בלאט 1 פון 2

פאדקעסטס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:48 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך האב נאך נישט געזען קיין אשכול דערויף האב איך געפענט איינס
וואס איז דאס א פאדקעסט?
דאס איז עפעס צווישן א בלאג און א רעדיאו שאו
ווי קען מען דאס הערן?
עס איז דא ספעציעלע עפפס ווי למשל ,apple podcasts castbox, pocket cast, און נאך
וואס קען מען הערן?
אלעס אויף יעדע נושא
איך אליינס בין איינגעשריבן צי עטליכע הונדערט אין ענגליש און אין העברעעיש
אבער איך האב געזען א גרויסע מחסור אין די אידישע שפראך
חוץ פון על רגל אחת פון פנחס גלויבער אדרבה אויב ווייסט איינער פון נאך ביטע לאזט וויסן דא לתועלת הרבים
אויך קען מען דא שרייבן אדער פרעגן אלעס איבער די נושא און איך וויל פרובירן צי ענטפערן צי די בעסט פון מיין עביליטי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כמעט אלע סחורה אויף קול מבשר קען אריינגיין אינעם כלל פון פאדקעסט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:52 pm
דורך מרדכי מרדכי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כמעט אלע סחורה אויף קול מבשר קען אריינגיין אינעם כלל פון פאדקעסט.

די פראבלעם איז אז מען קען עס נישט הערן אויף קיין איין פאדקעסט עפפ זיי געבן נישט ארויס די RSS

Re: פאדקעסטס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 8:23 am
דורך פאליטיקאנט
Spotify און Google podcast
זענען פון די גרעסטע און באקוועמסטע פלאטפארמעס וואס איז פארהאן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:56 pm
דורך מרדכי מרדכי
ספאטיפיי איז א פראבלעם ווייל זיי נעמען איבער די מארקעט
צום סוף וועט מען זיי דארפן צאלן צי קענען הערן
אפילו יעצט לייגן זיי צי עדס אויף פאדקעסטס וואס האבן שוין אייגענע עדס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:28 pm
דורך חמלה גדולה

נשלח: מוצ"ש יאנואר 02, 2021 9:33 pm
דורך נומער5
וויאזוי קען מען דאונלוידען פון די פלאטפארמעס צי הערן אפפליין? אויף SOUNDCLOUD.COM קען מען געוויסע אבער נישט אלע.

Re: פאדקעסטס

נשלח: מוצ"ש יאנואר 02, 2021 10:26 pm
דורך פאליטיקאנט
גוגל פאדקעסט ערלויבט דאונלאודס.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 9:57 pm
דורך נומער5
פאליטיקאנט האט געשריבן:גוגל פאדקעסט ערלויבט דאונלאודס.

נאר אויף א פאון.
וואס איז מיט א דעסקטאפ?

Re: פאדקעסטס

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 10:21 pm
דורך פאליטיקאנט
פאר PC וועסטו דארפן א דעסקטאפ קליענט (נישטא עכט קיין גוטע סייט'ס צו דאונלאודן). עס זענען דא עטליכע און יעדע האט זיינע מעלות, אויב האט איר שוין סייווי VLC קענט איר דאס נוצן אלס א קליענט.

א פשוט'ע גוגל זוך וועט אייך העלפן מיט אנדערע 'קלייענטס'.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 10:29 pm
דורך כפתור
ס'דא א עפפ podkicker pro. ס' איז זייער פשוט אבער גרינג צו מאנעווירן.
איך האב שוין פרובירט אסאך עפפס, אבער איך קום אלעמאל צוריק צו עס, טאקע וועגן די פשטות

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:08 am
דורך נומער5
וויאזוי קען מען דאונלאוידען מיט VLC?

Re: פאדקעסטס

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 4:21 pm
דורך פאליטיקאנט

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:09 pm
דורך בונה של טוב
ווער די וואס האבן ליב אינטרעסאנטע אינפארמאציע אויף וויאזוי צו פארבעסערן דאס לעבן school of greatness פון Lewis Howes קען זיין ווערד to check out
אויך The Tim Ferris Show בפרט ווי ער שילדערט א בארירנדע איבערלעבעניש ווי ער איז געווארן באלעסטיגט אלס קינד (sexually abused)
פאר די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע, איז דא פון א אידישע פרוי אסתר פערל 2 פאדקעסטס וועלכע זענען שטארק אינטרעסאנט. זוך Esther Perel ווי אומער די הערסט צו פאדקעסטס (איך ווייס אויף עפל איז עס דא, אבער כ׳גלייב אויף אלע פלאטפארמען איז עס עוועילעבל
A Bit of Optimism פון Simon Sinek האט אויך אסך געלונגענע עפיזאדס

נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 6:58 pm
דורך טיכטיגער
נעכטן איז ערשינען א נייער כמו-פאדקעסט אין אידיש, אויף יו-טוב.
די ווידעאו ווערט געמאכט דורך איינער מיט'ן נאמען פנחס ראאב, און ער האט חילו פאוזן פון המזמרים און איינער משה מילשטיין. זיי שמועסן איבער טעסלע און ביטקוין.
זיי האבן נאך א לאנגער וועג צו שלימות, אבער עם כל זה איז באגריסנד דער פאקט אז חסידישע אידיש-רעדנדע גיבן ארויס אזאנא ווידעאוס, וואס איז ווארשיינליך די טיר-עפענער פאר בעסערע און פראפעסיענאלערע אזעלכע סארטן.


https://www.youtube.com/watch?v=udO13Q0EtC0

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 6:29 pm
דורך היכי דמי
פאדקעסטס ווערט מער און מער אויפגעכאפט אין די אידישע וועלט, און צוביסלעך אויך אין די חסידישע וועלט.

