דעת האט געשריבן:די ימים האבן שוין גע'דבר'ט.
שוין געווען דארט אסאך חתונות און קיין פיפס.
סארי איט דידנט פיד יור ניד פאר דראמא.
איך האב געהערט אז ס'איז גארנישט אזוי שטיל דארט. ליינט דעם מעסעדזש, באקומען פון א ידיד.
מיינט נישט גארנישט אבער אויב ס'איז אמת איז דאס גארנישט אזוי שטיל
C/P
אלס מתפלל ביי אונז אין ביהמ"ד ישמח משה האסטו געוואלט וויסן פארוואס דער עולם איז אזוי אויפגעברויזט געווען דעם שבת אין שול איבער די נישט פארגעקומענע שבת שבע ברכות פון א חשוב'ער וועכנטליכער מתפלל ביי אונז אין ביהמ"ד, איך בעט דיר אבער איין זאך, לאמיר עס לאזן צווישן אונז מתפללים און נישט ארומטראגן אין די גאנצע שטאט.
פאריגע וואך דינסטאג האט חתונה געמאכט דער וועכענטליכער מתפלל הר"ר ___ הי"ו זיין טאכטער מיט ר' ___ הי"ו פון מאנסי, און די חתונה איז פארגעקומען אין די נייע 'עטרת מייזעלס' חתונה זאל דא אין שטאט, וואס דאס האט גורם געווען אריינצושלעפן דעם רב הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א און אויך די צוויי סאטמארע קהילות אין א פרישע פייער וואס גייט זיך נישט אזוי שנעל אפשטעלן.
אזוי ווי דו האלסט מיט, האבן חסידי מהרי"י געמאכט א נייע חתנה זאל עטרת מייזעלס וואס האט זיך אנגעהויבן אומאפיציעל יעצט ביי די חדשים פון קאראנע, אין די לעצטע תקופה האט זייער קהילה ובפרט הגניד יוסל לאנדא ב"ר בנציון (פון די טשעסטער דעוועלאפערס) וואס איז זייער אקטיוו און אלעס פון די קהילה אריינגעלייגט אסאך געלט עס אהערצושטעלן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א נארמאלע חתונה זאל, זייער ביליג, דאכט זיך אינגאנצן טויזענט דאלער מער ווי כינור דוד, (אגב, זיי האבן געמאכט א ארגאנעזאציע "בעידן חדוותא" מיט א גמ"ח וואס בארגט 20 אלפים פער מחותן, ומי יתן והי' אז אלע קהילות דא זאלן עס האבן).
פאר קהלת מהרי"י איז דאס געווען א היסטארישע דורכברוך ווייל זיי זענען קיינמאל נישט געווען צופרידן מיט חתונה מאכן אין פאראדייס וויבאלד די זאל האט א תקנה אז נאר האדמו"ר מהר"א מעג דארט מסדר קידושין זיין אדער זיין שליח הגה"צ ר' געציל שליט"א דער דיין, ווי נאר די נייע זאל איז געווארן א מציאות האבן זיך שוין דארט איינגעשריבן העכער 50 (!) חתונות.
יעצט קענסט דיר אליין פארשטעלן אז דאס האט ארויסגענומען אונזער אלעמען-באקאנטן ראש הקהל ר' דוד עקשטיין פון די כלים, ער איז געלאפן אנהעצן האדמו"ר מהר"א אז די גאנצע מרא דאתרא בלייבט נאר אויפן פאפיר און א טיטל אין דער בלאט, מילא ביז יעצט איז עס נאר געווען די בני יואל מיט וועם מ'האט געהאט צו טוהן, אבער יעצט אז קהלת מהרי"י לאכן פון די גאנצע זאך איז די מעשה אויף צרות.
יעצט נאך א שטיקל אינפארמאציע, דוד עקשטיין האט זייער א שלעכטע נאמען אויפן גאס, ער הייסט דער שלעכטער און דער רשע, ער וויל יעצט אויף דער עלטער פאררעכטן פאר יעדן פרייז דעם אימעדזש פון זיין נאמען, וואס ער טוט איז אז ער פרובירט אין יעדע שטינק אריינשלעפן אונזער חבר מחשובי מתפללי בית מדרשינו הרבני הנגיד ר' יואלי עפשטיין הי"ו, א חבר הקהלה, וויבאלד ער ווערט פאררעכנט ביים ציבור (און אפילו ביי חסידי מהרי"י) אלעס א מענטש וואס איז נישט קיין שלעכטער און איינזייטיגער מיט וועם מען קען זיך דורכקומען (לדוגמא, ער האט צאמגעברענגט ביידע קהלות פאר די ביליגע חתונה פלענער), ווי דוד האט אים כיטרע איינגעטינקען אין די בני ברק'ע פאליטיק פון וואס ער דערזעהט זיך נישט ארויס, עס האט אים שוין געברענגט אסאך בושות, איך פארשטיי באמת נישט וואס ער פארדינט דערפון, אולי טוט ער עס ווייל ער כאפט נאכנישט אז דוד נעמט אים אויף א רייד, אלעס כדי מען זאל נישט קענען טייטלען מיט די פינגער נאר אויף אים, מ'דארף טאקע זעהן אז איינער וואס האט אן השפעה זאל רעדן מיט אים און מסביר זיין וואס דוד עקשטיין טוט מיט אים.
