בלאט 1 פון 2

אדמו"ר מוויזניץ מאנסי עפענט מערכה קעגן די וואך

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 9:00 am
דורך [NAMELESS]
אדמו''ר מוויזניץ מאנסי האט געעפענט א מערכה קעגן די אויסגאבע די וואך ווייל זיי האבן ארויפגעלייגט א בילד פון אים אויפ'ן דעקל. ער בעט די חסידים זאלן רופן די אויסגאבע און רעדן צו זיי מיט שיינעם אז זיי זאלן אויפהערן. ער סטראשעט אז ער וועט ארויסגעבן א איסור אויב זיי גייען נישט אויפהערן.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 5:31 pm
דורך איך אויך
נעבעך.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 6:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס אויסדרוק ''נעבעך'' זאגט מער אויף דער וואס זאגט עס ווי דער אויף וועם ס'ווערט געזאגט.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 6:48 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס אויסדרוק ''נעבעך'' זאגט מער אויף דער וואס זאגט עס ווי דער אויף וועם ס'ווערט געזאגט.


און אזוי אויך דעם אויסדריק. :lol: :lol: :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 6:50 pm
דורך קוויטעל
טראכט אריין, וואס האט דען די וואך דערביי צו לייגן א בילד, אויב נישט אז מ'צאלט זיי פון דארט...

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 9:39 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 10:24 pm
דורך כפתור
כ'האב נישט געזען די וואך. די בילד איז געווען מיט די סאן גלעסעס אדער אן?
אינטערסאנט וויזוי מ'קען זיך אויפרעגן אויף אזא שטות ווי א פיקטשער.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 11:48 pm
דורך [NAMELESS]
פון דעם רעדט מען

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 10:43 am
דורך yn.NY
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!

ס'איז דא א באקאנט בילד ביי וועלכע ר' שלמה מבאבוב האט זיך אראפגעשטעלט שמייכלען צו א פאטאגראפירער, ווייל ער האט איהם געזאגט אז ער וועט מאכן געלט דערפון.
#שוואכע דורות

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 10:59 am
דורך אישתישבי
חתם סופר האט געשריבן:פון דעם רעדט מען


איז שוין דא א טענה, מתוך שהותרה לצורך ר' אהרן הותרה לצורך וויזניץ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 11:38 am
דורך היכי דמי
ווי קומט אפיל וויזניץ אריינצורעדן דא? עס איז דאך א סאטמארע דעקל...

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 12:22 pm
דורך מ גפני
חתם סופר האט געשריבן:פון דעם רעדט מען

ר׳ אהרן גייט שוין מיט SAS שיך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:25 pm
דורך הרב שיף
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!

זייער גוט. אבער אויב איר קענט פערזענדליך דעם ווזניץ מאנסי וואלסטו געוויסט אז פשוט און פראסט סבאדערט אים און ער האלט אז סאיז נישט יושר צו מאכען פרנסה אויף א זאך וואס טוט איינעם וויי. ער האלט אז רוב רביס באדערט עס נישט, ואדרבה, איז שאטען פאר די וואך'ס פרנסה ווען ער לייגט נישט אריין בילדער פון איין געוויסע חסידות וועט דאס נישט, סאיז נישט קיין שאלה פון פרנסה סאיז א שאלה פון סתם וויי טוען איינעם.

[וואס סתם וויי טוען אים אליינס גלייב איך שווער אז סוואלט אים געבאדערט, נאר סבאדערט אים מכח ווייל זיין טאטע האט מקפיד געווען און אויף די זאכען איז ער האקעל].

