בדמייך חיי?!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

בדמייך חיי?!

שליחה דורך גבור חיל »

[justify]אומצאליגע גאלאנען פון טינט זענען שוין געשפענדעט געווארן, אקעאנען פון בליט זענען שוין פארגאסן געווארן, איבער די איינע ווארט; חינוך, וויפיל דרשות און ביכער, ארטיקלען און מיינונגען, שיטות און טעאריעס, זענען שוין געזאגט און געשריבן געווארן ארום און איבער דעם.

וואס איז חינוך? וויאזוי איז מען מחנך? וואס איז די ריכטיגע וועג? איז דא א קלארע וועג וואס יא צו טון? אדער כאטש א קלארע וועג וואס נישט צו טון? וואס איז די מצב אין אונזערע מוסדות און קינדער אנשטאלטן היינט צו טאגס? טוען זיי זייער פליכט? אדער זענען זיי גאר מורד בשלוחות? ווייסן מיר טאקע וואס דארט קומט פאר? זענען טאקע געוועזן שינוים לטובה אין דעם הינזיכט די לעצטע פאר יאר? די קייט פון פראגעס איז אן ענדלאזער קייט, און איך בין נישט דער חינוך פארשטייער און עקספערט זיי צו פארענטפערן.

וואס יא? עס איז אמת אז אין די לעצטע פאר יאר איז שטארק רעפארמירט געווארן די באגריף פון זיך איזדעקעווען און אנגרייפן פיזיש קינדער אין די בתי חינוך ביים היימישן עולם, ווען אמאל האט מען געכאפט געבראטענע שלעק מיט צווייגן און ריטן, האט זיך עס היינט געטוישט, די מכות רצח וואס אונזערע גופים האבן אריינגעכאפט פון דיקטאטארישע מלמדים און אכזרית'דיגע מחנכים, וואס האבן אוודאי געמיינט נאר אונזער טובה, און בשעת'ן אריינבריקענען אין אונז ציפעדיגע מכות אכזריות, האט עס זיי אסאך מער וויי געטון ווי אונז, זיי האבן עס קלארגעשטעלט בשעת'ן קנאקן מיט א קאפאו'אישע רציחה... האט זיך מער ווייניגער גענדיגט, און אונזערע טייערע קינדער זענען ב"ה נישט אזוי שטארק אויסגעשטעלט צו דעם, אוודאי ווענדט זיך וואו, אבער מען רעדט אין אלגעמיין.

וואס מען זעהט אבער נישט אזויפיל רעדן פון, און קומט נאך ליידער פאר מיט א שטארקייט און געמיינקייט, איז גייסטישע קלעפ, גייסטישע מכות אכזריות, וואס איז אויסן צו אנזייען אין מערסטנסטייל פעלער אסאך אן ערגערע און פערמענאנטע שאדן, וואס איז אסאך מאל גאר שווער צו אפ ווישן און פארגלעטן, אזאנס וואס א אינג קינד, מיט זיין איידעלע נפש קען שווער פארנעמען.

פון וואו ווייס איך דאס? מבשרי אחזה, ובדידי הוה האי רשעות, קיין פינטל פאראיבל טראג איך נישט אין אלגעמיין אויף די מלמדים מיינע וואס האבן געפראסקעט מיינע באקן מיט אויסטערלישע פרייד, אבער א ספעציעל פארשאלטן פלאץ טראגט איינע פון מיינע מלמדים פון די עלטערע כיתות אין מיין הארץ, טראץ די שפאר ביסל יארן וואס איז שוין פארלאפן זינט דאן.

דער מלמד, האט קיינמאל אויף מיר געהויבן א האנט, אבער האט מיר פרובירט צו דער מימת'ן גייסטיש, מערערע עפיזאדן פון יענע ביטערע יאר, שטייט מיר נאך פריש אין מוח, עס ליגט מיר נאך פריש אין די ביינער, די ווייטאג איז אוודאי נישט די זעלבע, אבער די שנאה און האס וואס איך טראג אויף אים איז נאך גאר שארף.

