ווען איז ניטל?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ווען איז ניטל?
[justify]בס''ד
אנגעהויבן האט זיך עס אין איטאליע. ח' תשרי שמ''ג – אקטאבער 4' 1582 למספ' איז געווען אן אלגעמיינער טאג אין איטאליע. געשעפטן האבן געווירבלט מיט קונדן, מענטשן האבן ארלעדיגט זייערע געשעפטן, ביז דער זון איז אונטערגעגאנגן. ביינאכט זענען מענטשן געגאנגן שלאפן ווי געווענדליך, און ווי דערשטוינט זענען זיי געווארן, ווען זיי האבן זיך אויפגעוועקט מיט גאנצע 11 טעג שפעטער! אקוראט דאס זעלבע האט זיך איבערגעשפילט אין ענגלאנד כ''ג אלול, תקי''ב – סעפטעמבער 2' 1752 למספ'. איז די פראגע איצט אזוי, וואו אהין זענען גאנצע עלף טעג אזוי מיטסטעריש פארשוואונדען געווארן פונעם קאלענדאר?
דאס צו פארענטפערן, דארפן מיך זיך צוריק קערן צוויי טויזענט יאר צוריק צו די שטאט רוים.
יוליוס קאלענדער
דער העלדישער רוימישער קייסער יוליוס אינאיינעם מיט זיין זון אויגוסטוס, האבן זיך אקוראשט צוריק געקערט פון עגיפטן, וואו זיי האבן אפגעהאלטן א מעכטיגער מיליטערישער טריומף איבער די מיליטערישע קרעפטן פון תלמי דער דריטער. דארט אין עגיפטן האט זיך יוליוס באקאנט געמאכט מיט א קאלאנדער וואס איז געווען באזירט אויף די זון. יוליוס איז געווען אנטשלאסן דאס איינצושטעלן אויך אין רוים, און גלייכצייטיג איבער זיין גאנצע אימפעריע.
דאס עגיפטישער קאלענדער האט אבער געהאט א פראבלעם. נעמליך, די עגיפטער האבן איינגעטיילט דאס יאר אין צוועלעף מאנאטן, איטליכע מאנאט האט אינהאלטן 30 טעג. איי דער זין באוועגט זיך ארום די זון 365 און א פערטל מאל א יאר? בלייבט דאך נאך איבער 5 טעג? די עגיפטער האבן נישט געהאט קיין גרויס פראבלעם דערמיט, זיי האבן געדולדיג אויסגעווארט די איבעריגע 5 טעג און ערשט דאן האבן זיי אנגעהויבן צו ציילן זייער נייעם יאר. אבער אין אזא פארגעשריטער לאנד ווי רוים האט אזא סארט קאלענדער נישט געקענט פונקציאנירן טעכניש. דערפאר האט יוליוס איינגעשטעלט אז איין מאנאט זאל אינהאלטן 30 טעג און די אנדערע מאנאט 31 טעג, און דער מאנאט פון פעברואר זאל פאר דריי יאר אינהאלטן 29 טעג, און יעדע פערדע יאר 30 טעג. (פארוואס פעברואר? ווייל ער האט נישט געוואלט אנהייבן די יאר מיט א שלעכטע סימן) דער רעכענונג האט מער ווייניגער געשטומט. דער יוליוס קאלענדער, הייבט אן ציילן פון 45 יאר איידער דער געקרייצטער איז געקרייצט געווארן. דער יוליוס קאלענדער, איז אקצעפטירט געווארן איבער די גאנצע מערב וועלט פאר די נאכפאלגענדע יארן. און צוליב זיין אומערמידליכע לייסטונגן צו לעזן דעם קאלאנדער פראבלעם, האבן די רוימער אים באעהרט מיטן א נאמען געבן פאר דעם מאנאט יולי נאך אים. שפעטער ווען זיי האבן אויך געוואלט באעהרן זיין זון אויגוסטוס, האבן זיי א נאמען געבן פארן מאנאט אוגוסט נאך אים. און זיי האבן גלייכצייטיג אויך איינגעשטעלט, אז די ביידע מאנאטן, יולי און אוגוסט זאלן אינהאלטן 31 טעג. און אנטשטאט דעם צוגעקומעם טאג זאל פעברואר זאל אינהאלטן בלויז 28 טעג, און יעדע פערדע יאר 29 טעג. געלעזט דעם פראבלעם.