יעצט א שטיקל כראנאלאגישע באריכט פון די סידור קידושין פאריגע וואך דינסטאג וואס כ'האב פרובירט נאכצוגיין די מערסטע קראנט כפי שידי מגעת. דער מחותן הרב שעהר איז א שטארקע חסיד און תומך פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, און ער האט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין, די טאג פון די חתונה איז דוד עקשטיין אויפגעשטאנען אז עס איז צייט צו אנהייבן א מערכה מיט די נייע זאל און זיי לאזן וויסן ווער איז דער ריכטיגער בעל הבית דא אין שטאט, ער מיט זיינע שלוחים (ווי קאמיש עס הערט זיך איז איינער פון זיי א נאנטער קרוב פארן מחותן) האבן אנגעהויבן מיטן לייגן טעראר אז יעדער מעג זיין מסדר קידושין ביי דעם חתונה "חוץ מהרי"י!", זיי האבן איבערגעדרייט יעדע שטיינדל ווער עס קען האבן א השפעה אז דער מחותן זאל זיך ברעכן, דוד עקשטיין האט גערופן העסקן ר' שמואל שלמה קויפמאן הי"ו אז ער זאל אים העלפן און רעדן מיטן מחותן ער זאל נישט נעמען מהרי"י פאר סידור קידושין, ר' שלמה האט אים געפרעגט "כ'האב נישט געוואוסט אז דו שטייסט אונטער די גאנצע סידור קידושין מערכה, כ'האב געמיינט אז עס האט נאר מיט אפאר יונגען און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די קהילה" ווי דוד פלעגט אלס פארקויפן ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף די שטיק, און ווי דוד האט עס געהערט האט ער אראפגעהאקט די טעלעפאן אויף אים, ווי אויך האט ער פרובירט צו רופן פון די הויכע פערזענליכקייטן און שישקעס פון מהרי"י אין וומסב"ג און בארא פארק.
די מחותן פון זיין זייט האט געלאזט וויסן אז גארנישט גייט אים ברעכן, ער האט שוין מכבד געווען זיין רבי און ער וועט נישט נעמען קיין צווייטן אנשטאט, אזוי איז א גאנצן טאג געפלויגן טעלעפאן רופן, זיי האבן פראבירט מיט כל מיני סטראשונגען און טעראר, כאילו דא רעדט מען פון בני ברק...
דא איז אריינגעקומען נאך א פאקטאר אינעם בילד, די באוואוסטע תהילים שיעור פון מהר"א אין ישיבה א הספד אויפן ראב"ד זצ"ל וואס ער האט געזאגט אויף אים אז "הלכה כמותו בכל מקום", נאכדעם האט ער געשפירט אז דא האט ער געגעבן אפיציעל זיין הסכמה אז מהרי"י מעג זיין אין קרית יואל מסדר קידושין, ווייל דער ראב"ד האט אונטערגעשריבן עטליכע יאר צריק אז ער האט נישט די כוח פון מרא דאתרא דא אין שטאט און ער קען נישט פסל'ן קיין קידושין, האט מען א טאג נאכדעם אראפגעשפילט אז נישט ממש מיט אלעם, דאס האט זיכער אויך אריינגעשפילט דא אז דוד עקשטיין האט געקענט גרינגער אנהייצן מהר"א און אנהייבן א פרישע מערכה מיט די נייע חתונה זאל עס אפשטעלן פאר יעדן פרייז.
ויהי ממחרת, די מעשה באקומט פליגלען, ביי אונז אינגעלייט דא אין קרית יואל בפרט תושבי השכונה האט די גאנצע פייט אויסגערופן גרויס וואונדער, על מה ולמה יצא הקצף, דער אלטער דוד עקשטיין לעבט נאך אין זיין דינייעל אז כאילו קרית יואל איז א קליין שטעטעלע וואס ער איז בעל הבית, מען האט אנגעהויבן האבן טענות פארוואס מען מאכט ווידער בושות, גענוג וואס מען האלט יעצט אינמיטן בני ברק און יעצט פריש?, בפרט דא אין געגנט ווי יעדער לעבט אזוי שיין באחדות וואס קומט ער אריינצורעדן, איז דוד בייגעפאלן אז ער האט א פלאן, ער גייט דא אריין שלעפן אין דעם סאמעטוכע יואלי עפשטיין מיטן רב השכונה ר' שמעון זאב חדב"ן, און זיי גייען אויך שפילן דא א ראלע, אזוי ארום וועט מען נישט טייטלען נאר אויף אים, און יעדער וועט עס אויסטייטשן אז עס איז פשוט די כבוד פונעם רבי'ן.
