בלאט 1 פון 5

אדמו"ר הינוקא מסאדיגור אסר'ט צו רעדן פון די מחלוקת!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
אין א פייערדיגע דרשה צו אלע חסידים האט אדמו''ר הינוקא מסאדיגור גע'אסר'ט פאר אלע זיינע חסידים צו רעדן פון די פרשה וואס ברענט און פלאקערט, און וואס מאנכע טענה'ן אז ער ווארפט ארויס זיין מאמע פון איר הויז.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 8:59 am
דורך הרב שיף
ער האט גערעדט איבער דאס וואס מאנכע טענען וכו'?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:16 am
דורך קאך_לעפל
יא יא ווען איך ווארף ארויס מיין מאמע ווי א הונט אויפן גאס, וויל איך אויך נישט אז מ'זאל רעדן דערפון...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 10:10 am
דורך cictim
https://drive.google.com/file/d/1p7934K ... sp=sharing

יא יא ווען זיין מאמע פירט זיך ווי א הונט אויפן גאס - מצער איר מאן בחייו ולאחר מותו צוזאמען מיט אלע חסידים, וויל איך אויך נישט אז מ'זאל רעדן דערפון...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 2:43 pm
דורך צפור בודד
איך בין גראדע א פלאקעדיגער חסיד פון דעם וואן אנד אונלי סאדיגורער. א ראצער פון דריי און צוואנציג מיט דער קאנפידענס פון א פערציגער. ער רעדט קלאר אן קיין מורא, רוהיג און מיט א היימישן טעם. ער האט נישט גורם געווען דער מחלוקת און ער איז נישט מחוייב אוועקצוגעבן וואס איז קלאר זיינס. און אויף זיין מאמע איז נישט דא וואס רחמנות צו האבן. זי בונטעוועט קעגן אים און זי וועט אי"ה ווייטער האבן מער ווי איין דאך איבערן קאפ.

סאדיגור איז נישט מחויב צו ליידן די מחלוקת'ן וואס אירע פאטער האט אנגעדרייט אין וויזניץ. די מאמע האט גע'ירש'נט פון אירע פאטער שלגעגעריי און דער רבי האט גע'ירש'נט פון זיין פאטער א רבי'תטעווע. יאריך ימים על ממלכתו!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 3:46 pm
דורך הרב שיף
צפור בודד האט געשריבן: א ראצער פון דריי און צוואנציג מיט דער קאנפידענס פון א פערציגער.

נישט געוויסט אז דאס איז א מעלה.

וואלט איר געשריבען אזוי, א ראצער פון דריי און צוואנציג מיט שכל פון א פערציגער, וואלט איך פארשטאנען די מעלה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 3:47 pm
דורך אישתישבי
פין א סטראטעגישע שטאנדפונקט, דארף ער געבן פאר זיינע חסידים א וועג ארויס ווען מען פרעגט זיי וואס גייט פאר. יעצט קיין זיי ציען מיט די אקסלען און זאגן דער רבי אדער דער תורה לאזט נישט רעדן.

גאונות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 3:53 pm
דורך הרב שיף
אישתישבי האט געשריבן:פין א סטראטעגישע שטאנדפונקט, דארף ער געבן פאר זיינע חסידים א וועג ארויס ווען מען פרעגט זיי וואס גייט פאר. יעצט קיין זיי ציען מיט די אקסלען און זאגן דער רבי אדער דער תורה לאזט נישט רעדן.

גאונות.

טאקע גאונות, אבער עס איז פון איש תשבי.