גרעגאָרישער קאלענדער
אין יאר 1582' למספ' האט דער פּויפּסט גרעגאָרי דער דרייצענטער זיך געזען אין א שטיקל פראבלעם. נעמליך, לויט די קריסטליכע טערמינאָלאָגיע דארף די חאגע פאסכא אויסשליסליך אויספאלן אין פרילינג, ווייל דער געקרייצטער איז געקרייצט געווארן פסח צייט וואס געפאלט אין פרילינג . אין די ווירקליכקייט זענען די טעג פון די זון 365 און זעקס שטונדען, ווייניגער מיט אומגעפער מיט 11 מינוט, דאס באדייט אז יעדע 128 יאר ווערט די קאלענדאר צוריק גערוקט מיט איין גאנצער טאג. אין רעזולטאט איז דער חגא פאסכא אין יענע יאר אויסגעפאלן אין מיטן מערץ, וואס דאס איז נאך אין די ווינטער. פּויפּסט גרעגאָרי האט זיך געפונען אין גאר א שווערער דילעמא. פון איין זייט דארף דאך דער חגא פאסכא געפייערט ווערן אין די פרילינג, אבער פון די צווייטע זייט ווער קען דען זיך דערוואגן זיך אפצונויגן פון די איר-אלטער אויסגעטרעטענעם וועג? אלזא וואס טיט מען? גרעגאָרי איז געווען א קאָנטראָווערסיאַלער מאן פון נאטור אויס, און ער האט טאקע געפאסט א העכסט-געוואגטער באשלוס. ער האט אין א אויסערארענדליכער שריט פאראויסגערוקט דאס קאלענדאר מיט עלף טעג! א שריט וואס האט ארויסגערופן שטורעם איבער די גאנצע קריסטליכער וועלט. די פראטעסטאנטן און די גריכישע ארטאדאקסן האבן דאס אויף קיין שום פאל נישט געוואלט אקצעפטירן. די פראטעסטאנטן האבן עס אייגענטליך יא שפעטער אקצעפטירט. אבער די פרימע גריכישע ארטאדאקסן, האלטן זיך נאך פעסט ביז צום היינטיגן טאג, און זיי באנוצן זיך בלויז מיטן אריגענאלער שמייליגן יוליוס קאלענדער.
אצינד צוריק צו די פראגע, ווען איז ניטל?
ניטל איז די נאכט וואס דער געקרייצטער איז אנגעבליך געבוירן געווארן פונעם הייליגן גייסט. דאס איז פון אלעמאל אן געווען די נאכט פונעם 25-טן פון דעצעמבער. קומט דאך אויס, אז ווען דער קאלענדאר צייגט דעצעמבער 25 אויפן גרעגאָרישער קאלענדער, איז נאך אויפן יוליוס קאלענדער דעצעמבער 14. לויט דעם איז ניטל ערשט אין יאנואר דעם זעקסטער. (די טעג ריקן זיך עטוואס צוליב פארשידנארטיגע חשבונות). דערפאר אין די לענדער ווי אין רוסלאנד און אין גריכלאנד וואו מ'האט נישט אנגענומען דאס גרעגאָרישער קאלענדער, איז ניטל יאנואר דעם זעקסטן אדער דער זיבעטען. דאקעגן אין די לענדער וואס מ'האט יא אנגענומען די גרעגאָרישער קאלענדער, איז ניטל דעצעמבער דעם פינף און צוואנציגסטער.
אין די משנה און די גמרא געפונען מיר אז די גוים פייערן צוויי חגאות ארום תקופת טבת. די סטרנורא חגא, אכט טאג איידער די תקופה. און קלנדא חגא, אכט טאג נאך די תקופה. די חגאות פון קראצמעך און ניי-יאר, געפאלן אלעמאל ארום די צייט פון די תקופה. דערפאר לאזט זיך עטוואס זאגן, אז קראצמעך און ניי-יאר ווערן געפייערט אין די זעלבע צייט וואס די אמאליגע געצן דינער האבן געפייערט די חגאות פון סטרנורא און קלנדא. לויט די גרעגאָרישער קאלענדער זענען די חגאות עטוואס ווייטער פון די תקופה ווי לויט די יוליוס קאלענדער. קען פילייכט זיין אז צוליב דעם האלט א מערהייט פון די וועלט דעם רוסישן ניטל, יאנואר דעם זעקסטן. ווייל ס'איז עטוואס נאנטער צו די תקופה.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: ווען איז ניטל?
ייש"כ פאר'ן ארטיקל, זייער שיין און ידיעות'דיג.
האט פויפסט גרעגארי פשוט גערוקט די קאלענדער מיט 11 טעג יענע יאר, און שוין?
איך האב פארשטאנען אז ער האט עפעס איבערגעמאכט די קאלענדער עס זאל בעסער שטומען מיט די זון אזוי אז די וועלט זאל נישט זיין אפאר טאג אפגערוקט פונעם זון יעדע 128 יאר, נישט אזוי?
האט פויפסט גרעגארי פשוט גערוקט די קאלענדער מיט 11 טעג יענע יאר, און שוין?
איך האב פארשטאנען אז ער האט עפעס איבערגעמאכט די קאלענדער עס זאל בעסער שטומען מיט די זון אזוי אז די וועלט זאל נישט זיין אפאר טאג אפגערוקט פונעם זון יעדע 128 יאר, נישט אזוי?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ריכטיג.
ער האט איינגעשטעלט, אז יעדע הונדרעט יאר זאל זיין דער מאנאט פברואר אינהאלטן 29 טאג אנשטאט 28 טאג, אזוי ארום קומט צו א טאג יעדע הונדרעט יאר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
כבוד הרב קאך אייער אינפארמאציע וואס איר גיבט דא איז אומריכטיג (למשל 2004 איז יא געווען אן עיבור יאר וכדומה), איך האב נישט אזא גוטע פעדער ווי אייך איך וועל פראבירן בקיצור.
די יוליוס קאלענדער האט פארשטאנען אז די זון יאר איז פונקטליך 365 טאג מיט נאך 6 שעה. מילא איז יעדע פערטע יאר לייגט מען צו א טאג ושלום על הנוצרים.
גרעגואר האט פארשטאנען אז דאס יאר איז עטליכע מינוט ווייניגער, און לפי חשבונו איז מען שוין געווען הונטערשטעליג מיט 10 טאג, און דערפאר האט ער דאן גערוקט דעם קאלענדער פאראויס מיט צען טאג.