סאיז באמת שווער צו פארשטיין וואס גייט אן דעם וואך אים ארויס צושניידען מספרי צדיקים גמורים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:32 pm
דורך מנחם ציון
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די רבי'ס וואס פירן א מערכה קעגן נעמען פון זיי בילדער
אמת, זיי מעגן בעטן, און ס'איז אפשר שלעכט פון די אויסגאבעס נישט צו פאלגן. אבער אז דו ביסט א פובליק פיגור פאק איין! אז דו שטעלסט זיך ארויס אין פובליק, מאנופוליר נישט דעם פובליק לויט דיין געשמאק. ביי דיר אינדערהיים וועסטו בעטן און פארלאנגען וואס דו ווילסט, אבער עס לאנג דו ביסט בגלוי, שווייג.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:39 pm
דורך געזונטערהייט
זעה איך יעצט אז די מאגאזין "הציבור החרדי" האט אויך געהאט דאם רעבין אויפן דעקל....
על מה יצא קצפו של רבינו נאר אויף די וואך?



unnamed (26).jpg

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:39 pm
דורך בן ישי
איך פארשטיי נישט וואס גייט אן די צייטונגען נישט צו לייגן בילדער? זיי האבן נישט גענוג וואס יא צו לייגן? פארוואס ביי זיין טאטע פלעגן זיי יא פאלגן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:55 pm
דורך מנחם ציון
וועסט באמערקן אז זיי וועלן נישט דעקן דירעקטע וויזניצע מעמדים, אבער ווען דער אדמו"ר קומט באזוכן א צווייטן, אדער באטייליגט זיך ביי א מעמד, וועלן זיי דאס יא לייגן.
זיי זענען דא פאר ביזנעס ווי לאנג זיי האבן א ליינער באזע. שיין וועלן זיי אויסזעהן אויב זיי וועלן זיך צושטעלן צו יעדען אדמו"ר'ס שיגיונות. (און ס'פעלט זיי נישט) קום נישט יעצט, קום נישט דעמאלטס,..
דער רבי איז אויף דיספלעי, וכל הרוצה ליטול את הפלעש יבוא ויטול,

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 4:15 pm
דורך היכי דמי
הרב שיף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!

זייער גוט. אבער אויב איר קענט פערזענדליך דעם ווזניץ מאנסי וואלסטו געוויסט אז פשוט און פראסט סבאדערט אים און ער האלט אז סאיז נישט יושר צו מאכען פרנסה אויף א זאך וואס טוט איינעם וויי. ער האלט אז רוב רביס באדערט עס נישט, ואדרבה, איז שאטען פאר די וואך'ס פרנסה ווען ער לייגט נישט אריין בילדער פון איין געוויסע חסידות וועט דאס נישט, סאיז נישט קיין שאלה פון פרנסה סאיז א שאלה פון סתם וויי טוען איינעם.

[וואס סתם וויי טוען אים אליינס גלייב איך שווער אז סוואלט אים געבאדערט, נאר סבאדערט אים מכח ווייל זיין טאטע האט מקפיד געווען און אויף די זאכען איז ער האקעל].

סאיז באמת שווער צו פארשטיין וואס גייט אן דעם וואך אים ארויס צושניידען מספרי צדיקים גמורים.


דער רבי גייט דאך צו פלעצער ווי מען נעמט יא בילדער, און די בילדער ווערן געהעריג געדעקט אין די צייטונגען וואס לייגן בילדער פון רבנים.

די בילדער עפאכע פון רבנים איז שוין צענדעליגער יארן, רוב עלטערע אדער גרעסערע רבנים זענען קעגן דעם אבער יעדער ווייסט אז דאס איז די היינטיגע רעאליטעט און זיי קומען נישט ארויס קעגן א איד'ס פרנסה יעדע מאנטאג און דארנישטאג.

און די בילד איז דאך ניט ביי אים. ער איז געפארן קיין מאנדראו ווי א בילד פון רבי'ן איז יא נארמאל און ער ווייסט עס. סעריועסלי, ער וויל צוריק איינפירן אז ווי אימער ער גייט טאר נישט זיין קיין פאטאגרעפער אזויווי זיין טאטע? עס איז א דור שפעטער...

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 4:23 pm
דורך היכי דמי
בן ישי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס גייט אן די צייטונגען נישט צו לייגן בילדער? זיי האבן נישט גענוג וואס יא צו לייגן? פארוואס ביי זיין טאטע פלעגן זיי יא פאלגן?


קודם כל, זיין טאטע האט עס איינגעפירט יארן צוריק, עס איז געווען אן אנדערע וועלט. איך ווייס נישט ווי שטארק ער וואלט מצליח געווען אין די 2020 יארן.