זעקס קינדער פון די חדר האבן באקומען א כתב פון די מנהל פאר א גרויסע פארהער, צו מיין שווארץ מזל בין איך געוועזן איינע פון די, דער מלמד האט גארנישט געקענט טון דערוועגן, ווייל עס איז געוועזן ביד דעם מנהל, וואס האט געגעבן לויט וויאזוי מען האט געקענט, און נישט מיט פריוואטע חשבונות, נאך דעם מעמד חלוקת הכתבים, האט דער מלמד גערעדט אין חדר, אויסגעלויבט די אינגלעך וואס האבן געקריגן דעם כתב, זאגנדיג דערביי: זעקס אויסדערוועלטע קינדער האבן באקומען היינט א כתב, פינעף האבן זיך עס ערליך פארדינט, און גבור נישט, שענקענדיג מיר דערביי א פיינטליך בליק, און מיין ווייעך הערצעלע איז איינגעקרוטשעט געווארן ווען די גאנצע כיתה האט זיך אויסגעדרייט צו מיר מיט שפאטישע שמייכלען.

אין קעמפ האב איך אמאל באקומען הויעך פיבער, און די נירס האט מיר געגעבן א צעטל אז איך דארף מיך אראפ לייגן אין באנק, איך האב געגעבן דעם צעטל פארן מלמד, און מיט א צאפעל'דיג הארץ געגאנגען שלאפן אין באנק וואו נאך א אינגל האט זיך אויך אראפ געלייגט צילוב'ן זיך נישט גוט שפירן, עס ווערט ריסעס, און די גאנצע קלאס קומט אריין אין באנק, האהא גבור! די רבי האט היינט געזאגט אין חדר: צוויי אינגלעך שלאפן יעצט אין באנק, חיים ווייל ער פילט זיך נישט גוט, און גבור מאכט זיך ווייל ער וויל נישט לערנען! און די גאנצע כתה האט געמאכט פון מיר צימעס א גאנץ ריסעס, געשטיקט האב איך מיר אויף די קנויל וואס איז געוואקסן אין מיין העלדזעלע, די טרערן האבן מיר געדרויעט צו באוואשן, און מיט אלע כוחות האב איך מיך פרובירט איין צו האלטן.

צובראכן ווי א שארבן בין איך געליגן אין באנק שעלטנדיג מיין גורל, עס ווערט לאנטש, דער עולם איז געגאנגען עסן, און דער טייוול שפאנט אריין אין באנק, ער זאגט מיר אז ער איז געקומען קוקן וויאזוי איך שפיר, און פרעגט מיר צו דער עולם האט מיר עפעס געזאגט, אוודאי זאג איך אים, נאר וואס דען? און דער אין א הרצחת וגם ירשת פריוו שלעפט ארויס א ליסטע פון קעשענע, און מיט א סאדיסטישע מינע אויפן פנים פרעגט ער מיר, זאג מיר פונקטליך ווער עס האט דיר געטשעפעט, מען גייט קער נעמען פון זיי, די גאנצע ליסטע זאג איך אים, ווען מיין זעהלע וויינט און איז צושטויסן און צובראכן.

אומצאליגע מאל האט ער מיר מבזה געוועזן און גערעדט קעגן מיר אין כיתה ברבים, מיר מבזה געוועזן אין בית המדרש און אין לאנטש רום אין פארענט פון הונדערטער קינדער, די צוויי משלים וואס איך האב דא געברענגט איז בלויז א טיפה מן הים, פון די גייסטישע דערנידערונגען און שיקאנירונגען וואס איך בין דורך געגאנגען אין יענע שווארצע יאר.

אט יעצט בשעת איך שרייב די שירות, און איך דערמאן מיך אין איין סצענע נאכן צווייטע, די גאנצע ווייטאג קומט מיר פון פריש ארויף, ס'הארץ ציעט זיך ווידער צוזאם, די גרויזאמע לאך וואס דער האט געמאכט אין מיין נפש, איז דא, און טריפט בליט, נאך יעצט אסאך יארן דערנאך.

