בלאט 1 פון 5

ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:19 am
דורך [NAMELESS]
קומט אריין די ביטערע נייעס ראב"ד סאטמר זצ"ל

נתמנה ע"י רבינו הקדוש זצ"ל אלס דיין און מורה הוראה אין סאטמר.

געווען א זעלטענע איידעלע מענטש אלעס מיט א פשטות

ווי דהאי שופרא דבלע בארעא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:52 am
דורך [NAMELESS]
לוויה 12:00 בדיוק בבית מדרש סאטמר ראדני

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:52 am
דורך [NAMELESS]
בד''ה

טאקע א פארלוסט פאר כלל ישראל. א דיין פון די פריערדיגע דור וואס האט נאך געהאט א אייגענע מיינונג און אייגנארטיקייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:58 am
דורך [NAMELESS]
ער איז געווען א חידוש אז כאטש ער האט זיך מערסטענס אפגיגעבן מיט הוראה פלעגט ער האראווען אין גפ"ת מיט א שטארקייט, ווי אויך באקאנט זיין שיעור וואס איז אנגעגאנגען יארן יארן אין גפ"ת במתינות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:08 am
דורך [NAMELESS]
זיין השתפכות הנפש ביים דאווענען איז געווען מלא רגש עס האט אריינגעדרינגען טיף טיף בפרט די אבינו מלכנו עס קלינגט מיר אין די אויערן כאטש די לעצטע מאל איך האב עס געהערט איז מיט יארן צוריק

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:41 am
דורך [NAMELESS]
אין סאטמר מהר"יי איז דאס (כאילו) די רבי אליינס איז נסתלק געווארן די הערכה צו עם איז גרעסער ווי צום רבין, איך האט אז דאס איז א שיינקייט אין אמת'דיג

זעה די בילד ווי די פרוכת פון די ארון הקודש אין ראדני איז אראפגענומען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:39 pm
דורך טיכטיגער
בד"ה
קען ער דערציילן איבער זיין ביאגראפיע אביסל?
וואו איז ער געווען ביים קריג, פון וועלכע שטאט שטאמט ער? וכו' וואלט געווען אינטערעסאנט צו לייענען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:47 pm
דורך מנחם ציון
ווי שטיל און איידל ער איז געווען האט ער א גאר שטורעמישער לעבן
געלערנט אין ביהמ"ד עליון
געארבעט אין פאסט אפיס
נתמנה געווארן אלץ דיין דורך דער סאטמאר רבי ז"ל
געלאפן פאר גאב"ד ירושלים
געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב
פארגעלערנט ש"ס בעיון לענגאויס א צייט אפשניט פון 37 יאר!
געדינט אלס בעל תפילה אין קהלת מהרז"ל
און אוועק און דעם יום המר והנמהר ( :roll: :? ) כ"א כסלו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
טיכטיגער האט געשריבן:בד"ה
קען ער דערציילן איבער זיין ביאגראפיע אביסל?
וואו איז ער געווען ביים קריג, פון וועלכע שטאט שטאמט ער? וכו' וואלט געווען אינטערעסאנט צו לייענען

געווען אין אושוויץ ביים קריג געהאט די נומערן אויף זיין לינקע האנד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז די אפיציעלע צעטל פון די קהילה מערקט די טיטלען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:58 pm
דורך קאך_לעפל
נישטא וואס צו רעדן... א וואוילער איד איז געווען דער רבי מנשה... זאל ער זיין א גוטער בעטער....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:16 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:ווי שטיל און איידל ער איז געווען האט ער א גאר שטורעמישער לעבן
געלערנט אין ביהמ"ד עליון
געארבעט אין פאסט אפיס
נתמנה געווארן אלץ דיין דורך דער סאטמאר רבי ז"ל
געלאפן פאר גאב"ד ירושלים
געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב
פארגעלערנט ש"ס בעיון לענגאויס א צייט אפשניט פון 37 יאר!
געדינט אלס בעל תפילה אין קהלת מהרז"ל
און אוועק און דעם יום המר והנמהר ( :roll: :? ) כ"א כסלו

תני ושייר...
אנגעהאלטן דאס ידידות מיט הגאון ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל און פרעגט שיקן שאלות צו עם!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:06 pm
דורך מנחם ציון
C/P

