בלאט 1 פון 1

די אפסייד פון די אשכנז'ישע אידנטום

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:04 pm
דורך מנחם ציון
די וואך איז געעפענט געווארן די 117'טער קאנגרעס פון די פאראייניגטע שטאטן.
אין דער עפענונגס צערמאניע, האט מען באערט דער עלטערער קאנגרעספערזאן עמנואל קליעווער צו איינלייטן די נייע קאנגרעס, מיט תפילה טוהן צו גאט ווי די שטייגער איז.
קליעווער, א דעמאקראט פון מיזורי, האט טאקע אנגענומען די עהרע. א געזיכט פארפאנצעטער האט ער זיך שטאלץ אוועקגעשטעלט אויפ'ן פאדיום, ווי ער האט הערצליך מתפלל געווען אויף די הצלחה פונעם נייעם קאנגרעס, אויספירנדיג אז מיר בעטן צו די נאמען פון גאט, א מאן און א פרוי.
די אומפארשטענדליכע זאץ האט אויפגעשאקלט דאס לאנד, מיינסטנס אין די קאנסערוואטיווע קרייזן, וועלכע האבן זיך געריבן די קעפ, און געקראצט די מארדעס, אפירצוזיכען א באשיידונג אויף דאס געזאגטע.
מאנכע האבן שפעקולירט אז ער רעפערירט צו גאט, זאל ער זיין א פרוי אדער א מאן דער גאט, זאל ער אונז העלפן. נאך א פשט, גאט איז זיכער העכער פון א הומאניטארישע מין, אבער זיין נאמען קען זיין פון א מאנסביל אדער א פרוי. אדער גאר האט ער אינזין געהאט קודשא בריך הוא ושכינתיה, שהם בבחינת זכר ונקבה.. ווער ווייסט....
די אנטשיידונג איז קורצליך דערנאך געקומען, און איז אויפגענומען געווארן מיט כוואליעס פון פרייד, פארווירקליכנדיג דעם "אין שמחה כהתרת הספיקות".
נעמליך, דער בהמ.. אנטשולדיגט קאנגרעס מיטגליד (קנאפע אונטערשייד, וואס?..) האט געוואלט אויספירן זיין געבעהט מיט דער אידישער טראדיציאנאלע אמן, האט ער חלילה נישט געקענט בעפארצוגן און דערמאנען בלויז דעם מענערליכע מין, וואס וועלן טוהן די מיליאנען הומאנען וועלכע פאררופן זיך פרויען איבער'ס לאנד? איז דער קאנגרעספערזאן עפערזאניעל קליעווער אויפגעקומען מיט אן אטאם, מ'וועט זאגן עימען אנד א Wאמען, ואני את נפשי הצלתי ממות, את רגלי מדחי...

האב איך געטראכט צו מיר, אז מ'קיין אפשר דערגיין די שורש פון די פראבלעם.
קליעווער איז א ספרד'דיש\מיטל מזרח אפשטאמיגער. וואלט ער געווען אן אשכנז'זישער, וואלט ער דאך געזאגט אומיין, אדער העכסטנס אמעין. אבער וויבאלד ער אלס ספרדי זאגט אמען, שאפט זיך די פראבלעם הנ"ל, ממילא אירע מה שאירע.

חכמי כעלם

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בילד

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס איז ממש mindblowing איז אז ס׳איז איהם ניטאמאל איינגעפאלן צו פרעגן אדער נאכצוקוקן די באדייט פון דעם ווארט, מ׳וואלט געקענט מיינען אז אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט וואלט איינער מיט א טראפקעלע שכל זיך גענומען די מיה כאטש צו מאכן א שנעלע גוגל סורטש אויף א ווארט פאר ער בויט זיינע תורות דערויף, אבער גארנישט, פני הדור כפני הכלב.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:36 pm
דורך היכי דמי
אפשר האט ער געוואלט זאגן אמן ואמן, און אין ענגליש זאגט מען ארויס דעם א "וו" מיט א "W"... :)

אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי.

ליצי ליצנות

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז מיר יעצט פארענטפערט געווארן די אמן ואמן די כפל הלשון

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:43 pm
דורך קאך_לעפל
גאר קיין ליצנות ניט!
ער האט מיט דעם נאבעלער שריט איינמאל פאר אלעמאל געברענגט צו אן ענדע צו אנטי-פעמיניזם אין די פאראייניגטע שטאטן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:48 pm
דורך מנחם ציון
2021-01-04.jpg

2021-01-05.jpg

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 9:52 pm
דורך כרם זית
ער האט לכאורה אינזינען געהאט יאשקע וואס מיר ווייסן איז נישט קיין רוח הקודש נאר a man געבוירן פון א woman, וק''ל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 10:22 pm
דורך איך אויך
פון א זונה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:16 am
דורך מפיל קינד
מענין לענין

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2021 12:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
למעשה זאגט קאנגרעסמאן קליעווער אז ס'איז סתם געווען א נארישע PUN צו באצייכענען די רעקארד צאל קאנגרעספרויען וואס זענען איינגעשוואוירן געווארן אויפאיינמאל, און ס'לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל אז ער זאגט דעם אמת און ס'נישט אבי תירוץ, ערשטנס ווייל טפשות האט אויך א גבול, און צווייטנס ווייל ער איז א גייסטליכער פרעדיגער אין א קירכע און דאס איז פון די אלף בית וואס ער דארף צו וואוסן פאר די דשאב. אויב אזוי האט די ספרדי'שע דיאלעקט די אפסייד, אויפ'ן אשכנזי'שן דיאלעקט וואלט ער נישט געקענט מאכן דעם ווערטערשפיל.