בלאט 1 פון 4
איך וויל מיך גט'ן
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:28 pm
דורך ערליכער איד
מורי ורבותי, איך קען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט'ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן, ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגען צו סאשעל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן, גארנישט. איך האב מחליט געווען איך וויל מיך גט'ן און טוישן מיין לייף סטייל. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן. איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך? איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזוי צו מאכן די פראצעדור.
אויך איך וויל אוועקמופן, ווי זאל איך גיין?
יישר כח.
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:40 pm
דורך mevakesh
איך פארשטיי אז דו האסט אפגעמאכט קלאר אז דו ווילסט דיר גטן אלזא מיט וואס דארפסטו הילף?
דיין ווייב וויל זיך אויך גטן? אויב יא קען דאס גיין געשמירט אויב נישט וועסטו לכאורה דארפן מאכן געוויסע שריט ביז דו וועסט צוקומען צו גטן
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 2:01 pm
דורך והאיש משה
ערבוב דברים אני רואה כאן...אדער אפשר האבן די אלע זאכן א שייכות...
א) איך וויל זיך גט'ן
ב) טוישן לייוו סטייל
ג) מופן
א. גט'ן גייט צו א רב
ב. טוישן לייוו סטייל קען מען נישט מייעץ זיין אויב מ'ווייסט נישט דיין לייוו סטייל פון ביז יעצט
ג. מופן כנ''ל
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
צום קעפל:
די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...
ווי אנדערע באמערקן שוין, דארפסטו זיך קודם מסדר זיין דיינע מחשבות, דיין פתיחה ענדלט אין א אויסברוך ענדערש ווי א ענטגילטיגע החלטה.
און אז דו ווייסט נישט ווי דו ווילסט גיין בלייב דערווייל ווי דו ביסט וויפיל א וועג צוריק איז זייער שווער.
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 2:24 pm
דורך אישתישבי
טרעף א ערליכע אידענע וואס וויל זיך אויך גט'ן, און מאכט א חליפין.
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 2:51 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
לדעתי דאס אליין גיין צו סאושעל וואוקערס געלט מענטשן קען זיין א פראבלעם
ווייל נישט יעדער (ס'דא וואס יא) איז דא דיר צו העלפן נאר בלויז צו מאכן געלט....
דארפסט טרעפן א גוטען חבר וואס דו טראסט אדער בעסער געזאגט וואס ביידע טראסטן, אייינער וואס האט נישט קיין שום נגיעה לכאן ולכאן
מען קען נישט וויסען וואס יענער קען אויפטוהן
נישט אייביג איז גט'ן די עצה
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 3:01 pm
דורך מנחם ציון
עמעזאן האט געשריבן:
ווי אנדערע באמערקן שוין, דארפסטו זיך קודם מסדר זיין דיינע מחשבות, דיין פתיחה ענדלט אין א אויסברוך ענדערש ווי א ענטגילטיגע החלטה.
הדא הוא דכתיב שאגתי מנהמת לבי
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 3:20 pm
דורך במדבר
ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
איז דאס א סימפטאם פון די קאראונא ווירוס?!....
איך בין א שטילע יונגערמאן מיט נישט צופיל חברים, און איך האב שוין געהערט פון עטליכע פון זיי ממש די זעלבע ווערטער.כ'וואונדער מיר איז דאס בלויז א צופאל אדער האלט מען פאר/אינמיטן א קריזיס?
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:23 pm
דורך פערינא
זיי נישט קיין נאר. ווארט אויס די וואקסין און אפאר חדשים וועסטו זען צו די ווילסטו טאקע זיך גט'ן. לא עת לעשות. גייסט ווײטער קענען פארן און האצקענען.
Re: איך וויל מיך גט'ן
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:50 pm
דורך חתן בחור
וואס טוט זיך מיט די קינדער? די האסט קינדער און ביזט גרייט זיך אפּצוהאקן מיט זיי?
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:28 pm
דורך קורקלענד
זייער ווייניג פרטים.
די אלע געלטער און מענטשן האט איר אריינגעלייגט אז זי זאל זיך טוישן? האט איר אויך אריינגעקוקט צו איר דארפט זיך אפשר אליינס טוישן?
טוישן די לייווסטייל? וועט די ניק נאמען בלייבן די זעלבע מיטן זעלבן באדייט?
מופן? וואו ווילט איר נישט וואוינען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:34 am
דורך נולד מאוחר
ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
נעם איין טויש אויף אמאל, יעדע פון זיי איז א לאנגע קאמפליצירטע דורכגאנג.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:40 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
מ׳זאגט נאך פון הרבנית הצדקנית מרת לארע שלעזינגער שתחי׳ אז אויב איז דא קינדער וואס זענען נאך נישט אויפגעוואקסן איז זייער סעלפיש זיך צו גט׳ן. ווארט צו אביסל ביז זיי האבן חתונה. אויב איז די נעסט ליידיג דאן טראכט נישט 2 מאל. אז ביסט נישט צופרידן יאג אפ פון איר!