און אט אין דעם תחום איז נישט קיין סאך געטון געווארן, און איך ווינדער מיך צו עס איז בכלל דא א וועג וויאזוי צו זיכער מאכן אז מיינע קינדער גייען דאס נישט דורך היינט און נעכטן.

ווען א קינד כאפט א קלינגעדיגע פראסק, קען ער אהיים קומען און זאגן מיין רבי האט מיך היינט אנגעפראסקעט, אבער ווען א קינד ווערט דערנידערט און פארשעמט דורך זיין מלמד זייער אסאך מאל שעמט ער זיך, אדער האט נישט די כוחות הנפש וואס פאדערט זיך, אדער קען פשוט נישט, אהיים צו קומען און זאגן פאר זיין טאטע, טאטי מיין רבי האט מיך היינט פארשעמט אין פארענט פון די גאנצע כיתה און איך האלט עס נישט אויס.

צו מיינט איר אז איך האב געזאגט פאר מיין טאטע נאכן אהיים ברענגען דעם כתב אז דער מלמד האט מיר געמאכט צו שפאט און צו שאנד און געטרינקען מיין בלוט מיט א שטרוי בפני כל עם ועדה? א גרויסע גראבע זאפטיגע געצייטיגטע פייג! איך בין אהיים געקומען און געצייגט פאר מיין טאטע דעם כתב, ער האט געשעפט נחת פון זיין תכשיט, נישט חלומ'נדיג וואס אט דער כתב האט מיר אנגעמאכט, און וויפיל מארך דאס האט געצאפט פון מיינע ביינער.

איז וואס קען מען יא טון? איך האב נישט קיין אנונג, אבער אזוי פיל ווייס איך קלאר! הימל און ערד דארף מען איבערדרייען צו ענדיגן די שפיכות דמים אין נאמען פון חינוך! די בלוט פארגיסונג דארף זיך ענדיגן, און איך ציטער צו טראכטן וויפיל דורות זענען געגאנגען אין די אדמה צוליב אזעלכע און ענליכע פאסירונגען.

איך בין זיכער אז דער באשעפער פון אויבן קוקט זיך צו וואס עס גייט פאר, און וועט פאר קיינעם אוודאי נישט שילדיג בלייבן פאר זיינע מעשי רשעות, אבער איך פיל אז מען טוט נישט אין דעם הינזיכט, און די הימלען וויינען מיט, מיט די באקריוועדעטע טייערע איידעלע נפשות פון די תינוקות של בית רבן, וואס זייער בליט ווערט געמאלקן טאג איין טאג אויס![/justify]
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

גענוי דעם נקודה האב איך געהערט פון א מחנך מיט 10 יאר צוריק. די היינטיגע מלמדים ווילן נישט שלאגן, וועלן זיי ענדערש טשעפענען אדער דערקוטשענען דאס קינד, וואס איז מיליאן מאל ערגער פארן עתיד פונעם קינד.

א פאטש איז אויף א סעקונדע, א טשעפע אדער אפי' איגנארירן א קינד פאר אפאר מינוט, קען איבערלאזן אן אפעקט אויף יארן שפעטער.

מיין כתה ו' רבי הייסט צו זיין גאר א גוטע רבי, ער האט קיינמאל נישט געשלאגן קיין קינד. אבער זיינע טשעפערייען און שפעט ווערטער ברענגען מיר נאך ארויף די בלוט ביז היינט.

א מלמד כאפט צומאל נישט אז יעדעס ווארט וואס ער זאגט ווערט איינגעקריצט אויף יארן שפעטער. טשעפענען אדער אוועקמאכן א קינד איז א פראמינענטער מארק וואס קומט קיינמאל נישט אראפ.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