כדי צו פארמיידן דעם טעות אויף להבא, האט ער איינגעפירט אז 3 מאל יעדע 400 יאר וועט נישט זיין קיין עיבור יאר. דהיינו 1700 1800 און 1900 האבן די ארטאדאקסן געהאט א פעבואר 29 (אזויווי יעדע פערטע יאר) און די נייע קאלענדער נישט. 2000 האבן ביידע געהאט אן עיבור יאר.
און מהאי טעמא זענען די קאלענדערס היינט צוטאגס מיט 13 טעג אפגערוקט, 10 מימי גרעגואר, און נאך 3 פון זיבעצן אכצן און ניינצן יארהונדערט.
2100 וועט צוקומען נאך א טאג און דאן וועט דאס זיין פערצן טעג, אא"וו.
די יוליוס קאלענדער האט פארשטאנען אז די זון יאר איז פונקטליך 365 טאג מיט נאך 6 שעה. מילא איז יעדע פערטע יאר לייגט מען צו א טאג ושלום על הנוצרים.
גרעגואר האט פארשטאנען אז דאס יאר איז עטליכע מינוט ווייניגער, און לפי חשבונו איז מען שוין געווען הונטערשטעליג מיט 10 טאג, און דערפאר האט ער דאן גערוקט דעם קאלענדער פאראויס מיט צען טאג.
כדי צו פארמיידן דעם טעות אויף להבא, האט ער איינגעפירט אז 3 מאל יעדע 400 יאר וועט נישט זיין קיין עיבור יאר. דהיינו 1700 1800 און 1900 האבן די ארטאדאקסן געהאט א פעבואר 29 (אזויווי יעדע פערטע יאר) און די נייע קאלענדער נישט. 2000 האבן ביידע געהאט אן עיבור יאר.
און מהאי טעמא זענען די קאלענדערס היינט צוטאגס מיט 13 טעג אפגערוקט, 10 מימי גרעגואר, און נאך 3 פון זיבעצן אכצן און ניינצן יארהונדערט.
2100 וועט צוקומען נאך א טאג און דאן וועט דאס זיין פערצן טעג, אא"וו.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן די אורזאך פארוואס גרעגאָרי האט געטוישט דעם קאלענדער.
צוליב די אורזאך פארוואס ביי אידן עקזעסטירט א באגריף פון א עיבור יאר.
אין די תורה ווערט יום טוב פסח אנגערופן חג האביב, שביעות חג הקציר, און סוכות חג האסיף. צוליב דעם וואס פסח צייט ווערט די תבואה געצייטיגט, שביעות צייט הייבט זיך אן די שניט, און סוכות זאמלט מען איין דאס גערעטעניש פון די פעלדער.
די תורה האט געוואלט אז די ימים טובים זאלן אויספאלן ווען דאס מענטשהייט איז גוט געלוינט. נאך מער, די חכמים האבן די רעכטן מעבר צו זיין א יאר צוליב דעם, אפילו עס פאראורזאכט א קלקול הקרבן, און די קרבנות מוזן געברענגט ווערן במועדם.
זיין הייליגטום גרעגאָרי איז געווען גרייט צו קערן הימל און ערד, אבי אז דער פסכא חגא זאל זיין אינעם צוגעפאסטן סעזאן...
ומי יבוא בסוד קדושים...
צוליב די אורזאך פארוואס ביי אידן עקזעסטירט א באגריף פון א עיבור יאר.
אין די תורה ווערט יום טוב פסח אנגערופן חג האביב, שביעות חג הקציר, און סוכות חג האסיף. צוליב דעם וואס פסח צייט ווערט די תבואה געצייטיגט, שביעות צייט הייבט זיך אן די שניט, און סוכות זאמלט מען איין דאס גערעטעניש פון די פעלדער.
די תורה האט געוואלט אז די ימים טובים זאלן אויספאלן ווען דאס מענטשהייט איז גוט געלוינט. נאך מער, די חכמים האבן די רעכטן מעבר צו זיין א יאר צוליב דעם, אפילו עס פאראורזאכט א קלקול הקרבן, און די קרבנות מוזן געברענגט ווערן במועדם.
זיין הייליגטום גרעגאָרי איז געווען גרייט צו קערן הימל און ערד, אבי אז דער פסכא חגא זאל זיין אינעם צוגעפאסטן סעזאן...
ומי יבוא בסוד קדושים...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ריכטיג האט געשריבן:כבוד הרב קאך אייער אינפארמאציע וואס איר גיבט דא איז אומריכטיג (למשל 2004 איז יא געווען אן עיבור יאר וכדומה), איך האב נישט אזא גוטע פעדער ווי אייך איך וועל פראבירן בקיצור.
די יוליוס קאלענדער האט פארשטאנען אז די זון יאר איז פונקטליך 365 טאג מיט נאך 6 שעה. מילא איז יעדע פערטע יאר לייגט מען צו א טאג ושלום על הנוצרים.
גרעגואר האט פארשטאנען אז דאס יאר איז עטליכע מינוט ווייניגער, און לפי חשבונו איז מען שוין געווען הונטערשטעליג מיט 10 טאג, און דערפאר האט ער דאן גערוקט דעם קאלענדער פאראויס מיט צען טאג.