יא? און וואס נאך ווילט איר?
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 9:09 am
דורך קאך_לעפל
[justify]איר ווילט זיך גט'ן? איך הער! אצינד די וויכטיגסטע פראגע, וואס נאך ווילט איר?
וואס די טעראפיסטן און עסקנים האבן צו זאגן, ווענדט זיך אין אלגעמיין אין זייער מארגן אויפשטאנד. חלילה צו פאסן א באשלוס אין לעבן אויף זייער ראט און געדאנקן-גאנג, וועלכע איז אין אלגעמיין קאראפטירט ביז צום גרונד. לאמיר זען וואס חז''ל האבן צו זאגן פאר איינעם וואס וועקט זיך אויף אין א "איך וויל מיך גט'ן" גיסטע.
בית שמאי אומרים, לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה, שנאמר כי מצא בה ערות דבר.
איז אזוי צוויי מענטשן האבן חתונה. ביידע קומען פון אנדערע הינטערגרונטן, ביידע האבן באזונדערע נאטורן, באזונדערע אנטשויאונגען. ס'נעמט א וויילע ביז מ'קומט צו א געמיינזאמע פארשטענדעניש. זאגן אונז בית שמאי: האב געדולד, ארבייטס אויס די דיפערענצן צווישן אייך און קומט צו א טאלק. יא, ס'קען נעמען יארן, אבער האטס געדולד. דאס איז די באדייט פון חתונה האבן. ס'איז נישט אלעמאל קיין אוואנטורע. ביידע האבן די מעגליכקייטן צו שטארבן בעפאר זיי קומען צו א געמיינזאמע פארשטעדעניש, זאגאר פארפאלן, דאס לעבן איז אן אנגייענדער געראַנגל. אפגעזען אויב זי באגייט פארראט. דאס באדייט אז זי פארמאגט סעקסיאלע אנטשויאונגען אין מוח וואס שליסט אויס איר מאן! דאס שוין נישט! ווערט פטור פון איר אמשנעלסטן.
בית הלל אומרים, אפילו הקדיחה תבשילו, שנאמר כי מצא בה ערות דבר.
די בית הלל נעמען מער א ליבעראלער צוגאנג. אויב זי פירט נישט קיין נארמאלע שטוב ווירטשאפט. זי שטעלט נישט אהער קיין נאכטמאל, דאס הויז זעט אלעמאל אויס ווי א שלאכט פעלד, עס איז קיינמאל נישט פארהאנען קיין פרישע זאקן אין שופלאד, דאס אייז-קאסטן איז אלעמאל לער פון אינהאלט אלעס איז שטוב איז נאכגעלאזט און פארנאכלעסטיגט, קיין שום זאך וואס זי טיט איז צו דער זאך, דאן ווערט פון איר פטור! א מענטש האט נישט קיין פליכט צו ליידן א גאנץ לעבן פון אזא סארט פרוי.
רבי עקיבא אומר, אפילו מצא אחרת נאה הימנה, שנאמר והיה אם לא תמצא חן בעיניו.
רבי עקיבא זאגט: ניין! דאס לעבן איז אויסשליסליך יא א אוואנטורע! א מענטש דארף גלייכן זיין לעבן, ער דארף הנאה האבן פון יעדע מינוט וואס זיין נשמה האלט זיין קערפער ביים לעבן! אויב דאס ווייב קומט נישט נאך זיינע סעקסיאלע באדערפענישן, שיקט איר זאפארט ווייטער.
איז אזוי: ווען עס איז בלויז ער מיט זי, וואלט מען פילייכט געקענט אנעמען די שיטה פון רבי עקיבא. אבער ווען אנדערע מענטשן זענען פארמישט, הויפזעכליך קינדער, און זיי גייען אויסטערליש ליידן פון א שיידונג, פילייכט זאל מער טראכטן פון אנדערע אויך און נישט בלויז פון זיך זעלבסט. אין אזא פאל וואלטן מיר ווען געפאסט א באשלוס לויט די באהויפטונג פון בית הלל, געוואנדן לויט די אומשטענדן. אבער אין א פאל פון פארראט, אז זי איז פארמישט מיט אנדערע מענער אדער פרויען, ווי מען הערט היינט צו טאגס אין גרויסן, אפילו בלויז ווירטואל, וואלטן מיר אנגענומען ווי די בית שמאי אויפן הארבסטן פארנעם. אפגעזען וואס עסקנים און טאראפיסטן האבן צו זאגן...[/justify]
Re: איך וויל מיך גט׳ן
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 10:23 am
דורך אמת וצדק
זייער שיין קאך לעפל!