גבור, דו ברענגסט מיר ארויף טרערן ווען איך ליין דיינע שורות, איך בין דורך גאנץ אן ענדליכע היסטאריע מיט איינע פון מיינע מלמדים, די ציפקעדיגע שטעך ווערטער, ליגט מיר נאך טיעף באהאלטן אין מיין הארץ קעמערלעך, ווען איך דערמאן זיך פון יענע טעג קומט מיר די בליט ארויף אין קאפ, און א טרער קען זיך בגניבה ארויסגליטשן, ער פלעגט מיר דערנידערן מיט אזא רציחה, איך קען נישט גלייבן אז דעס מין רשעות קומט נאך פאר היינטיגע צייטן, ווען מען איז אזוי ביזי מיטן נפש פונעם קינד, איך בין נישט זיכער, על כל פנים איך האף און עס לייגט זיך אויפן שכל אז היינט זענען מלמדים מער פארזיכטיג.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

סמבטיון האט געשריבן:גבור, דו ברענגסט מיר ארויף טרערן ווען איך ליין דיינע שורות, איך בין דורך גאנץ אן ענדליכע היסטאריע מיט איינע פון מיינע מלמדים, די ציפקעדיגע שטעך ווערטער, ליגט מיר נאך טיעף באהאלטן אין מיין הארץ קעמערלעך, ווען איך דערמאן זיך פון יענע טעג קומט מיר די בליט ארויף אין קאפ, און א טרער קען זיך בגניבה ארויסגליטשן, ער פלעגט מיר דערנידערן מיט אזא רציחה, איך קען נישט גלייבן אז דעס מין רשעות קומט נאך פאר היינטיגע צייטן, ווען מען איז אזוי ביזי מיטן נפש פונעם קינד, איך בין נישט זיכער, על כל פנים איך האף און עס לייגט זיך אויפן שכל אז היינט זענען מלמדים מער פארזיכטיג.

ס'ווילט זיך מיר אויך שטארק האפן אז עס קומט מער נישט פאר היינטיגע צייטן, אבער, פארוואס זאל איך אזוי טראכטן? עס איז נישט דא עכט קיין שום וועג דאס צו וויסן און פעסטשטעלן! אסאך מאל איז עס אזוי דקות'דיג אז עס איז אפילו נישטא אויף וואס צו טייטלען, אבער דאס קינד שפירט עס נעבעך אזוי שטארק... און איך זעה בכלל נישט מען זאל רעדן דערוועגן...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: בדמייך חיי?!

שליחה דורך אונטער חכם »

ווי ווייט איך ווייס איז דא היינט זייער אסאך אווערנעס אויף אזעלכע אביוזעס ווי גבור באשרייבט, אפי' אין די מער פארפרומטע מוסדות ווי סאטמאר וכדומה וואס פעטש איז נאך שטארק אנגענומען דארט, זענען אזעלכע זאכן נישט עקסעפטעבל, דער פראבלעם איז נאר אז עס איז סאך שווערער צו כאפן דעם אביוזער ווי ביי פיזישע זאכן.
איך ווייס גראדע פון א איד א בן תשעים, וואס איז געווען א מלמד יארן לאנג, און ער לויפט היינט ארום איבערבעטן תלמידים וועלכע ער געדענקט אז ער האט אזוי געפייניגט, אסאך ווילן נישט הערן פון מוחל זיין.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס באדערט זייער דאס צו ליינען. ווייל דער אמת שמייסט אין פנים, בעת וואס פיזישע שלעק גייען אריבער, איך האב געכאפט פלענטי, אבער דברים כדרבונות זעצען זיך אריין, ולא עוד, דער יינגל קען גארנישט טוהן דערוועגן, ער קען רעדן צו זיין טאטע אבער דער מנהל און דער מלמד קענען לייקענען, און מען קען קיין סאך נישט טוהן.

