בלאט 1 פון 2

באבובער דיין טרעט ארויס קעגן עזרת נשים

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
אין א שארפע דרשה האט הרב טויבער באבובער דיין געזאגט פאר אלע חסידי באבוב אז מ'זאל זיך חלילה נישט באניצן מיט די עזרת נשים הילפס ארגענעזאציע ווייל פרויען פירן עס אהן און נאך טעמים וואס ער וויל נישט זאגן.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 8:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין אן אנדערע דרשה האט רבינו הקדוש השלישי שארף אנגעווארנט אז מ'זאל זיך בדווקא יא באנוצן מיט עזרת נשים ווייל פרויען פירן עס אהן און נאך טעמים וואס ער וויל נישט זאגן.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 8:14 pm
דורך יין שרף
חתם סופר האט געשריבן:אין א שארפע דרשה האט הרב טויבער באבובער דיין געזאגט פאר אלע חסידי באבוב אז מ'זאל זיך חלילה נישט באניצן מיט די עזרת נשים הילפס ארגענעזאציע ווייל פרויען פירן עס אהן און נאך טעמים וואס ער וויל נישט זאגן.
איז מרת פרייער('ס מאן) נישט קיין באבובער חסיד?

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 8:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איינער האט נאך קשיות?

Re: באבובער דיין טרעט ארויס קעגן עזרת נשים

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 10:23 pm
דורך כגפן פוריה
יין שרף האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אין א שארפע דרשה האט הרב טויבער באבובער דיין געזאגט פאר אלע חסידי באבוב אז מ'זאל זיך חלילה נישט באניצן מיט די עזרת נשים הילפס ארגענעזאציע ווייל פרויען פירן עס אהן און נאך טעמים וואס ער וויל נישט זאגן.
איז מרת פרייער('ס מאן) נישט קיין באבובער חסיד?
אויב איך בין גערעכט איז ער א באבוב 45 חסיד.

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 10:30 pm
דורך קורקלענד
כפי ידיעתי איז ער נישט קיין 45 חוץ אויב ער האט געטוישט רעליגיעס זינט עשרת נשים עקזיסטירט. אין יענע פאל וואלט איך שוין פארשטאנען פארוואס ער האט געטוישט....

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 10:43 pm
דורך מפיל קינד
משפחת פרייער זענען באבוב 45 חסידים, די טאטע אפשר נישט, אבער די קינדער יא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:30 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
געפעלט מיר די מערסטע ווי ער פירט אויס אז מ׳האט זיי שוין מודיע געווען אז זיי טארן נישט ממשיך זיין........און איך האלט נישט ביים מער רעדן פון דער נושא!!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 8:32 am
דורך אישתישבי
איך בין זיכער זיי גייען שוין פאלגען.

ער איז דער אפיציעלער דיין פין הצלה. ווי אויך שטיקעל קליין קעפיג, ביי אים זענען פרויען שוואכע מענטשלעך וואס קענען גארנישט טוהן אליין ווי עס באדארף צו זיין, און קענען נישט טראגן קיין אחריות אליין, דאס זענען די סיבות וואס ער וויל נישט זאגן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 9:06 am
דורך זופ מיט מאנדלען
וואס איז די אפיציעלע הסבר? אז פרויען פירן עס אן? דאס אליינס דארף א הסבר פארוואס עס זאל זיין א פראבלעם....

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 9:20 am
דורך הוגה
איך געדענק ווי ער האט געהאלטן די זעלבע דרשה כמעט ווארט ביי ווארט, אנהייב ווינטער תש"ס. נאר דעמאלטס איז עס געווען אקעגן די בארא פארק עירוב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 9:27 am
דורך קאך_לעפל
פארוואס דארף מען האבן א דיין פאר דעם? יעדער בר דעת פארשטייט דאך זעלבסט, אז מ'טאר זיך נישט באנוצן מיט זיי, צוליב רוחניות און צוליב גשמיות אורזאכן.
אייגענליך, זיי זענען ממילא טיף אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הגדול, אלזא וואס איז אפילו ווערט דאס שפייעכס....

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 10:05 am
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:איך בין זיכער זיי גייען שוין פאלגען.