כדי צו פארמיידן דעם טעות אויף להבא, האט ער איינגעפירט אז 3 מאל יעדע 400 יאר וועט נישט זיין קיין עיבור יאר. דהיינו 1700 1800 און 1900 האבן די ארטאדאקסן געהאט א פעבואר 29 (אזויווי יעדע פערטע יאר) און די נייע קאלענדער נישט. 2000 האבן ביידע געהאט אן עיבור יאר.
און מהאי טעמא זענען די קאלענדערס היינט צוטאגס מיט 13 טעג אפגערוקט, 10 מימי גרעגואר, און נאך 3 פון זיבעצן אכצן און ניינצן יארהונדערט.
2100 וועט צוקומען נאך א טאג און דאן וועט דאס זיין פערצן טעג, אא"וו.
כ'האב פאראכטן
שכוח פארן מעורר זיין!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ס'איז גאר מחלוקה צווישן שמואל מיט רב אדא בר אהבה
[justify]עס איז דא גמרא אין עירובן, שמואל זאגט, אז אין בין תקופה לתקופה אלא תשעים ואחד יום ושבע שעות ומחצה. צווישן אין תקופה און די צווייטע איז דא גענוי 91 טעג, מיט 7 און א האלב שטונדן.
עס איז פארהאן 4 תקופת. תקופת ניסן, תקופת טבת, תקופת תשרי, און תקופת תמוז. אין די טאג פון די תקופה זענען די שטונדן פון טאג און נאכט אייניג צוטיילט. ווארום דאן איז דער זון אויף איר ארגינעלער קו המשוה.
אויב אזוי קומט אויס אז ווען מ'צוטיילסט דעם יאר אויף פיר תקופות, קומט אויס אז א תקופה באשטייט פון 91 טעג און זיבן א האלב שעה (365 צוטיילט אין פיר איז 91 און א פערטל [וואס מיינט זעקס שעה], צוטייל די איבריגע 6 שעה אויף פיר קומט עס אויס איין און א האלב, צוזאמען 91 טעג מיט 7 און א האלב שעה).
לויט דעם רעכענונג פארמאגט די זון פונקליך 365 טעג מיט זעקס שטונדען. אזוי האט אויך געהאלטן יוליוס קייזער. די יוליוס קאלענדער איז געבויעט אויף דער טעאריע.
דאקעגן פּויפּסט גרעגאָרי האט ווארשיינליך געהאלטן ווי רב אדא בר אהבה. וואס לערענט אז פון איין תקופה ביזן צווייטן איז 91 טעג מיט 7 שטונדן, און 28 מינוט. (נישט ווי שמואל וואס לערענט א גאנצע האלבע שטונדע) דערפאר איז גרעגאָרי געווען ביי די מיינונג, אז יעדע 128 יאר ווערט די קאלענדאר צוריק גערוקט מיט איין גאנצער טאג, און ער האט באשאפן דעם גרעגאָרישער קאלענדער...
לויט דעם חשבן ווען האלטן מען ניטל? עס איז א מחלוקה צווישן שמואל מיט רב אדא בר אהבה...[/justify]
עס איז פארהאן 4 תקופת. תקופת ניסן, תקופת טבת, תקופת תשרי, און תקופת תמוז. אין די טאג פון די תקופה זענען די שטונדן פון טאג און נאכט אייניג צוטיילט. ווארום דאן איז דער זון אויף איר ארגינעלער קו המשוה.
אויב אזוי קומט אויס אז ווען מ'צוטיילסט דעם יאר אויף פיר תקופות, קומט אויס אז א תקופה באשטייט פון 91 טעג און זיבן א האלב שעה (365 צוטיילט אין פיר איז 91 און א פערטל [וואס מיינט זעקס שעה], צוטייל די איבריגע 6 שעה אויף פיר קומט עס אויס איין און א האלב, צוזאמען 91 טעג מיט 7 און א האלב שעה).
לויט דעם רעכענונג פארמאגט די זון פונקליך 365 טעג מיט זעקס שטונדען. אזוי האט אויך געהאלטן יוליוס קייזער. די יוליוס קאלענדער איז געבויעט אויף דער טעאריע.
דאקעגן פּויפּסט גרעגאָרי האט ווארשיינליך געהאלטן ווי רב אדא בר אהבה. וואס לערענט אז פון איין תקופה ביזן צווייטן איז 91 טעג מיט 7 שטונדן, און 28 מינוט. (נישט ווי שמואל וואס לערענט א גאנצע האלבע שטונדע) דערפאר איז גרעגאָרי געווען ביי די מיינונג, אז יעדע 128 יאר ווערט די קאלענדאר צוריק גערוקט מיט איין גאנצער טאג, און ער האט באשאפן דעם גרעגאָרישער קאלענדער...
לויט דעם חשבן ווען האלטן מען ניטל? עס איז א מחלוקה צווישן שמואל מיט רב אדא בר אהבה...[/justify]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דאס ניטל ליד פון מאני לייב:
מאַני לייבס ליד אויף ניטל. איבער דאס שרעק וואס ס'האט געהערשט אין די אידישע גאסן אין די שווארצע ניטל נעכט אין אייראפא:
די נאכט וועקט אויף דאס קופער פון די גלאקן
מיט פאקלען, פראסט און וויירעך וואכט די שטאט:
פון טויט שטייט אויף מיט פרידן זייער גאט
און מחנות טראגן אויף א הויכן פלאקן
זיין דמות. און זייער בלינדער שווערער טראט
טראגט האס, און די ענגע שטומע שטאקן
ישראלס קינדער דופעקנען צושראקן - אוי, ג-ט פון רחמים! - אויף דיין באראט
און הינטער טיר מיט לאדן זינגט דער שניי.
