בלאט 1 פון 1

זיך נישט צובייגן צום פאון

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 10:11 pm
דורך אבשלום בן מעכה
מ'האלט דאך יעצט בימי השובבי"ם, אידן טוען תשובה אינגרויסן, אנדערע זענען זיך מסגף און פאסטן תעניתים, וויל איך דא פארשלאגן א געוויסע סיגוף, וואס איך האלט אז מענטשן קענען האבן דערפון א תועלת.

עס איז באקאנט פון צדיקים, בפרט פון די ריזשענע קינדער, אז זיי פלעגן זיך נישט צובייגן צום עסן, דאס איז געווען אזא ענין פון קדושת אכילה, נישט ווערן פארלוירן פארן עסן, נאר עסן מיט א נאבלקייט און איידלקייט, זיין באלעבאס אויף די עסן און נישט אז די עסן זאל זיין באלעבאס אויף דיר.

וויל איך דא פארשלאגן די זעלבע זאך מיטן פאון, אז במשך פון די ימי השובבי"ם, זאל מען זיך פארנעמען, אז מען זאל זיך נישט צובייגן צום פאון, נאר אויב מען דארף, זאל מען אויפהייבן דעם פאון צו זיך און אזוי אריינקוקן דערין, דאס וועט מאכן דער מענטש הייליגער און בעסער.

איך האלט אז עס איז א מורא'דיגער ענין, רבנים זאלן רעדן דערפון ביי די דרשות און אויפפאדערן דעם ציבור דערויף.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:01 am
דורך וואלווי
חכם עיניו בראשו. טוט אייך אויס די ברילן, וועט איר ממילא זיך דארפן צובייגען...

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 7:09 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דער נוסח פונעם קול קורא וועט זיך ליינען אזוי:
אחינו בני ישראל היות ואנו עומדים בימי השובבי"ם וכלל ישראל עוסקים בתיקונים וסיגופים שונים, כגון גולגול שלגים וקרח בתוך הפה (הנקרא בלשונם אייסי"ס), ובמיעוט שינה לאלו העוסקים בדיני מראות (הנקרא תיב"ו)
וגם לרבות המסתגפים בריבוי אכילה בשיטת בעל "התניא"
ובאנו בזה להוסיף על הראשונים לאלו חסידים ואנשי מעשה אשר עוסקים באותיות הקטנות בתורת הח"ן ונוהגים לקרות על המסך של המכשירים החכמים (בלשונם: סמארט פאון) וכופפים עצמם עד שיתפקקו כל החוליות שבשדרה, עכשיו הזמן גרמא לשבר את הטבע ולתקן את נפשותינו מכל סיג ופגם ולכפוף הפאון לצד הגוף,
ועל ידי שבירת הגוף נזכה לתיקון השלם והוא יולכינו קוממיות לארצינו בזקיפת קומה.

וע"ז באנו על החתום

הק' שמחה קאפשטיק
השוכב על הגב בפישוט הגוף
פה מיאמי ביטש
פלארידא יצ"ו;