ער איז דער אפיציעלער דיין פין הצלה. ווי אויך שטיקעל קליין קעפיג, ביי אים זענען פרויען שוואכע מענטשלעך וואס קענען גארנישט טוהן אליין ווי עס באדארף צו זיין, און קענען נישט טראגן קיין אחריות אליין, דאס זענען די סיבות וואס ער וויל נישט זאגן.

ניין ס'דא פילע אנדערע סיבות. טײל פון זיי זענען שוין איטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל אין אנדערע אשכולות. איך בין נישט איינשטימיג מיט אסאך פון די סיבות אבער מ'קען זיי נישט אוועקמאכן סתם מיט שפאס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 10:37 am
דורך אישתישבי
בקיצור דער באבאווער דיין אסר'ט עס צוליב די פילע סיבות וואס שטייען שוין דא אין קאווע שטיבעל און פארדעם קען ער עס נישט זאגען, ווייל ער קען זיך נישט ברענגען צו זאגען ברבים אז
זיי זענען ממילא טיף אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הגדול
ווייל עס פאסט דאך נישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:03 am
דורך כלבאשבוע
כגפן פוריה האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אין א שארפע דרשה האט הרב טויבער באבובער דיין געזאגט פאר אלע חסידי באבוב אז מ'זאל זיך חלילה נישט באניצן מיט די עזרת נשים הילפס ארגענעזאציע ווייל פרויען פירן עס אהן און נאך טעמים וואס ער וויל נישט זאגן.
איז מרת פרייער('ס מאן) נישט קיין באבובער חסיד?
אויב איך בין גערעכט איז ער א באבוב 45 חסיד.

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

ער איז נישט קיין 45, ער דרייט זיך אין 48

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:00 pm
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:איך בין זיכער זיי גייען שוין פאלגען.

ער איז דער אפיציעלער דיין פין הצלה. ווי אויך שטיקעל קליין קעפיג, ביי אים זענען פרויען שוואכע מענטשלעך וואס קענען גארנישט טוהן אליין ווי עס באדארף צו זיין, און קענען נישט טראגן קיין אחריות אליין, דאס זענען די סיבות וואס ער וויל נישט זאגן.

ניין ס'דא פילע אנדערע סיבות. טײל פון זיי זענען שוין איטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל אין אנדערע אשכולות. איך בין נישט איינשטימיג מיט אסאך פון די סיבות אבער מ'קען זיי נישט אוועקמאכן סתם מיט שפאס.



עס איז דא פונקט אזויפיל סיבות פארוואס חברת הצלה זאל נישט עקזיסטירן.
ווי יעדער פארשטייט אבער די end justifies the means.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:26 pm
דורך תפארת
איינער קען ברענגן דער רעקעדירונג?

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:30 pm
דורך אישתישבי

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 2:01 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:ווי יעדער פארשטייט אבער די end justifies the means.

וועלכע 'ענד'?

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 3:04 pm
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:ווי יעדער פארשטייט אבער די end justifies the means.

וועלכע 'ענד'?


וועלכע ענד האט הצלה? שטעל אן א פנים ווי א תם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 3:23 pm
דורך קורקלענד
הברה הצלחה האט א 'ענד' פון ראטעווען וואס מער לעבנ'ס. די 'מיענס' זענען דורך האבן וואלונטירן פיר און צוואנציג שעה א טאג גרייט..

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 3:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לויט ווי איך פארשטיי איז די ציל פון עזרת נשים צו באשיצן די רעכטן און געפילן פון פרויען וואס האלטן אז ס'קומט זיך זיי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2021 3:41 pm
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:הברה הצלחה האט א 'ענד' פון ראטעווען וואס מער לעבנ'ס. די 'מיענס' זענען דורך האבן וואלונטירן פיר און צוואנציג שעה א טאג גרייט..


איך זעה נישט וויאזוי עזרת נשים איז אנדערש.

ביידע האבן געניצט שמוציגע means.
הצלה צו בלייבן די מאנאפאלי, עזרת נשים נישט צו לאזן די פרויען ווערן צוטרויטן.

יעדע זאך וואס מען זאגט עס קען זיין א פראבלעם ביי די פרויען, קען זיין א פראבלעם ביי די מענער.

סתם אזוי קען מען אויף יעדע זאך טרעפן פראבלעמען, און עס וועלן אלעמאל זיין די מענטשן וואס זוכן צו טרעפן די פראבלעמען.

יעצט לאממיר זעהן זאלסט טרעפן די solutions אויך.