דער רבי שיינט נישט צו זיין אזא גאון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 3:40 pm
דורך מנחם ציון
נאפ.... ער האט מיר כלל נישט געכאפט מיט די פינף מינוט רעקארדירונג
איך הער דא אן אפשפיגלונג פון א מנהל וועם ער פרובירט נאכמאכן אבער געלונגט אים שוואך

אפילו די צוויי דריי טייטשן וואס ער זאגט דא זענען נאריש

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 4:39 pm
דורך yn.NY
אישתישבי האט געשריבן:פין א סטראטעגישע שטאנדפונקט, דארף ער געבן פאר זיינע חסידים א וועג ארויס ווען מען פרעגט זיי וואס גייט פאר. יעצט קיין זיי ציען מיט די אקסלען און זאגן דער רבי אדער דער תורה לאזט נישט רעדן.

גאונות.

בכלל נישט קיין גאונות, ס'איז די מאויסט טיפיקעל וועג זיך ארויסצדרייען פון געבן ענפערס... "רעד נישט! בלייב שטיל!"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 1:16 am
דורך קאצקע ציקער
Wow אזא שטארקייט "איך" אסר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 11:45 am
דורך yn.NY
קאצקע ציקער האט געשריבן:Wow אזא שטארקייט "איך" אסר

איך זעה מ'האט דיר נישט געלערענט קיין "אמונת צדיקים"...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 7:35 am
דורך הרב שיף
ב"ה געהאט די זכיה צו הערען יעצט די דברות קודש תשוח"ח פאר א חבר דא וואס האט עס פריער אויסגעשטעלט.

זענען מיר נייגעריג. זענען אלע ינוקא'ס געווען תינוק'ס, אזוי ווי דא?
איך בין געווארען רויט עטליכע מאל, פאר אים און זיינע חסידים (על אף וואס לפי פשוטו האלט איך אז ער איז די סאדיגורע רבי, ווער בין איך צו האלטען, אבער אזוי קוקט עס מיר אויס). איז נישטא דארט קיינער וואס זאל אים מסביר זיין נישט צו אנפילען וואסער מיט לופט, ווילסט זאגען עפעס זאג א מימרא.

אגב סגייט נישט ולמקללי נפשי, תדום. נאר ולמקללי, נפשי תדום. ווייל ולמקללי נפשי, תדום, מיינט לכאורה און צו ווער סטשעפעט מיר (דעם רבי'ן) זאלסטו שווייגען, לשיטתו וואלט געדארפט שטיין אדום.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 7:42 am
דורך אישתישבי
ביסט גערעכט, קינד בלייבט קינד. הגם עס איז נישט ממש בזיונות, אבער זיין א פאליטישן זעהט נישט אויס צו זיין פין זיינע שטארקייטן.

נאך אלץ בעסער פין א בעלזער שובב.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 12:19 pm
דורך יאסל ראקאווער
אפשר זאל ער זיך עפענען די אייגענע הארץ צו זיין מאמע?

אז ער קען נישט איז ער נישט קיין שגץ ער איז א בשר ודם און אריין געזינקען און א מלחמה מיט די מאמע איבער בילדינגס און געלט. אבער זיינע חסידים מעגן אויך. ס'איז זייער בילדינגס אויך. פארוואס פארלאנגט ער מער פון זיי ווי פון זיך?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 7:34 am
דורך מפיל קינד
שארפע בריוו פון בי"ד קעגן די מאמע און האדמו"ר מירושלים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 8:12 am
דורך אישתישבי
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אפשר זאל ער זיך עפענען די אייגענע הארץ צו זיין מאמע?

אז ער קען נישט איז ער נישט קיין שגץ ער איז א בשר ודם און אריין געזינקען און א מלחמה מיט די מאמע איבער בילדינגס און געלט. אבער זיינע חסידים מעגן אויך. ס'איז זייער בילדינגס אויך. פארוואס פארלאנגט ער מער פון זיי ווי פון זיך?


העלא? ביסט צופראסקעט אינגאנצען? עפענען א הארץ צו א מאמע וואס רופט? פארקערט, די מאמע זאל עפענען אירע קליינע אויגן און אויפהערן קאנטראלירן א זאך וואס איז קיינמאל געוועהן איר'ס.