וואס יא? נישט יעדער מענטש איז מסוגל אריין צו פליקען א צווייטער אויף א סיסטעמאטישע וועג. טאג איין טאג אויס. רובא דרובא האבן פילינגס, און מען קען זעהן אז איינער איז פילינג ריין, מען קען דאס דערגיין, און אזעלכע טאר מען נישט האלטען אין מוסדות. דער פראבלעם איז אז די פילינג ריינע מענטשן קענען מאכען א שטארקע אימפרעסיע אויף איינעם, און ביז מען רעכענט אויס אז ער איז דער סארט, איז מען א יחיד, קיינער גלייבט נישט וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

וואו האסטו מיך צוריקגעטראגן צו זאכן וואס איך פרואוו אזוי נישט צו טראכטן דערפון......
אסאך פעטש האב איך געכאפט, אבער די עמאציאנאלע פעטש זענען אינוועסטמענטס וואס ברענגען רווחים[.....] ביזן היינטיגן טאג.
באמת א נושא וואס קען נוצן אביסל אווערנעס.....
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

איך האב גארנישט צוצולייגען איך קען זאגען איין זאך ביסט דאך אזוי גירעכט..... אין דאס קומט מיר אויך אן שווער צו טייפן צוליב מיין נאסע קיבארד אבער איך קען נישט שטיל בלייבען
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אונטער חכם האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס איז דא היינט זייער אסאך אווערנעס אויף אזעלכע אביוזעס ווי גבור באשרייבט, אפי' אין די מער פארפרומטע מוסדות ווי סאטמאר וכדומה וואס פעטש איז נאך שטארק אנגענומען דארט, זענען אזעלכע זאכן נישט עקסעפטעבל, דער פראבלעם איז נאר אז עס איז סאך שווערער צו כאפן דעם אביוזער ווי ביי פיזישע זאכן.

ס'איז נישט קיין אפילו, נאר טאקע דארט, אין די פלעצער וואו מ'שלאגט נאך, דארף מען נישט צוקומען צו קיין גייסטישע פעטש, חוץ אויב די מלמד איז ל"ע א רשע ורודף, וואס ליידער איז פון דעם אויך דא גענוג, אבער אסאך ווייניגער ווי אמאל.

אין די מקומות וואו מ'שלאגט עמטליך נישט, האט נישט די מלמד קיין ברירה נאר אריינצופליקן און דערנידערן דעם מחוצף, ווייל זיינע הענט זענען געבינדן.

נעם למשל די מעשה פון שלום שטיסל, וואס האט ער געקענט טון וואס די אינגל האט גענומען זיין שטעקן? ער קען אים דערלאנגען א פראסק, אדער קען ער אים מיאוס באוואשן ברבים און טשעפענען פערזענליך ביז ער וועט כאפן דעם מעסעדזש. אין אזא פאל איז א פאטש די בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל.

אבער אפי' ווען א מלמד פארלירט זיך און געבט א פראסק כמו שכתוב, אדער א פערזענליכע פסק וואס האט שטארק געבאדערט פארן קינד, איז נישטא קיין תירוץ אז די מלמד זאל אים נישט איבערבעטן דערנאך.

פארוואס זאל א מלמד נישט בעטן מחילה נאך בו ביום און זיך איבערבעטן מיטן קינד? פארוואס האט קיין איין מלמד דאס נישט געטון אין מיינע יארן? מען קען עס אויסגלעטן אסאך בעסער און שטערקער וואס וועט העלפן נאכמער פון אלע פעטש, לדעתי שטעקט דא די חורבן הדורות. די גאווה וואס לאזט נישט דעם מלמד זיך אראפלאזן און איבערבעטן דאס קינד.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געהערט בשם א לאנגיעריגע מלמד אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו האלטן די קינדער אין קאנטראל היינטיגע צייטן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

תרמב האט געשריבן:איך האב געהערט בשם א לאנגיעריגע מלמד אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו האלטן די קינדער אין קאנטראל היינטיגע צייטן.

איך האלט אז די איינציגסטע וועג היינטיגע צייטן איז צו אפשניידן פון אלע קינדער די לינקע האנט און די רעכטע פיס, ווער ס'איז גאר שלעכט ברויך מען אים אויך אראפ נעמען די פינגערס פון די רעכטע האנט...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

תרמב האט געשריבן:איך האב געהערט בשם א לאנגיעריגע מלמד אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו האלטן די קינדער אין קאנטראל היינטיגע צייטן.