און ברייטע בלויע הימלען פראסטיק בלענדן.
די נאכט איז פון איר קרוין ביז אירע לענדן
מיט שטערן און רוה... נאר א געשריי
רייסט אויף די רוה פון אלע אירע שלעסער:
דאס שרייט דאס בלוט און אנגסט פאר זייער מעסער...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
וואס איז די מעשה? די מעשה אין קורצן איז ווי פאלגענד:
[justify]אין די שטאט בית לחם האט געוואוינט אן אידענע מיטן נאמען מרים מגדלא נשי. מרים האט זיך אפגעגעבן מיט פלעכטן האר פון פרויען (העיר סטיילער בלע''ז). איר מאן איז געווען א רייכער אנגעזענער סוחר מיטן נאמען פפוס בן יהודה. דער פפוס האט פארמאגט פייגל אין מוח, ער האט נאכאנאנד געלעבט מיט פארדאכטן אז דאס ווייב זיינער באשעפטיגט זיך מיט פּראָסטיטוציע. זיינע אלוזיעס זענען זיך פארגאנגען אזוי ווייט, אזש ער האט איר פארשפארט אין שטוב אונטער שלאס און ריגל ווי א בייזע הונטלע. דאס ווייב זיינער האט געזען וואס פאר א סארט פאסקודניאק איר מאן איז, און ווי שטארק ער געטרויעט איר נישט, האט זי ביי זיך אזוי באשלאסן אז פארוואס זאל דער מאן בלויז לעבן אין פארדעכטעניש? פארוואס זאל עס כאטש נישט זיין אמת אויך? זי האט טאקע געטאן צו די זאך. זי האט אנגעהויבן א געהיימע ראמאנס מיט א גוי אדער אן אידישען שובבניק, מיטן נאמען פנדירא. און פון אינטימע איז די זאך געפארן ווייטער אין א שנעלע גאלאפ... אזש ס'האט נישט גענומען צו לאנג ביז זיי האבן אפגעראכטן געשלעכטלעכע באציאונגען צווישן זיך. און ווי עס שיינט האט הער פנדירא זיך נישט באנוצט מיט קיין בענדל, און מרים איז פארשוואנגערט געווארן. צו ניין מאנאטן איז דאס קליין ממזרל געבוירן געווארן אין גוטע שעה... און מ'האט אים א נאמען געגעבן יהושע.
דער קליינער יהושע האט פארמאגט א געזונטער קאפ אויף די פלייצע, און אפגעזען פון די פארפאלגונגן וואס ער האט געליטן אלס דער אפיציעלער שטאט'ס ממזר'ל, האט ער אויסטערליש פלייסיג געלערנט, אזש רבי יהושע בן פרחיה האט אים אריינגענומען אין זיין ישיבה למצוינים... מזל טוב.
אין לויף פון די יארן האבן זיך די חכמים פארטשעפעט מיט ינאי המלך. אין רזולטאט זענען זיי געווען געצווינגן צו פליכטן קיין עגיפטן... אונזער ממזר'ל האט געמאכט דאס וועג קיין עגיפן דורך די פוסטענישן פון מדבר סיני, אינאיינעם מיט זיין רבי און לערער רבי יהושע בן פרחיה. דארט אין מצרים איז די לופט נישט געווען אזוי פרימיטוו ווי אין יהודה, דארט האבן זיך געפונען אפענע קעפ. אונזער ממזר'ל האט דארט געלעבט ווי א פיש אין וואסער. ער האט זיך געלערנט מיסטיזם און זיך גלייכצייטיג באשעפטיגט מיט כישף...
ווען די מצב האט זיך עטוואס בארואיגט, און ינאי המלך האט ענדליך איינגענומען זיינע בארואיגונג איינשפריצן, האט רבי יהושע בן פרחיה זיך אומגעקערט צוריק קיין יהודה, און מיט אים אויך אונזער ממזר'ל דער שיין דערוואקסנער שיעלע. אונטערוועגנס זענען זיי איינגעשטאנען אין אן האטעל. רופט אן רבי יהושע בן פרחיה ווי שיין איז די האטעל מויד. געמיינט האט ער צו זאגן ווי שיין זענען די באדינונגן אינעם האטעל. זאגאר אונזער ממזרל וואס האט שוין פארמאגט פייגל אין מוח, האט פארשטאנען אז זיין רבי רעדט ווי שיין די מויד איז. האט ער זיך אנגערופן אז זי איז נישט שיין, ווארים אירע אויגן זענען עטוואס רינעכיג.. דו רשע איינער מיט דעם באשעפטיגסט דיך? האט זיך רבי יהושע בן פרחיה גענומען שרייען מיט הילכיגע קולות. ער האט זיך ממש נישט געקענט צו זיך קומען פאר אויפרעגונג. ער האט ארויסגעכאפט פון זיין טלית זאק נישט ווייניגער פון פיר הונדרעט שופרות און ער האט דעם ממזר'ל אריינגעשטעלט אין חרם אריין.