זיין פארלאנגען נישט צו רעדן איז קינדעריש, אבער פיל בעסער פין די קינדערישע אקציעס וואס דער בעלזער האט אנגעפירט בראשית ימיו. א דרשה נישט צו טוהן איז אייביג בעסער ווי א פאונטען א פינגער ביי הני כלבין דחציפין, און טראסקענען מענטשן וואס זענען נאך נישט געשוואוירן.

פארפאלן, דער ברודער רמ"ש קען זיין א רבי אבער נישט סאדיגורא, און דער מאמע וועט שעפען פונקט אזויפיל נחת פין דעם פיפטען זוהן.

איך קען אויך מאכן מחלוקת מיט מיין מאמעס הילף אז איך וויל זיין סאדיגורא רבי, און וועל האבן דער זעלבער פנים. דער טאטע האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי, און מען זעהט עס אויך טריט און שריט, א שטילע שלאנג וואס פירט א גורילע מלחמה, אהן קיין ערנסקייט. שיינער שאו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 9:05 am
דורך יאסל ראקאווער
איך האב נישט געזאגט אז זי אדער ער איז גערעכט. איך ווייס נישט גארנישט פוןַ די מעשה, ווי פארשטענדליך אינטערעסירט מיר נישט זייער פייט. בשר ודם'ס פארטינקען און אני ואפסי. די מאמע מיט די ברידער.

אבער לאז די חסידים אויך. זיי זענען part די פון די שאו. וואס זענען זיי דאליס וואס מ'פייט פאר וועמען זיי באלאנגען? מ'פייט פאר זיי, אויף זיי און וועגען זיי אבער זיי טארן נישט רעדן דערוועגן.

אגב אויב אבער מיין טאטע לאזט מיר איבער מיליאנען און גיט גארנישט פאר מיין ברידער. גיב איך אים האלב פון מיינס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:50 am
דורך אישתישבי

אגב אויב אבער מיין טאטע לאזט מיר איבער מיליאנען און גיט גארנישט פאר מיין ברידער. גיב איך אים האלב פון מיינס.



ווערי נייס, אבער איך גלייב דיך נישט, און די זאלסט דיך אליין אויך נישט גלייבן.

פארוואס וואלסטו עס געטוהן? דער גילטי פילינג גייט אוועק גאנץ שנעל, און די לאגיסטישע פילינגס קומען אריין גאר שנעל, אז די גיבסט אים, קענסטו מיר אויך געבן. עס איז דיין געלט און האט גארנישט מיט דיין ברודער.

און טאמער ביסטו טאקע אזא זנב'ל, קענסטו זיכער זיין אז די אנדערע האלב וועט אויך נישט האבן קיין אריכות ימים.

Re: אדמו"ר הינוקא מסאדיגור אסר'ט צו רעדן פון די מחלוקת!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 3:03 pm
דורך פאליטיקאנט
און אויב האסטו אזא טאטע, ביסטו דאך זיינס א קינד אויך....

Re: אדמו"ר הינוקא מסאדיגור אסר'ט צו רעדן פון די מחלוקת!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:32 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ע"פ הלכה מעג א טאטע געבן זיין פארמעגן פאר איין זון בן בין הבנים, מ׳ דארף אראפגעבן א מינומאל סכום פאר די אנדערע יורשים
איך נעם נישט קיין שטעלונג דזאסט געלערנט פרק יש נוחלין פארצייל איך עס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 2:08 am
דורך Bloomingburg
איז אמת אז די סאדיגורא רבי איז Separate?

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 11:47 pm
דורך אינטערסאנטער
Bloomingburg האט געשריבן:איז אמת אז די סאדיגורא רבי איז Separate?

עס זעהט אויס ווי די נארמע דא, אז איינער ברענגט א באמבע נייעס און נאכדעים קען מען ווארטן חדשים צו הערן עפעס מער דערוועגן, אפצולייקענען אדער באשטעטיגן.