משטיימיר לא עליכם ביי א מצב וואס עס קוקט שוין באלד אויס ווי ביצתן האט מקעקע געוועזן את ישראל! הימל און ערד ברויך מען איבערדרייען! זאלן זיך מלאכים צוזאם קומען מיט ציינער, גאלע מיט לאקס, סזאל גיין פייער צינגען וואס העלן לעקן די דעכער, סגייט מיר נישט אן קיין האריגע טלית בייטעל!
געוועזן דא צייטן וואס מלאכים האבן זיך צוגעהערט צו די געשפרעכן, און גלחים זענען געשטאנען מיילן ווייט, ס'האט זיך געלעבט, ס'געפארן א באן, ס'געגאנגען א רויעך עד לב השטיבל! מ'האט פארשפארט און געפענט, מהאט בארויגט און אויסגעקלארט, סגעוועזן עליטע און שוואכערע, געוועזן עדיטאד און א גייסט איינער האט בכלל אנגעקוקט מהאט דן געוועזן זה מותיב וזה מפראקט אריין, אהה דער עולם האט געקנאקט און געהאקט אז סגעוועזן ישמחו!
אבער, אבער, היינט, יתומים היינו ואין ניקים, שטא גארנישט, טויטע באנקעס, געהארגעטע מאריטשקעס, געשאחטענע בארכעס, צוריסענע גאטשעס, זיראו זילטש גארנישט, אקטיוו איז שטיסל און עפעס א רעבע וואס האט מיך געטשעפעט צוואנציג יאר צוריק, לאן הגענו? איינער טראכט דא אז ווען משפארט ווען היינט אפ [tag]גנדי[/tag]ס אשכול וואלט עס גוט געוועזן פאר אן עיפריל פאל וויץ? א מכה בפטיש! דער עולם איז אין די מציבות! שפאר? שפאר! טויט? שטארב! גבאי חודש? וואטס דעט? פארמעסטן? א בוידעם! וואו זענען די אלע וואס האבן אמאל געפליפט א פייגל צו די סיסטעם? פא פא!
וואס מיינטעץ? משיח העט קומען און שענקען א מיטעלסטען פאר אונז קיען און אקסן, העטעץ אלע קומען צו לויפן און שרייען, האלא טשיל, כבין אן אקטיווער קאווע שטיבל מיטגליד, קומצעך מיר דעם גראבען פינגער אויף ארויף! מיינטעץ גייט ער ענטפערן? האלא! ווייז באנוצער הודעות! ווען איז געוועזן די לעצטע? ביסט געוועזן אקטיוו א יובל צוריק און ביסט פרייליך? ביסט א היראו? שאטאפ!
ווען האט [tag]יואב[/tag] לעצט געשריגן מנהמת לבו פאר א גאד דעמן פריקען שווארצן העל יאר? גייט מיר פעט מאכן א ביין, מעגא! וואס???
[tag]אדנירם[/tag] קען איך נאר אהערברענגען וואס [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט געשריבן נאך די אפציעלע פרידה:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:שש דיין אוועק גיין איז מיר שווער. דיין אנוועזענהייט איז געווען א פלעזשור ווען יעדער תגובה אן אויסנאם איז געווען פון מיט חיות. מיט אן אייפער כמעין המתגבר, אויף יעדער תגובה וואס איז געווען געווענדעט צו/איבער דיר האסטו ביז מיניטן געהאט א ריספאנד אויפצולעבן די לופט. צומאל אן הסכמה אדער א דיסעגרימענט און ווען ס'האט אויסגעפעלט איז געקומען צו פליען גליעדיגע שפיזן, א קאנטעינער מיט שופכין אזש ס'האט געשפריצט פינקען פייער. דיין קורצע -אבער רייכע- לעבן פון אנדערטהאלבן יאר האט שטארק צוגעגעבן פאר אונז אלע.
איך גלייב דו טוסט וואס איז ריכטיג פאר דיר און זאלסט זען א סך הצלחה ווי די גייסט נאר.
ידידך געוואגטער
---
אה, יעצט באמערקט אז דעי אשכול האסטו אויך צוטיילט אין פארזעצונג קאפיטלעך. דעיס מיינט דו גייסט נישט אין ערגעץ.
פרעגט זיך די שאלה, וואו זענט איר?
[tag]יידל[/tag] האט שטארק ארויסגעברענגט בנוגע די גייסט, אבער? הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות!
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] האט גע'יובל'ט אז קאווע איז בעק, יעע בעק אין לעזאזל...
און אז מען רעדט שוין רויטע, וואס האט פאסירט מיט דעם?