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט יעצט אריינקומענדיג צום סעודת הודאה מיט די
בחורים פון ישיבתינו הקדושות פון וומס"ב אפגעשטעלט חסדי השם/טאנצן און וומס"ב
מיט די בחורים צוליבן פטירה פון רבו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז"ל די
רבי האט פארציילט א מעשה מיטן רבין ז"ל ווי די רבי איז געקומען און קעמפ פרשת
ראה ווען בעלזער רב איז אוועק און ער האט געהייסן אז מען זאל נישט זינגען.
און אויסגעפירט והמבין יבין‎‎
א גועל נפש פון א פערשוין, א גרויליגער חי׳ פון וואלד, א געמיינער כלב, אזוי
רעדט א מנהיג צו בחורים וואס זייערע טאטעס זענען געבוירן געווארן פון די הוראה
פונעם דיין זצ״ל און זענען געשטאנען על חדרו לקבל הוראתו באימה וביראה? קען
אים נישט דערמאנען ביים נאמען אפילו, נאר מיט א ביליגער צינישער המבין יבין
כאילו מ׳רעדט דא פון חיים הערש מייזליש? אי׳ א טראפעלע כבוד התורה פאר דעם 92
יאריגן גדול בתורה ובהוראה וואס האט גע׳פסק׳נט רבבות שאלות פאר אידן במשך
זיינע 50 יאר אין די סאטמארער קהלה?‎‎
------------
#לעבעדיג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
וואס האט ר' אהרן געזאגט שלעכט? ער האט געמיינט צו זאגן אז אפילו מ'האט געהאט חילוקי דעות דארף מען נאך אלץ וויסן אז ער איז געווען אגדול בישראל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:24 pm
דורך מנחם ציון
יא יא

דאס רופט זיך אויסגעגראבן קריטיק פון אונטער דער ערד

דאס אז ער האט אפגעשטעלט מוזיק איז א הערליכע זאך פאר זיך
פארוואס דארף מען קוקן קרום אויף וואס ער האט געזאגט און וואס ער האט געמיינט צו זאגן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
מספידים בבית מדרש הגדול ראדני

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
אדמו"ר בית חיים יושע
הגאון רבי בנימין לאנדא תלמידו
הגאון רבי שלמה לייב וו"ב פעיא רב
אב"ד סאטמר מונסי
הרהגה"צ רבי יחזקאל ראטה קארלסבורג
אדמו"ר מסקולען רבי ישעיה יענקל
הגאון רבי זלמן לייב פילאפף מכלל יופי רב
בנו הגאון רבי לייבוש
בנו הגאון רבי ברוך אברהם
ועוד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:30 pm
דורך מנחם ציון
עמעזאן האט געשריבן:מספידים בבית מדרש הגדול ראדני

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
גיסו אדמו"ר בית חיים יושע
הגאון רבי בנימין לאנדא תלמידו
הגאון רבי שלמה לייב וו"ב פעיא רב
אב"ד סאטמר מונסי
הרהגה"צ רבי יחזקאל ראטה קארלסבורג
אדמו"ר מסקולען רבי ישעיה יענקל
הגאון רבי זלמן לייב פילאפף מכלל יופי רב
בנו הגאון רבי לייבוש
בנו הגאון רבי ברוך אברהם
ועוד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
לוויה אין קרית יואל ארום 3:30

קבורה ביים נייע בית החיים קהילת מהר"יי

בנו די דיין רבי לייבוש מאכט חתונה היינט נאכט א טאכטער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:58 pm
דורך cictim
מנחם ציון האט געשריבן:C/P

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט יעצט אריינקומענדיג צום סעודת הודאה מיט די
בחורים פון ישיבתינו הקדושות פון וומס"ב אפגעשטעלט חסדי השם/טאנצן און וומס"ב
מיט די בחורים צוליבן פטירה פון רבו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז"ל די
רבי האט פארציילט א מעשה מיטן רבין ז"ל ווי די רבי איז געקומען און קעמפ פרשת
ראה ווען בעלזער רב איז אוועק און ער האט געהייסן אז מען זאל נישט זינגען.
און אויסגעפירט והמבין יבין‎‎
א גועל נפש פון א פערשוין, א גרויליגער חי׳ פון וואלד, א געמיינער כלב, אזוי
רעדט א מנהיג צו בחורים וואס זייערע טאטעס זענען געבוירן געווארן פון די הוראה
פונעם דיין זצ״ל און זענען געשטאנען על חדרו לקבל הוראתו באימה וביראה? קען
אים נישט דערמאנען ביים נאמען אפילו, נאר מיט א ביליגער צינישער המבין יבין
כאילו מ׳רעדט דא פון חיים הערש מייזליש? אי׳ א טראפעלע כבוד התורה פאר דעם 92
יאריגן גדול בתורה ובהוראה וואס האט גע׳פסק׳נט רבבות שאלות פאר אידן במשך
זיינע 50 יאר אין די סאטמארער קהלה?‎‎
------------
#לעבעדיג


מנחם ציון האט געשריבן:געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב


יעדע מערכה אין סאטמאר האט געהאט זיין חתימה - ווי זאגט מען - הרגעטס ענק אבי נישט צווישן..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:05 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:39 pm
דורך [NAMELESS]
אדמו"ר מהר"א באגלייט די ארון פון כ"ק הראב"ד זצ"ל אין ווילימסבורג
ביי די הייוועי איז מהר"א ציגעגאנגען צום קאר מען האט געפענט די טיר און ער האט מלווה געווען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
מהר"א ביים לוויה