעהויבן צוריקצוברענגען פראפעסער טשארלס צום חיות.
זיי האבן אים געראטעוועט, אבער בלויז אויף צייטווייליג. ער האט געדארפט אריבערגיין א באלדיגער אפעראציע. וואס נאר געציילטע דאקטערס אינעם ראיאן האבן געקענט דורכפירן.
*
טשארלס האט זיך דערוועקט נאכן אפעראציע וואס איז נאמינירט געווארן מיט געוואלדיגע הצלחה.
אמנם ער איז נאך געווען מקושר צו א רעספירעיטער (נו!!... ווענטילעיטער), פונדעסטוועגן איז זיין געזונטהייט סטאטוס שוין פולקאם צוריקגעקומען.
ער האט קוים געקענט ווארטן אז ס'דאקטער זאל זיך אנטפלעקן צוקאפנס, ער זאל אים קאנען אפגעבן דאס ריכטיגער שבח ווי עס באדארף פאר זיין לעבנס רעטער.
און אט איז עס געשען.
דער דאקטער האצעך באוויזן, טשארלס האט געגיבן א בליק צו אים.
און מיטאמאל, אן קיין שום פריערדיגע סטראשע, איז טשארלס אנידערגעפאלן אין א טיפע חלשות.
נאכן דערמונטערן און צוריקברענגען צו די קרעפטן האבן אים זיינע נאנטע געפרעגט: "למדינו רבינו, פארוואס האט דער פראפעסער גע'חלש'ט פארוואס?"
"איך האב צאמגעפאלן וויבאלד דשעפרי - מיין סטודענט וואס כ'האב פארשיקט - האט אויסגעפּלאָגט דעם רעספירעיטער, ער דינט אין דעם שפיטאל אלס א מיסט רייניגער.
> מפי השמועה