א גאנצע וועג האט דאס ממזר'ל געמוטשעט זיין רבין אז ער זאל צוריקציען פונעם חרם איבער אים, אבער ער האט געטאפט א וואנט. איינמאל איז ער צוגעקומען צו זיין רבי ווען ער האט פונקט געהאלטן אין מיטן לעזן דאס קריאת שמע, און אצינד האט אים זיין רבי געווינקן אז ער זאל עטוואס צווארטן, ער האט אים פילייכט אצינד יא געוואלט צוריק אקצעפטירן, אבער דער ממזר האט פארשטאנען אז רבי יהושע שטופט אים ווייטער אפ. פאר גרויס כעס האט ער א כאפ געטאן א ציגל און זיך געביקט צו עס... דו ביזט מיין גאט האט ער געזאגט צום שטיין. אינדערצווישן האט שוין רבי יושע געהאט פארענדינגט זיין קריאת שמע. שיעלע, טוה תשובה זאגט אים זיין רבי מיט א ווייכע שטימע. ענטפערט אים דער ממזרל ציניש צוריק: רבי פון דיר האב איך בקבלה, אז ווער עס זינדיגט און מאכט זינדיגן אנדערע, גיבט מען אים נישט די מעגליכקייטן תשובה צו טאן. און דער ישו האט גע'כישפ'ט און צוגערעדט אידן צו זינדיגן.
אין יהודה האט דער ישו פארגעזצט מיט זיינע בייזע טאהטן, אבער ער האט זיך אויסגעהיטן אז ס'זאל נישט זיין קיין עדות קעגן אים. אמאל האבן די חכמים אראנזשירט אז ער זאל צורעדן עמיצן צו דינען ע''ז. און אז דער שמיעס זאל פארקומען אין א אינערליכע צימער. אינעם אינערליכער צימער איז געווען ליכטיג און דער דרויסענדער צימער איז געווען טונקל. דער ממזר האט נישט געזען וואס עס טיט זיך אינדרויסן. דארט זענען געזעצן צוויי ת''ח וואס האבן אלעס צוגעזען. זיי האבן אים געכאפט אין געברענגט צום ב''ד. און זיי האבן אים געהאנגן ווי א הונט....[/justify]

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

היינט האב איך אויפגעפאסט אן אינטערעסאנטע זאך, היינט יאנואר 5 איז די טאג פון די עפיפעני, וואס איז די לעצטע טאג פון קראצמאך, פאר די קאטוילישע און רעפארמיסטישע קירכעס וואס גייען לויט׳ן גרעגאריען קאלענדער, און א טאג דערנאך אום יאנואר 6 איז שוין ערב קראצמאך פאר די מערב און אריענטאלישע קירכעס וואס גייען לויט׳ן אלטן יוליען קאלענדער. יאנואר 6 איז אין א געוויסע בחינה אזויווי כ׳ כסלו וואס איז אויך מפסיק צווישן די ימים טובים פון קאנקורירענדע סעקטעס...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
וואס אנבאלאנגט די שייכות פון ניטל מיט די תקופה, תקופת טבת, אדער ווי ס׳ווערט גערופן און ענגליש winter solstice, איז שוין אן אור-אלטע יום טוב וואס גייט צוריק צו די פריהיסטארישע צייטן, לויט די גמרא האט אדם הראשון געגרינדעט דעם יום טוב. דיזע יום טוב האט דורכאויס די יארן אנגענומען פארשידענע פארמען אין פארשידענע קולטורן איבער די גארער וועלט, אין די מערב וועלט ווערט עס געפארוועט אונטערן ברענד ״קראצמאך״, אבער באמת ווערט עס געפראוועט דורך מערערע רעליגיעס איבער די וועלט אונטער פארשידנארטיגע ברענדס. יעצט, תקופת טבת ביי דעפינישן איז די קורצסטע טאג פון די יאר וואס אין אונזערע צייטן קומט עס אויס צווישן דעצעמבער 21 און 22, די אלע אנדערע דאטומען ווי דעצעמבער 25 און יאנואר 6 זענען א רעזולטאט דערפון וואס די חשבונות זענען נישט הונדערט פראצענט אקוראט און די מינוטן און סעקונדעס זאמלען זיך אן איבער די יארן צו טעג און אזוי רוקן זיך די דאטומען פון די ימים טובים.
https://en.wikipedia.org/wiki/Winter_so ... r_solstice
https://en.wikipedia.org/wiki/Winter_so ... r_solstice
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עמינדב האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:א גוי אדער אן אידישען שובבניק
פון א גוי ווערט נישט א מאמזער האט עס געמוזט זיין א איד. (לויט די שולחן ערוך. באלד וועט רביהק זאגן אז דעמאלטס האט מען געהאלטן אנדערש.)
ערשטנס, אין די פילם The life of Brian איבער דאס לעבן פון יאשקע אין אן אלטערנעטיוו יוניווערס איז יאשקע׳ס טאטע געווען א רוימישער ארמיי אפיציר.
צווייטנס: ס׳דא אזא שיטה אין גמרא: עובד כוכבים ועבד הבא על בת ישראל הולד ממזר (יבמות מה.), קען זיין אז דעמאלטס האט מען זיך געפירט ווי יענע שיטה.