אויב דאס איז די איינצגסטע וועג צו האלטען "אין קאנטראל" ווי די רופסט דאס, אפשר לוינט צו לאזען אט אף קאנטראל ?
איך טראכט דאס כסדר ווען איך הער ווי אזא איינער פרובירט צו פארענטפערען דאס וואס האט נישט קיין תי' מיט "ממש כהאב נישט גיהאט קיין צווייטע ברירה"
טראכט איך אלס צו מיר זייער גירעכט ביסט ארויס פין די כלים אין מיט רעכט, דאן אפשר לאזט איר אייערע הייקעלע ארבעט פאר א צווייטען וואס קאן זיך יא איינהאלטען
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פארווע חסיד האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך האב געהערט בשם א לאנגיעריגע מלמד אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו האלטן די קינדער אין קאנטראל היינטיגע צייטן.

אויב דאס איז די איינצגסטע וועג צו האלטען "אין קאנטראל" ווי די רופסט דאס, אפשר לוינט צו לאזען אט אף קאנטראל ?
איך טראכט דאס כסדר ווען איך הער ווי אזא איינער פרובירט צו פארענטפערען דאס וואס האט נישט קיין תי' מיט "ממש כהאב נישט גיהאט קיין צווייטע ברירה"
טראכט איך אלס צו מיר זייער גירעכט ביסט ארויס פין די כלים אין מיט רעכט, דאן אפשר לאזט איר אייערע הייקעלע ארבעט פאר א צווייטען וואס קאן זיך יא איינהאלטען

איך האלט פונקט ווי דיר, איך זאג נאר איבער וואס דער לאנגיעריגע מלמד האט געזאגט, גראדע פרישע אינגע מלמדים קענען זיך אן עצה געבן אויף א נארמאלע וועג פון ימין מקרבת אן שלאגן און טשעפענען.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

זייער א שטארקע און האקעלע נושא דאס.

און די צייט וואס איך האב מער ווייניגער געליטן ביי אלע מיינע מלמדים פון פעטש און באליידיגונגען, איז אבער אינטערעסאנט אז דייקא איין מלמד, א גאר באקאנטער עלטערער מלמד, וואס האט נאך געלערנט מיט אסאך פון די טאטעס אין מיין כיתה, ער האט ארויסגעהאט דאס נפש פון א קינד צום באוואונדערן, און האט איבערגעלאזט א קריץ אין מיין הארץ עד היום.

איך קען זאגן רוב שטיקער תורה, גירסא דינקותא, איז אים צו פארדאנקען. מיר האבן געלערנט מסכת מכות, איך האב דעם מסכת קיינמאל איבערגעלערנט, און איך געדענק גאנצע סוגיות אין זכרון.

אט יענע מלמד פלעגט גראדע זיך נישט אפהאלטן פון צו שלאגן, הגם מיט א מאס, אבער ער פלעגט געבן פעטש, אבער א באליידיגונג אויף א קינד קיינמאל!!!
יעדעס קינד איז ביי אים געווען א חפצא פון א גברא, ער האט אפגעגעבן דאס פולסטע רעספעקט שייך פאר א קינד, (ער האט זיך נישט אראפגעלאזט פאר קיין קינד, אבער אים יא רעספעקטירט אז מיר האבן עס געשפירט) אז איך טראכט היינט צוריק שטוין איך, ער איז געווען פארעכענט פאר אן אלד טיימער שוין אין יענע יארן אבער זיין באנעמונג צו קינדער איז געווען 2020 געשטימט.

ס'איז פשוט וויכטיג ארויסצוהייבן, אז אפי' ס'איז דא אביוז אויף א שפראכליכע פארנעם, איז אבער דא, -און איז אלס געווען- פיינע מלמדים, וואס האבן געוואוסט אפצושאצן א קינד, און זיין עתיד.

