בלאט 1 פון 2
זינגערס וועם מ'טאר נישט הערען......
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 3:14 pm
דורך עוקר הרים
.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 3:32 pm
דורך מנחם ציון
א דוגמא פון אן אמאליגע שאנד סלופ
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 4:08 pm
דורך בן ישי
ברוך השם איך בין נישט אויף די ליסטע און די בחורים קענען מיך נאך אויסהערן.
איך וואלט זיי מייעץ געווען צו מאכן א ליסטע פון וועם מ'מעג יא הערן...
אגב וועלכע ישיבה איז דאס?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 4:55 pm
דורך מנחם ציון
דברי חיים בנשיאות ר' הערשל ראבינאוויטש
בן דינוב'ער רבי חתן ר' יהושע רובין, ספעיר אדמור מבאבוב 45
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 6:55 pm
דורך היכי דמי
האב איך מורא אז די בחורים גייען באלד קענען דזשאסטען ביבער׳ס ניגונים נאך בעסער ווי אים...
איך זעה אז מבד איז מער היימיש ווי מנחם מאשקעוויטש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 8:57 pm
דורך קוויטעל
פארוואס שטייט נישט א ליסטע פון בעלי דרשנים וואס מ'מעג נישט הערן, האט ליינס, געימס וואס מ'טאר נישט שפילן, און געשעפטן וואס מ'מעג נישט אריינגיין?
Re: זינגערס וועם מ'טאר נישט הערען......
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 9:17 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
היכי דמי האט געשריבן:האב איך מורא אז די בחורים גייען באלד קענען דזשאסטען ביבער׳ס ניגונים נאך בעסער ווי אים...
איך זעה אז מבד איז מער היימיש ווי מנחם מאשקעוויטש.
און וואס טוט זיך מיט אברהם פריעד, עם מעג מען הערן אבער לוי פאלקאוויטש נישט? ועוד ועוד, די גאנצע ליסט מאכט נישט סענס
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
איך געדענק ווען מרדכי בן דויד און אברהם פריעד זענען געווען אסור ווי חזיר...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:28 am
דורך מה בכך
קוויטעל האט געשריבן:פארוואס שטייט נישט א ליסטע פון בעלי דרשנים וואס מ'מעג נישט הערן, האט ליינס, געימס וואס מ'טאר נישט שפילן, און געשעפטן וואס מ'מעג נישט אריינגיין?
יאלא, נוסח קאווע שטיבל , שיק אריין א בריוו מיט דיינע המצאות...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:41 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב טאקע לעצטנס געזעהן ביי מיר א שרעקליכע ירידה אין רוחניות נאכן אויסהערן די שוידערליכע שירי עגבים פון יצחק פוקס. כ'האב שיער נישט בועל ארמית געווען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 8:29 am
דורך ישעיה
ריכטיג האט געשריבן:כ'האב טאקע לעצטנס געזעהן ביי מיר א שרעקליכע ירידה אין רוחניות נאכן אויסהערן די שוידערליכע שירי עגבים פון יצחק פוקס. כ'האב שיער נישט בועל ארמית געווען.
דו סאג'עסטס אז ווי נאר חנוכה איז פארביי קען מען זיך רישן אויף א בנות מדין סיטואציע?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 9:46 am
דורך קוויטעל
וועכנטליך גיין אויף הפגנות אין מאנהעטן ורחובות, איז אוודאי בעסער ווי דעם
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 10:02 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
כפי ידיעתי דער אפטייטש פון "שירי עגבים" מיינט ניגונים וואס ברענגן הורהורים וכדומה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 11:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כפי ידיעתי דער אפטייטש פון "שירי עגבים" מיינט ניגונים וואס ברענגן הורהורים וכדומה
כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 12:37 pm
דורך yn.NY
דורך קוקנדיג די ליסטע, באמערק איך "מנחם מאשקאוויטש" צווישן די "גוישע זינגערס"... איז נאך דא היינט בעלי מנגנם וואס זינגען פרומער ווי מנחם?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
אייזיק האניג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:27 pm
דורך בן ישי
נאך די ליסטע שטייט "וכמובן כל מיני משוררים השרים כמותם כל אחד ואחד" לכאורה ווארט דורכדעם אריינגערעכנט די אנדערע וואס זונגען חסידיש אזויווי מנחם מאשקאוויטש, ווי למשל אייזיק האניג וכו'
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:32 pm
דורך מנחם ציון
אויב די מצב איז אזוי שרעקליך ווי ס'שטייט דאן פארוואס נאר פון ז' כסלו ביז נאך חנוכה?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:36 pm
דורך בן ישי
אגב זעה איך דא נעמען וואס איך קען נישט (אפשר איז דאס א עד פאר זיי?) ווי למשל יואל ליפשיץ און מאטי ווייס.
אזוי אויך זעה איך נעמען וואס איך האב נישט געוויסט אז זיי זינגען נאך ווי אברמי קאליש, תלי ברילל.
איך וואלט גראדע געוואלט וויסן וויאזוי דער וואס האט געמאכט די ליסט האט געוויסט אלע נעמען, ער זעהט אויס צו זיין גאנץ באהאווענט, אפשר איז ער פונקט געווען אין א קאר און פונקט איז די סידי געווען אנגעצונדען?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 6:40 pm
דורך קוויטעל
בן ישי האט געשריבן:נאך די ליסטע שטייט "וכמובן כל מיני משוררים השרים כמותם כל אחד ואחד" לכאורה ווארט דורכדעם אריינגערעכנט די אנדערע וואס זונגען חסידיש אזויווי מנחם מאשקאוויטש, ווי למשל אייזיק האניג וכו'
לכאורה אויב איך זינג ווי זיי מעג איך מיך אליינס נישט הערן...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 8:45 pm
דורך מה בכך
זיי האבן פארגעסן ברוקלין גירלס קווייער...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:45 am
דורך yn.NY
מאך זיכער האט געשריבן:אייזיק האניג
ברוך השם סאיז נאך דא וועם צו הערן...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 11:27 am
דורך [NAMELESS]
בן ישי האט געשריבן:אגב זעה איך דא נעמען וואס איך קען נישט (אפשר איז דאס א עד פאר זיי?) ווי למשל יואל ליפשיץ און מאטי ווייס.
אזוי אויך זעה איך נעמען וואס איך האב נישט געוויסט אז זיי זינגען נאך ווי אברמי קאליש, תלי ברילל.
איך וואלט גראדע געוואלט וויסן וויאזוי דער וואס האט געמאכט די ליסט האט געוויסט אלע נעמען, ער זעהט אויס צו זיין גאנץ באהאווענט, אפשר איז ער פונקט געווען אין א קאר און פונקט איז די סידי געווען אנגעצונדען?
איך קלער אז דער מנהל האט אוועקגעכאפט א בחור׳ס עם. פי. טרי פלעיער און פשוט איבערגעשריבן די ארטיסט ליסטע.