[justify]היינט איז די יומא קדישא הילולא, פון איינע פון די גרעסטע מענטשן-רעכט קעמפער וואס האט נאר אמאל געלעבט אויפן פלאנעט, דער העלדישער מארטירער, דאקטאר מארטין לוטער קינג. דער הויכגעשעצטער גייסטליכער און דאקטאר האט געלעבט אין די עפאכע ווען סערעגאציע, און ראסע-קלאס איז נישט געווען קיין זעלטנהייט אין אמעריקע. די שווארצע, הויפזעכליך אין די דרום שטאטן, זענען געווען געצווינגן צו זיצן אין דאס הונטערשטע טייל פון שטאטישע אוטאבוסען, זיי האבן פארמאגט באזונדערע וואסער איינריכטונגען צו טרינקן, און זיי זענען געווען פארבאטן צו קטנ'ען אין די זעלבע אשר יצר שיסלען ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
דאקטאר קינג, האט געפירט אן אומבויגזאמער קאמף אפצושאפן די שלעכטע סערעגאציע איינפירונגען אין לאנד. און טראץ די נאכאנאנדע פארפאלגונגען און שאנטאזשירונגען פון די עף.בי.איי. אונטער די פירערשאפט פונעם קאראפטירטער דירעקטער זשאן עדגאר האווער, און אויף די גוטהייסונג פון ראבערט קענעדי, דער יוסטיץ מיניסטער. האט קינג זיך פארט נישט אפגעשראקן פאר גארנישט אויף די וועלט, און ווייטער אנגעפירט מיט זיין העפטיגער קאמף קעגן ראסע אפטיילונג, ביז צו זיין לעצטער אטעם אין פולן זינען פון ווארט.
ער האט פארמאגט א מעכטיגע טענאר שטימע, און ער איז געווען באשאנקן מיט אן אויסטערלישער קריזמע, ער האט האט אין זיינע לעגענדארע רעטארישער אויפטריטן, ממש באצויבערט די די באגייסטערטע מאסן. ער האט שטענדיג ווידערהאלט די נאבעלע שטעלונג פון די ערשטע טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע האבן פראקאלאמירט אין די דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט: מיר האלטן די דאזיגע ווירקליכקייטן אלס זעלבסטפארשטענדליך. אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג...
דאס קלימאקס פון זיין קאמף איז געווען דאס מארש וואס ער האט אנגעפירט אין וואשינגטאן. אין די פרי באגינען פון ח' אלול תשכ''ג, זענען די שאסייען וועלכע פירן קיין וואשינגטאן פארפלייצט געווארן מיט שווערן טויזענטער אוטאבאסן און פריוואטע אוטאמאבילן, וואס האבן געפירט שווערע טויזענטער מענטשן קיין וואשינגטאן. דער ציל פון די מארש איז געווען, אויסצואיבן דרוק אויף די אמעריקאנער רעגירונג צו באשטעטיגן די ציווילע רעכטן געזעצן. דארט אויף די ברייטע שטיגן פונעם מייעסטעטישער לינקלאן געדענקמאל האט זיך דער דאקטאר אויפגעשטעלט,
און וישא משלו ויאמר:
איך האב א טרוים אז איין טאג, וועט דאס נאציאן אויפשטיין, און זיך צוהאלטן צו די ווירקליכע באדייט פון איר גלויבונג: מיר האלטן די דאזיגע ווירקליכקייטן אלס זעלבסטפארשטענדליך. אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג...
איך האב א טרוים אז איין טאג אויף די רויטע בערג אין דזשאָרדזשע, וועלן די קינדער פון געוועזענע שקאלפן און די קינדער פון געווען שקאלפן-באזיצער האבן די מעגליכקייט צו זיצן אויף די זעלבע טיש פון ברודערשאפט....
איך האב א טרוים אז איין טאג, אפילו די שטאט מיסיסיפּי, א שטאט פארשוויצט פון די היץ פון פיינטשאפט, פארשוויצט פון די היצן פון אומרעכט, פארשוויצט פון די היץ פון אונטערדרוקונג, וועט טראנפארמירט ווערן צו אן אנגענעמע ארט, פון יוסטיץ און פרייהייט...
איך האב א טרוים אז די קליינע קינדער וועלן איין טאג לעבן אין א נאציאן, וואו זיי וועלן נישט ווערן געריכטעט לויט די קאליר פון זייער הויט, נאר אויף די אינהאלט פון זייער כאראקטער.
איך האב א טרוים אז איין טאג, דארט אראפ אין אַלאַבאַמא, מיט אירע שלעכטע ראסיטן, און מיט איר גיבערנאטור וואס זיינע לעפצן טראפן ווערטער פון אריינמישן און אוועק-מאכעריי. איין טאג טאקע דארטן אין אַלאַבאַמא, קליינע שווארצע יונגלעך און מיידלעך וועלן זיך אנכאפן די הענט מיט ווייסע יונגלעך און ווייסע מיידלעך ווי ברודער און שוועסטער...