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 10:54 am
דורך יאסל ראקאווער
אונז רעד מיר זיך דורך כאילו די קינדער איז אונזער פראבלעם.
אונזער קינדער איז אונזער עלטערן'ס פראבלעמען ַַ די רשעות איז דאך אין לשער. דא ווילסטו אז מ'זאל אויפגעבן א לעבן פון אידישע רבי עקיבא רעכט! פארוואס? ווייל ס'איז דא קינדער אבער ווער האט חתונה געהאט און אנגעזייט די קינדער? נישט ער. זיינע עלטערן. איר עלטערן מיט זיינע עלטערן האבן זיך משדך געווען. שיק זיי אהין זייער פעקלעך!
Something gotta give to stop the train wreck
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:07 am
דורך אישתישבי
סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
גראדע ווערט אין אבן העזר געפסק'נט ווי די בית הלל, אבער נישט מיט דער אוקימתא דוקא.
און אפילו דאס שטייט דארט נאר ווען זי איז אים מצער זאל ער איר גט'ן.
און דאס אלעס איז א מחלוקת ראשונים צו עס איז א עצה טובה צו א איסור.
אבער אין אלעמען פעלט דא א נקודה, דער "ערליכער איד" וואס קען מער נישט אויסהאלטען און וויל גט'ן, און גיין ערגעץ אנדרעש, זעהט אויס מער ווי אן עפיזאד וואס ער גייט אדורך נפשיות'דיג, און דארף שטארקע הילף, א גט מוז קומען מתוך יישוב הדעת און נארמאלקייט ווי מען זעהט איין אז לא זה המקום, נישט פין קיין געצווינגענע נפשיות'דיגע רצונות וואס דערנאך וועט זיין וחמת המלך שככה און זכר את ושתי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט ווי ערנסט דער פותח האשכול איז דא, אבער איין זאך זיכער, די אפציע פון זיך גט'ן דארף מען אין באטראכט נעמען די מינוט וואס די זאך הייבט אן צופאלן, מ'פרובירט וואס מ'קען, ס'גייט דורך איין יאר און נאך א יאר און ס'ווערט נאר ערגער, גיי שוין און גט זיך! רעד זיך נישט איין אז ס'וועט געשעהן א נס און ס'וועט בעסער ווערן. ווילאנג מ'איז נאך יונג איז פיל גרינגער אנצופאנגען א נייע לעבן פון פריש, ווארט נישט ס'זאל דורכגיין "עטליכע און צוואנציג יאר" אפצומאכן אז ס'איז כלו קל הקונצן, דו ווילסט נישט אויסקוקן ווי יוחנן כהן גדול וואס האט פרובירט אנצופאנגען א נייע לעבן ביי די אכציג יאר.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:33 pm
דורך אישתישבי
אויך אמת.
דער שפעטער דער שווערער.
עס איז אייביג שווער.
איין מעלה איז א מען קען ווערן א משגיח פאר שבת שבע ברכות.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 3:36 pm
דורך יואליש
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מ׳זאגט נאך פון הרבנית הצדקנית מרת לארע שלעזינגער שתחי׳ אז אויב איז דא קינדער וואס זענען נאך נישט אויפגעוואקסן איז זייער סעלפיש זיך צו גט׳ן. ווארט צו אביסל ביז זיי האבן חתונה. אויב איז די נעסט ליידיג דאן טראכט נישט 2 מאל. אז ביסט נישט צופרידן יאג אפ פון איר!
טעות. כ'ווייס פון צוויי פעלער ווי ליידיגע נעסטערס האבן זיך פונאדערגעשיידט און נאך גרויס דרוק אז ס'איז שעדליך פאר די אייניקלעך'ס שידוכים האבן זיי צוריקגעטרעטן.
Re: איך וויל מיך גט׳ן
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 4:02 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל:
די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...
עס איז נישט פון ב"מ זצ"ל, א באקאנט ווארט פון בית ישראל זצ"ל
ד"א איך ווינדער מיך נאך אלס פארוואס פון ב"מ מעג רופן בלשון גנאי לאחר פטירתו
איבערהויפט אז עס קומט פון א חסיד פון זיין זון
צוריק צום ענין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 4:15 pm
דורך גאנצל
עס איז גראדע יא א ווארט פונעם רבי'ן זצ"ל. פארשטייט זיך בדרך צחות כדרכו בקודש.
און צו די ווינדער וואס דו האסט איז מיין וואונדער צו דיר, ווייסטו דען נישט אז דארט ווי ער איז אויפגעוואקסן איז חוצפה און אפשיי די ערשטע זאך? עס איז קדמה לתורה ביי זיי!
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 5:06 pm
דורך תרמב
פארוואס מוז יעדע שמועס אנקומען צו דעם?