און דריטנס גלייב איך נישט אז די קידושין איז געווען דורכ׳ן מרא דאתרא איז ער יעדנפאלס געווען א ממזר...
עמינדב האט געשריבן:איז עס געווען ב"ד און נישט די רוימער וואס זענען פטור געווארען פון אים?
קאך לעפל׳ס מעשה איז געבויט אויף די מעשיות אין גמרא אויף ישו הנוצרי, אבער פון די מעשיות וואס די ברית החדשה דערציילט אויף יאשקע זעהט נישט אויס ווי ס׳איז דער זעלבער מענטש, איינס פון די חילוקים צווישן ישו הנוצרי און יאשקע איז טאקע אז ישו הנוצרי האט בית דין געהארגעט און יאשקע האבן די רוימער געקרייצט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
גענוי אזוי ווי זייער אויסלייזער איז פול מיט סתירות און אומפארשטענדענישן און צומישענישן, אזוי אויך איז זייער גלויבן.
זיי האבן פול מער פאקטן איבער אים, וואס עס ווערט נישט געברענגט אין חז''ל. אויב זאלן מיר זיי גלייבן, דארפן מיר דאך אויך גלייבן אינעם הייליגען דריייעל, און צו גלויבן אז גאט האט פארשוואנגערט א מויד, זענען מיר אצינד נישט אין די גיסטע...
זיי האבן פול מער פאקטן איבער אים, וואס עס ווערט נישט געברענגט אין חז''ל. אויב זאלן מיר זיי גלייבן, דארפן מיר דאך אויך גלייבן אינעם הייליגען דריייעל, און צו גלויבן אז גאט האט פארשוואנגערט א מויד, זענען מיר אצינד נישט אין די גיסטע...
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די אלע סתירות און קשיות זענען נאר נסיונות פונעם שטן און זיינע שליחים די אפיקורסים כופרים בייבל קריטיקירער ימ״ש, ווער ס׳ווייסט ריכטיג אפצולערנען די שמייליגע פסוקים זעהט ווי יעדעס ווארט שיינט און לייכט און אלעס קומט זיך צוזאמען ווי א הערליכע פאזל. די פאנאטישע אפיקורסים וואס מיינען אז זיי פארשטייען בעסער פון אונזערע גלחים, קארדינאלן, און פויפסטן וויאזוי אפצולערנען די שמייליגע פסוקים עפ״ל האבן בכלל נישט וואס צו זאגן א דעה אין אזעלכע האקעלע ענינים, אז דו האסט קשיות אויפ׳ן בייבל גיי פרעג אן ערליכע גלח א ירא שמים (נישט אן אנגעקלערטער וואס שטעלט אן א פנים ווי א מאמין) וועסטו זעהן ווי אלע קשיות ווערן פארענטפערט. מ׳ווייסן מיר וואס ס׳שטייט אין די הייליגע ספרים אז בעיקבתא דיאשקתא וועט אראפקומען א געפערליכע קליפה פון כפירה און אפיקורסת אויפ׳ן וועלט, מ׳זעהט ממש בחוש ווי די הייליגע נביאות׳ער ווערן מקוים, איז דען דאס אליינס נישט קיין ראיה אין די ווארהייט פון אונזערע שמייליגע ספרים? 
https://malimaalah.wixsite.com/offthede ... lnr-sTyyXQ

https://malimaalah.wixsite.com/offthede ... lnr-sTyyXQ
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
א אינטערעסאנטער אנקדאט:
[justify]אין מגילת ניטל ווערט דערציילט, אז דער ממזר'ל האט שטארק חשק געהאט זיך אויסצולערנען דעם שם המפורש אין פול. ווארום ער האט שטארק געגליסט צו א נאכפאלגערשאפט, און ווי ס'איז ברייט באוויסט פאלן קליינע מוחות פאר מיסטישע מופתים. און מיטן שם המפורש אין פול, קען מען ווירקליך באווייזן וואונדער איבער וואונדער.
ער האט זיך אויף אן מיסטיריעזער אויפן אריינגעשמוגלט אין קדשי קדשים, וואו דער שם המפורש איז געווען אויסגעקריצט דארט אויפן וואנט. נעמליך, איין פראבלעם האט ער געהאט, אז ביים ארויסגאנג פון קדשי קדשים זענען געשטאנען צוויי פייערדיגע לייבן, וואס ווען אימער עמיצער איז ארויס פון קדשי קדשים, האבן זיי אזא ברום געגעבן, און פאר גרויס שרעק האט יענער פארגעסן אלעס וואס ער האט זיך אנגעזען דארט אינווייניג אין קדשי קדשים. אזוי ארום האט קיינער קיינמאל נישט געהאט די מעגליכקייטן צו געדענקן דעם שם המפורש, און דער וועלט איז געווען זיכער...
דער קליגער ממזר'ל האט זיך דערטראכט א וואזשנעם איינפאל. ער האט אויף א שטיק פארמעט אויפגעשריבן דעם שם המפורש, און עס דאן פארבינדן מיט א לענגערן שטיק פאדים. דאן ער האט זיך אויפגעריסן זיין חזיר-פלייש און אריינגעשטעקט דאס שטיק פארמעט דארט טיף אריין אינעם אפענעם וואונד, און דאס פאדעם האט אזוי ארויס געהאנגען. ער איז ארויס פון קדשי קדשים, און די לייבן האבן אים גוט באברומט, און ער האט טאקע אויפן ארט פארגעסן דעם שם המפורש. עטוואס שפעטער ווען ער איז זיך געגאנגען וואשן ביים טייך, האט ער באמערקט דאס פאדעם. ער האט דאס אנגעהויבן שלעפן, און בום... ער האט אנדעקט דאס שטיק פארמעט מיטן שם המפורש.