רויטע וואנצעס האט געשריבן:נפשי חולת אהבה
ס'ברענט אין מיר תאוה
די שטיבל געשמאקע קאווע
בערג פון פארניצטע שעוה
שעה ארבע באשמורה
המחשב כולה אורה
קאווע שטיות ותורה
כל מיני סחורה
Is it early or late
The coffee works like bait
I'm in a addictive state
I'll sleep till 2pm strait
להמדברים בלשון ספאניש: español speeking
Es temprano o tarde
El café funciona como cebo
Estoy en un estado adictivo
Voy a dormir hasta las 14:00 del Estrecho
הע? כהער נישט?
[tag]קופערניקס[/tag] האט זיי אלע באשולדיגט אין זיין טראנס יומענס, און דו? ווען האט איר לעצט געברענגט א שמייכל צו די לעפצן פון די מתים דא? א געשאקעל צו די מילצן? וואס בעהט מען סך הכל?
[tag]אפטעמיסט[/tag] מיט זיינע טעאריעס, מעגליך? אבער אזוי לאנג נעמט א קטן???
מאראנצןזאפט האט טאקע טיילווייז פארענטפערט די מיסטעריע
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ויהי בימי מיץתפוזחשוורוש.
איז אזוי: [tag]יאנקל[/tag] איז געגאנגען ארבעטן פאר נאסא. [tag]יידל[/tag] פאר די ענ.עס.עי, זייט זיי האבן פארלוירן דעם סנאודען, על כרחך איז געדרינגען אז די אמעריקאנער זיכערהייט איז וויכטיגער ווי צו זעטיגן אחים לדעה דא.
מיט [tag]קופערניקוס[/tag] (האב איך א לאוו העיט רעלעישנשיפ כקען נישט אויסזאגן פארוואס) איז די מעשה, ארבעט ער אויף א שטודיע, אז אויף אן אמת שיינט דער זון אויף פון מעריב צו מזרח און מיר זעען עס נאר רעלאטיוו. זיין ווארטזאגער גיט איבער, ווען ער וועט זיין פארטיג וועט ער זיך באקלערן זיינע שריט אויף ווייטער.
[tag]יואב[/tag] איז אויפגענומען געווארן אלס סקירפט-שטעלער פאר זשימי קימעל איז ער אביסל ענג אין צייט.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] פיין, אבער ווען האסטו לעצט אויסגעפראקט איינעם וויאזוי האט זיך געשפירט בשעת שפירן אז מען שפירט?
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] מיט זיינע הייליגע שטיקלעך שיט, יעדער, וועם נישט? .
[tag]קול דודי[/tag], [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] [tag]שרגא[/tag] [tag]יאנקל[/tag], [tag]געפילטע פיש[/tag], [tag]יאיר[/tag] [tag]לעיקוואד[/tag] און יעדער איינער!
[tag]ראשעקאל[/tag] דער געטרייער טאטע (איך קען נישט טרעפן די תגובה אין וועלכע ס'איז אויסגעשמועסט געווארן...) האט אונז אזוי ברוטאל פארלאזט, גראדע [tag]שמעקעדיג[/tag] קומט נאך אריין, בפרט ווען עס קומט צו העלפן א צווייטער אידיש נפש.
בקיצור, אטו כי פערד גיי איך דא זיכן ניקים פון עולם התוהו? שפאנטס אריין אין וואו זענט איר פארשוואונדן אשכול און ס'איינע פון גרעסטע אשכולות ליידער ליידער, רבותי! ס'איז צייט צוריק צו קומען!
אוודאי זענען נאך דא הייליגע גדולים פון אמאל, [tag]כוכב[/tag] וואסי שייך בכלל צו זאגן... [tag]העניך[/tag] ,[tag]אבטולמוס[/tag] ,[tag]קאך_לעפל[/tag] ארבייט אריין, [tag]הוגה[/tag] מיט א לעכטיגקייט, [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט זיך נישט לאנג צוריק אויפגעוועקט פון זיין בערישן שלאף כלשונו, מזקני השטיבל [tag]berlbalaguleh[/tag], [tag]בת קול[/tag] איז נאך יוצאות ואומרות, ועוד ועוד, און אוודאי זענען דא די פרישערע העלדן, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, ויהא נא בעיניך כאילו הייתי פורט ניקיך, אבער די מצב איז געהארגעט, פארוואס זאגיכייכעס? קודם כל ווי מען פלעגט דא זאגן אין די גוטע יארן, ווייל איך וויל עטץ זאלטס וויסן, און נאכדעם ווי כ'האב אנגעהויבן, במקום שאין פיש איז קאטשעניא נישט קיין ארטיקל! אז די גרויסע לויתן פיש זענען מער ניטא, טא וואס טוה איך דא? וואס קען איך דען צוגעבן???
שרייטס אלע! ווי עינט נעבער געטין אווער!!!
#הינט_הינט_דו_ביסט_עשיו'ס_קינד_אויב_וועסטו_מיך_בייסן_וועט_קומען_פאטער_
יעקב_און_ער_וועטיך_צורייסן!
לחיים!
#ויקץ_וישן_ויחלום_שנית...[/justify]