בלאט 1 פון 1

די עוואלוציע פון די אות פ"א

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 1:37 am
דורך שלמה_דיין
ווי באקאנט איז די אות פ"א וואס טרעפט זיך פון היינטצייטיגע סופרים אין סת"ם בכלל נישט די זעלביגע פ"א וואס אונזערע זיידעס וואלטן ווען געזען אין אייראפע פארן קריג. די סיבה פארוואס דאס האט זיך געטוישט קלערט דער עולם אז דאס איז א פועל יוצא פון די פסק פון משנה ברורה. אבער לעצטנס האב איך געהערט אן אינטערוויו אויף קול מבשר ווי ר' דוד לייב גרינפעלד ערקלערט אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער. שטעלט זיך אויס אז א סופר פון מינסק האט זיך אנגעקלערט אז ער האט די רעכט צו איינטיילן לפי הבנתו ווי אזוי די הייליגע אותיות דארפן צו זיין געשריבן, און אויף דעם חשבון האט ער מוציא לעז געווען אויף רוב סת"ם וואס איז געווען בימיו און מסלף ומזייף געווען דברי ראשונים ואחרונים. הערט אויס די שוידערליכע אינטערוויו און זעט פאר זיך אליין וואס דא טוט זיך.

http://youtu.be/3AsAEns-42o

נאך איז דא אויף ר' דוד לייב'ס בלוג: http://theworldofstam.blogspot.com/2012 ... st_30.html

די עוואלוציע פון אלע אותיות

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס איז די שריפט פון די צייטן פון עזרא הסופר המכונה Imperial Aramaic script, איינער דערקענט עס נאך? וואס איז מיט'ן קוץ פון ר"ת? דאס קעפל פונעם זי"ן? דאס פיסל פונעם ה"א און דעם קו"ף וואס טאר נישט אנרירן דעם דאך? די בי"ת וואס מוז זיין פירעקעדיג מיט ווייס איך וויפיל תגין? די פוס פונים דל"ת וואס דארף זיין געבויגן אויף צוריק? שומו שמים!

בילד