בלאט 1 פון 1

איסור אויף רייזי פריד'ס רעסעפי בוך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:46 pm
דורך moneyminded
עפעס האב איך געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען א איסור אויף די בעלזע חסיד'ישע ווייבל רייזי פריד'ס נייע cook book

האט איינער עפעס געהערט?
עטליכע סטארס האבן עס אראפגענומען פון שעלף,
זי איז א אינסטעגרעם חסידישע פרוי סעלעבעריטי
Raizy is cookin

די בוק האט פיקטשערס פון איר אין די בוק.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 11:28 am
דורך מנחם ציון
א טעכנישע פראגע, וואס שרייבט מען אויפ'ן איסור?
שחיטתה נבילה? אדער סתם אז אירע עסן האבן נישט קיין אידישן טעם און ס'לוינט זיך נישט צו קויפן איר ביכל?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 11:51 am
דורך היכי דמי
ווי איז בכלל די איסור? נישט געזעהן אין ערגעץ.

די ביכל זעה איך געהעריג אין די בארא פארקע געשעפטן.

Re: איסור אויף רייזי פריד'ס רעסעפי בוך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:11 am
דורך אונטער חכם
ווער זענען אירע טויזענטער פאלאוערס אויף אינסטעגרעם, מילא די זינגערס האבן דאך די מענער מיט זייערע צענדליגער אקאונטס, אבער זי? ווילסט מיר זאגן פערציג טויזנט היימישע פרויען האבן אינסטעגרעם?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:27 am
דורך בת קול
נישט נאר אונגערישע, חסידישע, אדער אידישע האבן ליב אירע איינפעלער.

Re: איסור אויף רייזי פריד'ס רעסעפי בוך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 11:30 pm
דורך אונטער חכם
בת קול האט געשריבן:נישט נאר אונגערישע, חסידישע, אדער אידישע האבן ליב אירע איינפעלער.
אלעס גייט אבער מיט א שטארק חסידישע אונגארישע טיעם, איך פארשטיי אז עס זענען דא עפעס פרעמדע וואס עס כאפט, אבער עס איז אינטערעסאנט אז עס זאלן זיין טויזענטער אזעלכע.

Re: איסור אויף רייזי פריד'ס רעסעפי בוך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:42 am
דורך moneyminded
אונטער חכם האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:נישט נאר אונגערישע, חסידישע, אדער אידישע האבן ליב אירע איינפעלער.
אלעס גייט אבער מיט א שטארק חסידישע אונגארישע טיעם, איך פארשטיי אז עס זענען דא עפעס פרעמדע וואס עס כאפט, אבער עס איז אינטערעסאנט אז עס זאלן זיין טויזענטער אזעלכע.
טאמער פארשטייסטו וואס די אפטייטש און באדייט פון "סאשעל מידיע" איז , אז א סעלעבעריטי באווייזט זיך אויף די מידיא און לאזט זיך הערן , אדער בעסער געזאגט טוט זיך אויס נאקעט , יעדע מענטש וואס שטעלט זיך ארויף און ווייזט עפעס , נישט קיין חילוק צו סאיז קני ראטענבערג אדער העשי טישלער וועט האבן צוהערער , נאכדערצו טאמער סאיז א חסידיש ווייבעל מיט א בענד וואס שטעלט זיך ארויף מיט איר מאן און קינדער , און איר שפראך איז גאנץ אינטערסאנט דאס איז די גאנצע זאך, יעדע חסידישע פערזאן וואס זאל זיך ארויסשטעלן ברבים סאשעלייזען אויף די מידיע , וועט האבן טויזענטער פאללאוערס

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:27 pm
דורך אישתישבי

יעדע חסידישע פערזאן וואס זאל זיך ארויסשטעלן ברבים סאשעלייזען אויף די מידיע , וועט האבן טויזענטער פאללאוערס



גייען מיר אלע שוין.

די רעביס מיטשען זיך אויף אפאר מנינים, און דא קיין מען האבן טויזנטער ווי גארנישט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:37 pm
דורך Chuchem
moneyminded האט געשריבן:עפעס האב איך געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען א איסור אויף די בעלזע חסיד'ישע ווייבל רייזי פריד'ס נייע cook book

האט איינער עפעס געהערט?
עטליכע סטארס האבן עס אראפגענומען פון שעלף,
זי איז א אינסטעגרעם חסידישע פרוי סעלעבעריטי
Raizy is cookin

די בוק האט פיקטשערס פון איר אין די בוק.


לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז עס א שטורעם אין א גלעזעל וואסער. אפאר נערנים האבן ארומגערופן די ספרים געשעפטן אז מען זאל דאס אראפנעמען פון די פאליצעס, און שוין. וויפיל געשעפטן האבן זיך וויסענדיג געמאכט פון דעם?