כאפענדיג א בליק אויף יו טוב איז מיר זייער אינטערסאנט צו זעהן ווי עס איז דא אזוי סאך צוהערער צו אידישע שמועסן.

די אינטערוויא מיט ארי אבראמאוויטש אויף די "לעיטעסט טאלקס" פאדקעסט וואס איז ארויס עטוואס מער ווי א וואך צוריק האט איבער 10,000 צוהערער, און זיין תשעה באב פראגראם האט געהאט איבער 15,000, און דאס איז אויסער נאך אסאך וואס הערן עס אויף אנדערע פלאטפארמעס. (א שמועס פאר זיך וויפיל היימישע אידן האבן עקסעס צו יו טוב)

אן אנדערע אידישע פאדקעסט איז פון ארי סאמעט, אבער דאס זעהט מיר נישט אויס צו זיין אזוי פאפולער ווי "לעיטעסט טאלקס"

אין די ענגלישע שפראך איז דא אסאך פאפולערע פאדקעסטס וואס ווערן אויפגעשפילט אויף אסאך פלאטפארמעס ווי: יו טוב, ספאטיפיי. עפל וכו.

צווישן די פאפולערע פאדקעסטס ציילט זיך מינונגפול פיפעל – וועלכע האבן צענדעליגער טויזענטער צוהערער, און האבן שוין ארויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע און פאפולערע פערזאנען צווישן זיי: הרב שלמה באכנער אינאיינעם מיט זיין רעבעצין, הרב שלום מרדכי רובאשקין, ר' נפתלי הורעוויץ, ר' יו"ט גלאזער, שלמה זייענץ, ניסים בלאק, יעקב שוועקי, בעני פרידמאן, און נאך אסאך אינטערסאנטע קאנדידאטן.

https://www.youtube.com/c/MeaningfulPeople

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 7:07 pm
דורך שאלתיאל
פון רוב ביימער זעט מען נישט דעם וואלד. ס'דא אזא אויסוואל אז כ'ווייס נישט ווי אנצפאנגן, יעדער האלב בארימטע מענטש עפנט היינט א פאדקעסט.

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 7:29 pm
דורך היכי דמי
דאס איז מיר שוין געווען א חידוש.

האב איך זיך אנגעשטויסן אין א פאדקעסאט וואס ווערט אנגעפירט דורך א היימישע חסידישער אינגערמאן מיט'ן נאמען יונה ווייס, די פאדקעסט רופט זיך "ווייס עדווייס" און ער האט די וואך ארויפגעברענגט א חסידישער פרוי פון בארא פארק וועלכע פירט אן א ריזיגע פירמע, און האט א אינטערוויא מיט איר, און לייגט נאך מיט א בילד אויך.

(עס קען זיין אינטערסאנט א באזונדערע אשכול צו שרייבן איבער היימישע פרויען וועלכע פירן ביזנעסער אדער האבן גרויסע פאזיציעס)

WhatsApp Image 2022-03-29 at 7.19.35 PM.jpeg

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:19 am
דורך קהל'ס נער
חני ראזען האט א אייגענע פאדקעסט און יוטוב טשענעל ביים נאמען Chany Rosen Talks.

יונה ווייס האט שוין ערשיינט אפאר מאל אויף Bigger Pockets א ריעל עסטעיט בעיסעד יוטוב טשענעל/פאדקעסט, די חברה דארט זענען געגאנגען צידרייט פאר עים, (איך האב נישט פארשטאנען וואס ער רעדט, אבער ער האט מחדש געוועין א מהלך וויאזוי נישט צי צאלן קיין טעקסעס אויף ריעל עסטעיט, ער ריפט עס אן קאסט-סעג)

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 3:25 am
דורך [NAMELESS]
איך הער אויס יעדן טאג Motley Fool Money זייער א געשמאקע פאדקעסט וואס טוט יעדן טאג דורך די נייעס פון די סטאק מארקעט אויף א לייכטע געשמאקע וועג, ווי אויך איז יעדן טאג דא אויף די צווייטע האלב שאו א שמועס וועגן אלא מינע אינטערסאנטע פיינענטשע״ל עדזוקעיש״ן. איך וואלט עס שטארק רעקאמאנדירט פאר איינעם וואס ס׳איז איהם אינטערסאנט די מינע נושאים

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 2:19 am
דורך קהל'ס נער
נאך א היימישע פאדקעסט איז lets talk tachlis, דורך א חסידישע יוד מיטן נאמען אהרן בלומענפעלד, ער ריפט זיך .Aron B, זיין פאדקעסט איז ארום Self Help.

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 2:07 pm
דורך מרדכי מרדכי
קהל'ס נער האט געשריבן:חני ראזען האט א אייגענע פאדקעסט און יוטוב טשענעל ביים נאמען Chany Rosen Talks.
איר פאדקעסט איז נישט אקטיוו
זי האט ארויסגעגעבן נאר 1 עפיזאד אין 2021

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 2:14 pm
דורך מרדכי מרדכי
משפחה האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן פאדקעסטס זיי האבן שוין עטליכע
איינס אויף חינוך, איינס אויף חסידישע הויפן, אויף מוזיק, און נאך .

אויך איז דא א נעטווארק וואס הייסט Living Lchaim וואס האבן אפאר אינטערעסאנטע פאדקעסטס איינס וואס רעדט פון געלט וואס דארטן האבן זיי א אינטערוויו מיט נפתלי האראוויטץ זייער אינטערעסאנט איינס מיט אינספירירנדע מענטשן איינס איז מיט ליפא און א אנדערע מיט ראביי YY.