בלאט 1 פון 3

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 10:04 pm
דורך בן ישי
ער איז א אינטערסאנטע פיגור און האט א גרויסע נאכפאלגערשאפט איבער די גאנצע וועלט. (זיי רופן זיך די Yang Gang)
ער איז באוויסט מיט די 1000 א מענטש אבער ער האט אסאך אנדערע אינטערסאנטע געדאנקען.

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 10:55 pm
דורך פאליטיקאנט
וואס האט מיך געצויגן איז זיין כאריזמע, אויפריכטיגקייט, און אייגענארטיגע שיטות, ער איז בכלל נישט קיין פשוט'ע דעמאקראט וואס לויפט מיטן פארטיי ליניע אויף אלעס,.

אויך האב איך הנאה געהאט אז פון אלע (22) דעמאקראטישע פריימערי קאנדידאטן, איז ער געווען די איינציגסטע אנצונעמען די פארשלאג פון די באקאנטע רעכטע קאמענטאטאר בען שפירא, פאר א שטיקל שמועס / דעבאטע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:04 pm
דורך מנחם ציון
ער האט א שטארקע מיינונג צוליב וואס אויטאמאציע ווערט שטערקער און שטערקער און פירט ארויס אסאך מענטשן פון די ארבעטס קראפט. אבער זיין סאלושן מיט די טויזענט דאלער איז נישט צום זאך. לדעתי איז דאס מער געווען א טאקטיק אים צו ברענגן א געוויסע אימעדזש וויאזוי מען זאל אים קענען גרינג אידענטיפיצירן אלס "דער טויזענט דאלער א מאנאט פאליטיקאנט"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:28 pm
דורך מי אני

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:44 pm
דורך פאליטיקאנט
נאך א ווידיאו וואס איז גוט מסביר און רעדט אויך מער ארום איבער ארבעט אוטאמאציע
https://youtu.be/OQjrhIyaPyg

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 6:35 pm
דורך שלי שלך
https://www.rollingstone.com/politics/p ... 09954/amp/

Sent from my Jelly-Pro using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:27 pm
דורך גיב א שמייכעל
איך האב נישט קיין גרויס ידיעה איבער איהם, אבער איינע פון זיינע קעגנער'ס, ברוקלין בארא פרעזדענט עריק עדעמס האט נישט צו לאנג צוריק געזאגט אז ער וועט ווייטער אנהאלטען די קאמף קעגן אינזערע מוסדות! דאכצעך אז ער האט געדארפט צו זיין א שטיקעל אוהב ישראל, און אייזדארפער איז זיין ליעזאן. איז ווייסעך נישט וואס איז איצטער געשען צו איהם.
מיט אזוינע פריינט ווער ברויך נאך שונאים בכלל??

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 5:27 pm
דורך מנחם ציון
וואט דה העלל?!
ווען ער זאגט א מיינונג וואס שמעקט דיר נישט פערזענדליך, אדער א אפילו א כלל, ווערט ער א שונא ישראל?

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 5:43 pm
דורך תרמב
ס’קען זיין אז ער וועט זיך יא צושטעלן צו די סאטמאר’ע עסקנים, נאר פאר די מידיא דארף ער זאגן דאס, לכאורה וועט ער בעטן פון די היימישע עסקנים זייער וואוטס, ער קוקט דאך אויס ווי א יערליכע קאסטומער פון אייכלערס.

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 5:55 pm
דורך yesiknow
מנחם ציון האט געשריבן:וואט דה העלל?!
ווען ער זאגט א מיינונג וואס שמעקט דיר נישט פערזענדליך, אדער א אפילו א כלל, ווערט ער א שונא ישראל?

כן אצלינו (סאטמר) יש כללים וזה אחד מהם, ודוקא זה הכלל הראשון .

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:46 pm
דורך מילך טראק
וואס זענען זיינע שיטות? שטארק לינק ?
די טויזענט דאלאר איז זייער לינק מער ווי די בערני סאנדערס סאשעליסטען ער האט אויך מער רעכטע פאליסיס ? אדער ער גייט גיין א שריט ווייטער ווי בלאזיא?

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 3:41 pm
דורך אלע צוזאמען
העניך האט געשריבן:ביזנעסמאן, פילאנטראפ, מאטעמאטיקער און געוועזענער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט היינט אונטערגעשריבן די פאפירן צו לויפן פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי, דעם קומענדיגן יוני 22. יענג איז באקאנט פאר זיין פארשלאג אז יעדער מענטש אין אמעריקע איבער די 18 יאר זאל באקומען $1,000 א חודש, וואס איז באקאנט פאר דער "יוניווערסל בעיסיק אינקאם".

ער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די באקאנטע אנטיסעמיטיקע לינדע סארסור ימ''ש, איז ביז ווי לאנג ער שאקלט זיך נישט אפ פון איר, איז פארוואס זאל ער ווערן באטראכט דורך די אונזער געמיינדע?

