בלאט 1 פון 1

שיינע מוזיק קליפס [אלגעמיין]

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ע"פ בקשת אונזער טייערע חבר [tag]שמעקעדיג[/tag] אין דעם אשכול:
שמעקעדיג האט געשריבן:אלס פותח האשכול וויל איך בעטן בבקשה אז מען זאל האלטן דעם אשכול בלויז פאר לינקס פון שיינע ניגונים קליפס, און לכתחילה נאר אידישע.א דאנק למפרע.

עפן איך דעם אשכול פאר אלגעמיינע שיינע קליפס וואס האבן א שייכות מיט מוזיק.

די ערשטע איז א קליפ ווי גוסטאוואו דודאמעל, א בראזיליאנער קאנדאקטער, פירט אן בעטהאווענ'ס פיפטע סימפאניע. די ענערגיע, געזיכטס-אויסדרוקן, און שמייכל זיינער זענען איינס אין דער וועלט, ווי האט א חבר מיר געזאגט, אז איך קען קוקן אויף גוסטאוואו פארוואס זאל איך וועלן קוקן אויף די ארקעסטער? ודפח"ח.

https://youtu.be/22wEhOdfAfA

די צוווייטע קליפ איז פון גוסטאוואו ביי א פראבע, אויך פיינע נייעס:

https://youtu.be/MEeLl9-l63w

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 12:25 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
געדענק איך אז איך האב געזען פון די BBC פראמס פון יאר 2012 בעטהאווען'ס סימפאניע 9, אנגעפירט דורך די קאנדאקטער דניאל בירענבוים. דער בחור באלעבט די קאמפעזיציע ווי ר' צבי מאיר א קדושת לוי, ער איז היפנאטעזירט מיט די מוזיק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HljSXSm6v9M[/youtube]

אזע מען רעט שוין פון די ניינטע סימפאניע, ברויך מען אנמערקען אז בעטהאווען האט עס קאמפאזירט ווען ער איז געווען אינגאנצען טויב.

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 12:31 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דא האט איר פון אים סיפאניע 5, אויך מורא'דיג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jv2WJMVPQi8[/youtube]

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 12:42 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אז מען רעדט שוין פון שיינע קלאסישע מוזיק, האב איך מיך אנגעטראפן מיט א יוטויב טשענעל וואס רופט זיך "סינימאטיק פאפ", זיי נעמען באקאנטע ניגונים און שטעלן אוועק הערליכע מוזיקאלישע יצירות.
דא האט 4 וואס זענען מיר זייער געפאלן
Sail
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6NgFzMVyN5g[/youtube]

hallelujah
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=O6g8kkx7C-c[/youtube]

chasing cars
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Cm4GNxTANDs[/youtube]

Friday I am in love
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=W22ATmsknto[/youtube]

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 12:51 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
The piano guys זענען אויך נישט אוועקצומאכן, אבער זייער בעטהאווען'ס 5 סודות שטיקעל איז אוט אויף דיס ווארלד". איך קען דאס הערן און הערן און נישט מיד ווער, כדד הזה שכל פעם שאתה דש בה אתה מוציא טעם חדש.
בדרך אגב די אלע קליפס אויב מען הערט עס אויף א ביליגע ear phone איז א בחינה ווי הוצ"ל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mJ_fkw5j-t0[/youtube]

Re: שיינע מוזיק קליפס [אלגעמיין]

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 2:15 am
דורך ברוינשטיין
https://youtu.be/OOWM0O9tZGQ

די מוזיק, מיקס, סטייל, האַרץ!
דאס צעוואַרפט מיינע געפילן ביז משוגע צו ווערן, "פערפאָרמענס" איז אויך אייזן!

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 2:20 pm
דורך שאלתיאל
איך גיי משוגע פאר דעם פיאניסט peter bence ער איז געווארן פעימעס בעיקר דורך זיין קליפ decpasito

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:39 am
דורך ברוך שפינוזה
15 יעריגע עממא קאק וואס ליידט אויף א פאראליזירטע מאגן זינגט דעם פראנצויזישן ליד וואלא, WOW פשוט WOW

די ניגון אליין פאנגט זיך אן ביי 1:55

אזהרה קול באישה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:30 pm
דורך ברוך שפינוזה
דאס ערשטע מאל וואס איך באמת ענדשוי א Gregorian chant, איך ווייס נישט צו איך פאנג אן צו דעוועלאפן א טעיסט דערין אדער דאס איז טאקע שענער פון די אנדערע.

Re:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:18 am
דורך סקעפטיקער
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:30 pm דאס ערשטע מאל וואס איך באמת ענדשוי א Gregorian chant, איך ווייס נישט צו איך פאנג אן צו דעוועלאפן א טעיסט דערין אדער דאס איז טאקע שענער פון די אנדערע.
אזא התעוררות'דיגע תנועה אויף קאפיטל נ"א איז אפילו אין סקולען נישטא. עס שרייט ארויס דעם "לב טהור ברא לי אלקים, ורוח נכון חדש בקרבי"