(אגב, דערמאן איך מיר פון אן אנדערע מלמד מיינער, סתם א מיאוסע פארשוין, גארנישט געגעינט ביי אים דורכאויס די גאנצע יאר. איין געדענקמאל וואס ער האט איבערגעלאזט איז געווען, ס'האט אים אנגעכאפט א נאצי'שע מאמענט, האט ער אויסגערופן אז ער גייט קוקן ווער ס'האלט נישט מיט, ער גייט פרעגן יענער אינגל וואו מ'האלט, און אויב ער וועט נישט וויסן, וועט ער געבן א שאנס פאר יענעם זיך צו פארצייען די גראבע נעוויירע פון נישט טייטלען דורך דעם, אז יענער וועט קענען געבן א רענדום נאמען, וועם מ'וועט אויך פרעגן ווי מ'האלט, און אויב יענער וועט נישט וויסן וועט ער כאפן פאר ביידע, אויב וועט ער יא וויסן, וועט עס זיין א בחינה פון וגנותי על העיר למען דוד עבדי...... הכלל, ער פרעגט א אינגל וואו מ'האלט, פארשטייט זיך יענער האט נישט געוואוסט, צו מיין שווארץ מזל האבן מיר זיך ציווערטלט ביי ריסעס, אזוי אז איך בין געווארן געווארפן צו די הינט, און איך האב אויך נישט געוואוסט וואו מ'האלט (איך פארשטיי, זיינע שיעורים זענען געווען שרעקליך באורינג, נישט געווען קיין שום סיבה אדער דראנג מיטצוהאלטן....) און איך בין אהיים יענע טאג מיט צוויי הבדלות אויף די באקן..... :oops: :oops: :twisted: :twisted: )

צוריק צו דאס וואס גבור ברענגט אויף, אז מ'קען נישט וויסן צו א מלמד טשעפעט א קינד צו נישט, איך טראכט אז דאס ערשטע דארף מען דאס קענען זעהן אויב דאס קינד רעדט זיך קיינמאל נישט אפ אז ער האט נישט קיין חברים, און מ'פארשטייט פון אים אז ער איז אנגענומען אין קלאס, אבער דאך האט ער נישט ליב צו גיין אין חדר, קען עס שטארק מעגליך זיין אז דאס איז צוליב א טשעפענדיגער מלמד.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: בדמייך חיי?!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מנחם ציון האט געשריבן:.

(אגב, דערמאן איך מיר פון אן אנדערע מלמד מיינער, סתם א מיאוסע פארשוין, גארנישט געגעינט ביי אים דורכאויס די גאנצע יאר. איין געדענקמאל וואס ער האט איבערגעלאזט איז געווען, ס'האט אים אנגעכאפט א נאצי'שע מאמענט, האט ער אויסגערופן אז ער גייט קוקן ווער ס'האלט נישט מיט, ער גייט פרעגן יענער אינגל וואו מ'האלט, און אויב ער וועט נישט וויסן, וועט ער געבן א שאנס פאר יענעם זיך צו פארצייען די גראבע נעוויירע פון נישט טייטלען דורך דעם, אז יענער וועט קענען געבן א רענדום נאמען, וועם מ'וועט אויך פרעגן ווי מ'האלט, און אויב יענער וועט נישט וויסן וועט ער כאפן פאר ביידע, אויב וועט ער יא וויסן, וועט עס זיין א בחינה פון וגנותי על העיר למען דוד עבדי...... הכלל, ער פרעגט א אינגל וואו מ'האלט, פארשטייט זיך יענער האט נישט געוואוסט, צו מיין שווארץ מזל האבן מיר זיך ציווערטלט ביי ריסעס, אזוי אז איך בין געווארן געווארפן צו די הינט, און איך האב אויך נישט געוואוסט וואו מ'האלט (איך פארשטיי, זיינע שיעורים זענען געווען שרעקליך באורינג, נישט געווען קיין שום סיבה אדער דראנג מיטצוהאלטן....) און איך בין אהיים יענע טאג מיט צוויי הבדלות אויף די באקן..... :oops: :oops: :twisted: :twisted: )


ס'איז צום שטוינען די שעפערישקייט וואס די בהמות האבן!
ער וואלט געקענט שטארק מצליח זיין אין אן MLM ביזנעס.....
פארשפארט