אבן מקיר תזעק-מיינע געפיהלן אויפן ביה"ח, פאעזיע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

אבן מקיר תזעק-מיינע געפיהלן אויפן ביה"ח, פאעזיע

שליחה דורך קווארטין »

אין די יעצטיגע צייטן פון יאר קומט מיר אויס עטליכע מאל צו זיין אויפ בית החיים, צוליב יארצייטן. זעענדיג די פולע "אבן מקיר תזעק" אויף די מציבות, איז מיר אריינגערונען אין קאפ א געדאנק וואס כ'האב שפעטער פארשריבן אין א פאעזיע, וויל איך אייך דאס אצונד מיט-טיילן. ליינט אין האט הנאה.



אבן מקיר תזעק

גייענדיג מיט פארטראכטע אויגן
אויפן שיפן בארג ווי ס'איז אלעמאל שטיל
שטיינער, ווי אן אומבאוועגליכע ארמיי אויסגעצויגן
ביים זיידנ'ס קבר, זיך אויסגיסן דאס הארץ כ'וויל

ווי דען זאל איך מיין ווייטיג אפלודען
און אויפ-עפענען פון מיין הארץ די פארקלעמטע קאנאלן
אויב נישט ביים זיידנ'ס קבר, אויף דעם הייליגן באדן
אפשר וועט ער מיר די טיר פון האפענונג אויפ-פראלן

מיינע פוס קומען שוין נענטער, מיין מוח איז אבער צומישט
אט שטיי איך שוין ביי זיין מקום מנוחה
כ'האב די טרערן פון מיינע אויגן אפי' נישט אפגעווישט
זאלן זיי פארפלעקן מיינע ברילן מיט רציחה

צו מיין זיידן כ'טענה זיך אויס אויף שטים לשון
הלמאי גיי איך אין די פינצטערניש, און כ'טאפ א כותל רעוא
זאלן די פראבלעמן שוין פארויכערט ווערן כלו בעשן
ס'זאל שוין פארזיסט ווערן אונזערע טעג במילואה

זיידע, זאג איך ווייטער, האסט דאך אזויפיל מתפלל געוועזען
כסדר האסטו געזאגט תהלים, ס'איז געווען הורידו כנחל דמעה
אפי' די בוזט שוין נישטא, האסטעך זיכער איבערגעלאזט שפעזן
מיר לעבן און א וועלט פון צרות נסיונות און טומאה

כאטש מיר פאלן אמאל דורך דעם נסיון
דאך זענען מיר מודה, און מ'פרובירטזיך צוריק צוקלאמערען
בעט איך דיך, חלו נא פני קל במיטב הגיון
זיידע! די האסטעך אזוי סך אוצרות אין דיינע קאמערן

א שטיין לייג איך אויפן מצבה, און ס'הארץ איז מיר לייכטער
די פוס גייען גרינג און די געוויסן איז מיר שטארק מחוזק
אבער פלוצים בלייב איך שטיין א פארטראכטער
פון איבעראל שרייטזיך דאס זעלביגע "אבן מקיר תזעק"

ס'קומען מיר ארויף בילדער פון דערשראקענע קינדער מיט מאמעס
אט גייט דאס מיידל ארויף אויפן בהמה וואגאן איר פנים וויינט פאר שוואכקייט
צזאמען מיט אלע יודן שטיקן זיי זיך אויפן באן אין א הייסן תמוז
אט גייט שוין די מאמע מיט איר קינד, ווען אויפן פנים צייגט זיך א פרייליך געמאכקייט

אבער ווען מ'האלט שוין נאנט צום גיהנום של מטה
זאגט זי, טייער קינד מיינס, הער מיך צו גוט
באלד גיימיר זיך שוין טרעפן אויבן מיט אונזער גרויסער טאטע
אבער ס'וועט נאך קומען א צייט, אוי וועט ער נקמה נעמען פאר אונזער בלוט

"אבן מקיר תזעק", נהרגו על קידוש השם ח"י תמוז תש"ד
וילדיהם פעסיל רחל חיים ושאר שמותם שלא ידועים
די שטיין שרייט! רבוש"ע די בוזט דאך דער אנת הוא על כולא שליט
מיר קענען קוים ווארטן, ווען וועסטו שוין מקיים זיין דיין צוזאג, ועלו מושיעים

לשפוט את הר עשיו, לעשות נקמה בגוים
די קולות פון די רשעים וועט זיך הערן אויף א ווייטער שטרעקע
די נקמה פונעם בורא וועט זיין נורא ואיום
ס'עט מקויים ווערן וראו כל עמי הארץ ויראו ממך

מ'וועל מיר זיך טרעפן מיט אונזערע אבות, ואבות אבותיך
מ'עט הערן פון די קדושים אז אפי' אויף זייער קערפער אין בוכנוואלד זענען געקראכן פליגן
אבער זיי זענען שוין לאנג געווען אינעם פלאץ פון עין לא ראתה אלוקים זולתך
מ'קען זיך גארנישט פארשטעלן אין וואסערע פארגעניגן

אין אלע מלחמה איבערלעבערס צוזאמען מיט די צדיקים
וואס אין די שווערסטע אומשטענדן האבן זיי צוריק אויפגעשטעלט יודושקייט
וועלן מאכן א גרויסן מחול, ס'וועט זיין אזוי שיין, מלאים זיו ומפיקים
אוי, ווען וועלן מיר דאס שוין דערלעבן, ברודערליך לאמיר זיך מאכן גרייט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער זייער רירענד!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שיין און הארציג. כה לחי!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך און רירענד! יישר כח!
וירח ה' את ריח הניחוח
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

WOW WOW
נישטא קיין ווערטער.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הערליך שיין, דער תוכן און דעם שריפט

ביטע בעסער מסדר זיין, די שורות, פינטעלעך און טראפן
זיי זענען ביי א פאעמע די וועגווייזער אן זיי טוט מען זיך פאפן
פארשפארט