דער יעזעס האט טאקע אנגעהויבן צו ווייזן וואונדער איבער וואונדער. ער האט געהיילט קרעציגע... און האט שפאצירט אויפן טייך ירדן... ער האט אויפגעלעבט טויטע... בקיצור, ס'איז געווען הויך יום טוב.
די חכמים האבן באלד פארשטאנען פון וואנעט זיינע מיסטישע כוחות נעמען זיך. זיי האבן באאויפטראגט איינעם פון זיי מיטן נאמען יהודה, אז ער זאל זיך דערלערנען דעם שם המפורש, און אזוי ארום זיך שטארקן אויף דעם ממזר'ל וואס האט געשניטן שטיקער פונעם כלל ישראל.
(עס לאזט זיך פילייכט זאגן, אז דער יהודה איז ווארשיינליך דער זעלבער פארהאסטער יהודה איש קריות, וועם די קריסטן קענען נאך ביז היינט נישט מוחל זיין צוליב זיין אנגעבליכער פארראט. לויט די קריסטליכע טעלאגיע, האט יהודה איש קריות ארויסגעגעבן פאר די סנהדרין וואו דאס ממזר'ל באהאלט זיך אויס אין אויסטויש פאר דרייסיג זילבערנע מטבעות.)
אין יעדנספאל דער יהודה האט זיך דערלערענט דעם שם המפורש אין איר פול באדייט, און ער האט אנגעהויבן נאכצויאגן דעם ממזר'ל מיט א ווילדער געיעג דער ממזר'ל האט געזען ווי דער יהודה איז אויף זיינע טריט, האט ער ספאנטאן ארויסגעזאגט דעם שם המפורש און מיט דעם קראפט האט ער זיך געהויבן אין די לופטן ווי א מיליטערישער עראפלאן. ווי דערציטערט איז דער ממזר געווארן צו זען ווי אזוי יהודה טוט אקוראט דאס זעלביגע. ירושלים איז איז אויפגעווען, צוויי מענטשן שוועבן אין די לופטן ווי ווילדע ים פויגל... און דאס איז נאך געווען איידער די עפאכע פון די רייט ברידער, ווילבור און אָרוויל, די טאטעס פון אוויאציע.... יהודה האט מייסטערהאפטיג נאַוויגירט און די לופט, ביז ער האט זיך געשטעלט אין א פאזיציע פונקט העכער דאס קעפל פון ממזר'ל, און אט עפענט ער זיך פארזיכטיג אויף דאס ריטשראטש און קטנ'ט זיך גוט אויס אויפן ממזר'ל... דער ממזר'ל איז טמא געווארן און ער האט אנגעהויבן פאלן צו די ערד, וואו די סנהדרין האבן אפגעווארט און הינריכטעט. יהודה האט פארפולט זיין מיסיע מיט סוקסעס, ער האט דאן ערליך געמאכט אן אשר יצר, און ער איז זיך אהיים געגעגאנגן זיך צולייגן...
אצינד די פראגע:
יארן פריער, איז זיך פארלאפן אן ענדליכע געשיכטע. די אידן זענען געווען פארמישט אין העפטיגע שלאכטן מיט די ארמייען פון מדין. דער געפעכט דאן איז געווען צוליב דעם וואס מדין האט אונטערגעשיקט דער טאטע פון אלע שעלטערס, דער געוועזענער ראטגעבער צו פרעה, דער רייכער באנקירער, מיניסטער הער בלעם, זיי צו שעלטן. דער בלעם האט דאן געטאן גענוי דאס זעלבע ווי יעזעס... ער האט זיך געהויבן און די לופטן... וואס האט דאן דער אידישער פעלדמארשל פנחס בן אלעזר געטאן? ער האט אים אנגע'קטנ'ט? ניין! וואסזשע דען? ער האט אים געצייגט דסא הייליגער ציץ אריינגעקריצט מיטן שם המפורש, און עס האט מיסטעריש געווירקט. הער בלעם האט געמאכט א האסטיגער נויט לאנדונג, און די אידן האבן אים אויפן ארט פארקורצערט מיט עטוואס א קאפ... פארוואס האט מען נישט געקענט צייגן דאס ציץ פארן ממזר'ל און אים אזוי אראפברענגן פון די לופטן?
זייער גלייך.
בלעם האט זיך באנוצט מיט טומאה, מיט כישוף צו שוועבן אין די לופט, האבן מען אים געברויכט צייגן א הייליגע זאך, דער ציץ מיטן שם המפורש וואס זאל אפשוואכן זיינע טומאה קרעפטן. דאקעגן אונזער יעזעס, האט זיך באנוצט מיט א הייליגע קראפט, מיטן שם המפורש צו שוועבן אין די לופט, דערפאר האט מען זיך געברויכט באנוצן מיט מי רגלים יפין לה, אפצושוואכן די הייליגע קרעפטן...
דער חידוש איז לע''נ ישוע בן יוסף, וועמענס יארצייט געפאלט דאס היינטיגע נאכט![/justify]