איצט שטעל דיר פאר אז די צייטונגען טארן נישט אריינלייגן פון זיינע קינדער, דאס איז דאך 8 רבי'ס, און מען קען אויך נישט לייגן קיין שום מעמד ווי זיי זענען זיך משתתף, קענען אלע צייטונגען קלאוזן שאפ... איצט רעכן אויס וויפיל אידן גייען פארלירן פרנסה צוליב א אלטע תקנה וואס איז שוין נישט אין עפעקט. (עס איז דאך כמעט נישטא קיין בילדער פון זייערע הויפן, אלעס איז פון זייערע וויזיטס אדער השתתפות ביי אנדערע.)

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 5:31 pm
דורך קוויטעל
ס'קומט מיר פאָר, פונקט ווי פעיסבוק און טוויטער לייגן צו, צו יעדע טראמפ פאוסט; מודעה, די פאוסט איז קעגן די אמת, ווייל די וואלען זענען יא! כשר געמאכט...

ס'איז א פאבליק פלאטפארמע, וואס מוטשע'סטו... יעדער לייגט און מאכט וואס ער וויל, און דו ביסט נישט באלעבוס ביי יענעם אין קאפ, און זיכער נישט ביי יענעם אין די ביזנעס

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
Cp

אפענע בריוו צו וויזשניצער רבי׳ס

לכבוד די אחים האדמורים הגאונים הצדיקים והקדושים מוויזשניץ שליט״א

כלל ישראל טוט זיך באטייליגן אין אייער וויי געשריי. עס איז באקאנט אייער רצון נישט צו כאפן קיין בילדער פון די צורות הקדושות פון אייך, און די פאטאגראפירער אין בילדער מאגאזינען ודומיהן פייפן זיך אריין אין אייער ווילן, כאטש איר פרובירט צו רעדן מיט איידלקייט.
דער קיימישע רבי האט טאקע אנגעהויבן אנטון זון גלעזער, אבער סאיז נישט קיין גוטע עצה פאר אייך אלע. קודם רוב פון ענק זענען מער נארמאל און ווילן נישט אויסזען ווי טאטאלע משוגעים. א נארמאלע חסידישע רבי וויל נישט אויסקוקן ווי רב עובדיה יוסף. והשנית דעקט עס נאר צו די אויגן.
דא קומט צו אייך א פשוטע מענטש פון די וואטסעפפ וועלט. אזוי ווי גרויסע צדיקים ליגן אין העכערע ענינים, איז אמאל א פשוטע מענטש קען אויפקומען מיט א גוטע עצה למטה מעשרה טפחים. והנה איך האב א פשוטע עצה.
נעמליך סאיז היינט איינגעפירט ברחבי עולם צו טראגן א מאקסע אויף די געזיכט. די מינים ואפיקורסים שרייען אז דאס העלפט מיט די וויירוס וכדומה, אבער אונז אידעלעך ווייסן אז דאס איז נארישקייטן, במילא טראגט מען עס נישט.
אבער פאר ענק וויזשניצער רבי׳ס איז עס א מוראדיגע מהלך. מען טוט אן א מאסקע און סאיז נישטא קיין בילדער פון הייליגן פרצוף.
איר קענט ניצן די עצה אין מדארף נישט געבן קיין קרעדיט פאר וואטסעפ, יעדער פארשטייט אז ספאסט נישט.
החותמים בברכה
שלומי אמוני וואטסעפ

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
מען קען זיי ארויסנעמען פון די בילדער און שלום על ישראל

Re: אדמו"ר מוויזניץ מאנסי עפענט מערכה קעגן די וואך

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 12:06 am
דורך פאליטיקאנט
איך ווער נתפעל פון זיין איינגעהאלטנקייט. כ'מיין איין טאג גייט ער נאך אויסטון די זיידענע הענטשקעס און פשוט נעמען די מצב אין די הענט אריין.
איך בין פשוט נייגעריג צו דאן מיט א קפידה'סדיגע בליק וועט ער מיט זיין קדושה פארברענען די קאמערע, אדער די פאטאגראפירער עט ווערן א גל של עצמות.