בלאט 1 פון 1

וויאזוי שרייבט מען א CV (דזשאב רעזומעי)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 11:37 am
דורך במדבר
איך זיך שוין א לאנגע צייט ארבייט, אבער דא עקא אז רוב ארבייטס געבער פארלאנגען געוויסע סקילס און אסאך מאל ערפארונג וואס איך פארמאג נישט.

נעכטן בין איך קעגן געקומען א עד וואס טראגט אן א אפיס פאזיציע און איז גרייט צוצושטעלן פולע טרענירונג פאר די פאסיגע קאנדידאט.

איך האב ביז לעצטענס געלערנט אין כולל און חוץ אביסעלע בעסיק קאמפיוטערס און א דורכשניטליכע ענגליש האב איך נישט סיי וואספארא באקאנטשאפט אין אפיס ארבייט.

איך דארף אריין שיקן א CV און איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען, אויב האט איר ערפארונג טיילט ביטע מיט אייערע געדאנקען.

מיט דאנק פון פאראויס,
במדבר