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 1:07 am
דורך פאליטיקאנט
אין אן אינטערוויו מיט משפחה מאגאזין האט יענג געזאגט אז ער פלאנט צוצושטעלן אומזיסטע טרענירונג פאר די חרדי'שע קאמיונעטי!
(עדיוקעישן = גענעראלע בילדונג, טרענירונג = לערנען א ספעציפישע פאך)


https://streamable.com/lugeeo

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 1:49 am
דורך אלע צוזאמען
פאליטיקאנט האט געשריבן:אין אן אינטערוויו מיט משפחה מאגאזין האט יענג געזאגט אז ער פלאנט צוצושטעלן אומזיסטע טרענירונג פאר די חרדי'שע קאמיונעטי!
(עדיוקעישן = גענעראלע בילדונג, טרענירונג = לערנען א ספעציפישע פאך)


https://streamable.com/lugeeo

און פאר וועלכע סיבה זאל דאס זיין א גוטע זאך? ווען גאווערמענט מישט זיך אריין אין די פריוואטע מענטשן'ס ביזנעס, איז עס קיינמאל נישט גוט.
''די שרעקעדיג'סטע ווערטער וואס די קענסט נאר הערן, 'איך קום פון די גאווערמענט, און איך בין דא דיך צו העלפן.'' ראנעלד רעיגן

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 3:40 am
דורך פאליטיקאנט
אלע צוזאמען האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:אין אן אינטערוויו מיט משפחה מאגאזין האט יענג געזאגט אז ער פלאנט צוצושטעלן אומזיסטע טרענירונג פאר די חרדי'שע קאמיונעטי!
(עדיוקעישן = גענעראלע בילדונג, טרענירונג = לערנען א ספעציפישע פאך)


https://streamable.com/lugeeo

און פאר וועלכע סיבה זאל דאס זיין א גוטע זאך? ווען גאווערמענט מישט זיך אריין אין די פריוואטע מענטשן'ס ביזנעס, איז עס קיינמאל נישט גוט.
''די שרעקעדיג'סטע ווערטער וואס די קענסט נאר הערן, 'איך קום פון די גאווערמענט, און איך בין דא דיך צו העלפן.'' ראנעלד רעיגן
דו נעמסט עס ארויס - די קוואוט - פון קאנטעקסט.
דאס הייסט נישט זיך 'געמישט', ווען די 'גאווערנמענט' שיקט זייערע פייער אגענטן מיט א מאשין שפריצן וואסער אויף דיין ברענענדיגע סטרוקטור 'מישן' זיי זיך אויך אריין?

עס איז דא זיך 'אריינמישן' וואס בדרך כלל ארבעט עס אז די גאווערנמענט קומט, גיבט געלט, און פארלאנגט (עכ"פ האט די כח צו פארלאנגן), און עס איז דא 'העלפן' וואס קען ארבעטן ווען די גאווערנמענט קומט, לייגט אראפ, פאר ווער עס וויל, און גייט. קיינער ווערט נישט צוגעבינדן דערצו, און ממילא איז נישטא קיין Leverage.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 3:57 pm
דורך אלע צוזאמען
כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען אז די גאווערמענט זאל געבן בחינם עפעס, אן גארנישט צוריק בעטן דערפאר.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פליז דערשרעק מיר נישט, כ׳האב הערשט יעצט באקומען נאך א סטימיולוס טשעק...

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 12:17 am
דורך אלע צוזאמען
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פליז דערשרעק מיר נישט, כ׳האב הערשט יעצט באקומען נאך א סטימיולוס טשעק...

איך האף אז די האסט נאך עפעס געלט פון די סטימיולוס, ווייל לויט ווי די פרייז פון גאז האלט יעצט, גייט עס אויסקומען אן ערך פון $1100 מער ווי פאראיאר פאר א משפּחה פון פיר.

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 11:45 am
דורך טיכטיגער
ב"פ מוסדות שטיצן יענג

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 1:58 pm
דורך קורקלענד
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין מיט וואס ער איז בעסער ווי דיבּלאַזיא?

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 3:09 pm
דורך תרמב
ווער האט געזאגט אז ער איז בעסער? דיבלאזיא וואלט לכאורה אויך געווארן אינדארסט נאכאמאל אויב ער וואלט געלאפן.

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 3:21 pm
דורך אלע צוזאמען
קורקלענד האט געשריבן:קען מיר איינער ביטע מסביר זיין מיט וואס ער איז בעסער ווי דיבּלאַזיא?

די שאלה איז ענדערש מיט וואס איז ער ענליך?
'דעבלאזיא' איז א קאמעניסט, דא ענדיגט זיך עס, 'ענדרו יענג' דאגעגן איז א מין בריה וואס איז זייער זעלטן צו זעהן אין די פאליטישע וועלט, על כל פנים וויאזוי ער האט זיך ביז יעצט ארויסגעשטעלט, פון איין זייט האט ער זייער קאנסערוואטיווע איידיע'ס וואס פארדעם איז ער אפגעפרעגט ביי די גאר לינקע אינערהאלב די 'דעמאקראטישע' פארטיי, און די זעלבע צייט האלט ער עטליכע שטארק לינקע געדאנקען, וואס מאכט אים אסור ביי די מעסיגע 'דעמאקראטן' (אויב ס'נאך דא אזאנס).
די מערסט באקאנטע איידיע פון אים, איז געבן $1000 פאר א משפּחה, וואס מ'דערמאנט אבער נישט איז, אז ער וויל ענדיגן אלע אנדערע רעגירונג'ס פראגראמען, ווי וועלפעיר, מעדיקעיד/מעדיקעיר, וויק, און אלע אנדערע שאר ירקות, סא יא ער איז היבש אינטערעסאנט צו באטראכטן.
ער גייט זיכער נישט טראגן די סיטי ווייטער לינקס,אויב געווינט ער, פארשטייט זיך.

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 3:32 pm
דורך גיב א שמייכעל
טיכטיגער האט געשריבן:ב"פ מוסדות שטיצן יענג

אינטערסאנט... ערעק אדאמס לעקט זיך שוין לענגער ווי איהם...