ער האט געמאכט א קאנפערענץ קאל מיט אלישע האראוויץ, יואלי עפשטיין, מיטן איינזאמער שעהר, זיין פערזענליכער באצאלטער שליח אויף די נושא, און מען האט באשלאסן אז די שבת שבע ברכות קען נישט זיין אין די זאל פון ביהמ"ד ישמח משה ווי עס האט אריגינעל געדארפט זיין, און מיט דעם גייט מען שיסן צוויי פייגלעך בהעלם אחד, ווייל יואלי עפשטיין גייט מאכן די פאון קאל, די גאס גייט רעדן נאר פון יואלי עפשטיין און נישט פון דוד, און סיי דער רב ר' שמען זאב גייט דא אויך ווערן צוגעפיקסט כדבעי.
איי פארוואס אין די וועלט גייט מען דא פייניגן ר' שמעון זאב, דער רב האט זיך דאך אלעמאל געהאלטן אינדרויסן פון אלע שמוץ און פאליטיק, ביי אונז אין ביהמ"ד האט יעדער פלאץ, דער רב מאכט יעדן אן אויסנאם פון די געגענט פילן גוט, אבער דוד עקשטיין האט דא א חשבון זיך אפצורעכענען מיט אים איבער בני ברק, דער רב ר' שמעון זאב האלט אז די גאנצע מעשה האט נישט געברענגט צופיל כבוד פאר די קהלה, און ער האלט קלאר אז מען האט זיך אליין גענומען די בושות מיט די אייגענע הענט, בקיצור לשיטותו גייט דארט קאפ אין וואנט, און דאס קען דוד נישט אראפשלינגען, בפרט נאכדעם וואס ער האט אים געבעטן צו פארן אויף א שבת קיין בני ברק און דערווייל האלט ער בשום אופן נישט דערביי, האט ער דא געוואלט אז דער רב זאל זיך טאקע פילן שטארק אומבאקוועם פון די גאנצע מעשה.
למעשה האט יואלי עפשטיין טאקע גערופן די מחותן אז ער קען נישט מאכן די שבת שבע ברכות אין שול, און דערביי אויסגעפאלגט אלעס וואס דוד האט אים געהייסן, אבער דער רב ר' שמעון זאב האט זיך געפילט זייער געטראפן פון די רשעות אין וואס דוד עקשטיין האט אים אריינגעדרייט, און אפיציעל קען ער זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם ראש הקהל, אלזא האט ער אנגערופן דעם מחותן און האט אויסגעצאלט די גאנצע שבת שבע ברכות! און ער האט אים אויך אויסגעבארגט די טישן פון ביהמ"ד און אריבערגעשיקט די קעיטערער פונעם זאל צו דארט ווי עס איז למעשה פארגעקומען... איך ציטער פון דוד'ס נקמה און איך בין אים נישט מקנא וואס דאס קען אים נאך קאסטן.
יעצט א סך הכל ווער האט דא פארדינט און ווער האט דערלייגט:
דוד עקשטיין איז זיכער ארויס א פארדינער (אין זיינע אויגן) אזוי פיין מסדר געווען יואלי עפשטיין און ר' שמעון זאב.
קהילת מהרי"י זענען אויך ארויסגעקומען פארדינער אז זיי קומען אריין מיט א פעסטקייט אז זיי ווייזן אז קרית יואל איז צוטיילט אויף 2 קהילות, א נארמאלע שטאט ווי אלע אנדערע.
דער מחותן איז זיכער ארויס א געווינער נאכדעם וואס מען האט אים אויסגעצאלט די שבת שבע ברכות.
דער רב איז גראדע אויך ארויס א פארדינער נאך וואס די גאס קוקט אים אן פאר א פיינער מענטש וואס איז אריינגעפאלן, און ער האט אליין באצאלט אנטשעדיגנוגס געלטער אז דער מחותן זאל זיך נישט באליידיגן.
דער גרעסטער פארלירער איז נעבעך אדמו"ר מהר"א, די גאנצע גאס לאכט אז מ'פירט אים אריין אין אזעלכע מערכת וואס פאסט פאר די נ' יארן זייער ווייט פון 2020, און יואלי עפשטיין וואס יעדע נארמאלער מענטש וואס האט זיך נאך געוואונדערט וואס ער האט זיך געמישט אין בני ברק זעהט יעצט ווען עס קומט צו דוד'ס שמוציגע שטיק, קען ער אים מאכן טון מה שלבו חפץ.
וואס זייער פלאן אויף ווייטער איז ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז דוד עקשטיין מיטן וועד העליון זענען אזעלכע וואס קענען נישט גיין א טריט אויף צוריק, ווארשיינליך גייען זיי נאך ברענגען פאר זייער קהלה אסאך כבוד מיט זייערע מערכות.