די רעדע איז געווען אזא מאכטפולע אזש די אומצאליכע מאסן זענען ממש אריינגעפאלן אין אן ווילדער עקסטאז. די הילכיגע אפלאדיסמענטן האבן זיך אפגעדינערט ביז מיילן ווייט. די רעדע האט אינספערירט מיליאנען מענטשען און איר מעכטיגער איינפלוס איז נאך לעבעדיג ביז צום היינטיגן טאג. עס ווערט פאררעכנט פון די רעדעס וואס האבן ווירקליך גענדערט די וועלט.
מיט בלויז 5 יאר נאך די גרויסע מארש אין וואשינגטאן, האט דער וויסטער ראסיסט זשעימס ערעל רעי, אריינגעיאגט א קויל אין קאפ אריין פאר דאקטאר קינג, און די שטימע וועלכע האט פארשפרייט יוסטיץ, די שטימע וואס האט פארדאמט ראסיזם, איז טראגיש פריצייטיג פארשטימט געווארן, און אויף שטענדיג.
אפגעזען פון זיין טראגישער טויט לעבט זיין שטימע נאך אלס, די ווירדן און די טעטיקייטן פון דאקטאר קינג דינען אלס א לעבעדיגע אינספעראציע פאר מיליאנען מענטשען ביז צום היינטיגן טאג. זאל זיין געדענקעניש לעבן אויף שטענדיג![/justify]
מארטין לוטער קינג.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]ווען די קאנסערוואטיווער דערמאנען די אנדענק פון מארטין לוטער קינג גייען די דעמאקראטען באנקערס... פארוואס?
געווען אמאל א איד וואס האט איינגעלאנדענט אן ארימער וואנדערער צו זיך אין שטוב אריין. ער האט אים צוגעשטעלט דאס שענסטע און דאס בעסטע, צו עסן און צו שלאפן, אלעס אויף גאר א שיינעם פארנעם. דער איד האט נעבאך נישט געוויסט אז דער וואנדערער איז איין גרויסער שטיק אונטערוועלטניק.
אין מיטן די נאכט וועקט זיך דער איד אויף פון א שווערער פייער גרוך. ער קוקט זיך ארום מיט שרעק און ער זעט אז דאס גאנצער הויז זיינער איז ארום גענומען מיט העלישע פלאמען. ס'ווערט אים קאלעמוטנע אויפען הארצען אבער ער אריאנטירט זיך געשווינד, ער כאפט וואס ער אימער ס'קומט אים אונטער די האנד און יאגט זיך ארויס פון שטוב קוים מיט די נשמה אין די הענט. ער שטייט נעבאך עלענד אויפן גאס און קוקט זיך צו מיט פארצווייפלונג ווי אזוי זיין הויז ווערט פארציקט דורך די פארציקענדע פלאמען... מיטאמאל באווייזט זיך פאר אים דער וואנדערער מיט א זאק פון חפצים וואס ער האט אנגעבליך ארויסגעראטאוועט פונעם ברענדיגן הויז. דער איד האט אים ממש צוקישט פאר פרייד, נאך א מזל כ'האב אייך אריינגענומען אין שטוב, ווארום אזוי איז מיר כאטש עפעס געראטעוועט געווארן פון די העלישע פלאמען... שטייט דארט אין דער זייט א קליגער איד און רופט זיך אן, דו גראנדיעזער פערד, ווען נישט דעם וואנדערער וואלסטו נאך ווען פארמאגט דיין גאנצער פארמעגן...
איז אזוי, די דעמאקראטן וואס לעכצן נאך מאכט, האבן אנגעצינדען א פייער פון ראסיזם, דזשענדער, און פעמיניזם. זיי פראבירן נאכאנאנד צו שאפן אזא אילוזיע אז ס'הערשט אין אמעריקע, הויפטזעכליך צווישן די רעפובליקאנער און די קאנסערוואטיווער, אזא סארט סיסטעמאטישע ראסיזם, און פעמיניזם, און נאך אנדערע נידערטרעכטיגע איבלען. זיי האבן נישט קיין שום זאכליכע דעקונג דעראויף, אבער זיי באנוצן זיך מיט די באוויסטע פילאזאפיע פון דעם נאצישע פראפעגאנדע מיניסטער ד''ר געבעלס שר''י וואס לויטעט: חזערט א ליגנט אזויפיל מאל ביז איר זעלבסט גלויבסט עס. זיי שאפן אזא אילוסטראַציע אז ס'הערשט אין אמעריקע א קלאסן-קאמף, און בלויז זיי זענען דא אונז צו ראטעווען פון סיסטעמאטישע ראסיזם און פון עטנישע דיסקרימינאציע... זיי די אנצינדער פונעם אנגעבליכער פייער קומען אונז פשוט ראטעווען...דערפאר דארפן זיי זיין די אויסשליסליכסטע הערשער
און ווי אזוי? דורך צענזור אויף מענטשען און וואס האלטן אנדערש ווי זיי. דורך טעריטאָריאַליזם און אונטערדרוקונג, פארשעמונג און דערנידערונג, און נאך אנדערע נאצישע מעטאדן
דאס איז אייגענטליך נישט זייער אייגענעם אויסטרעף, מיט די דאזיגע מארקסיסטישע מעטאדן האבן זיך נאך די באלשעוויקן באנוצט אונטערצודריקן זייער אפאזיציע...
דער גרויסער מציל ומושיע וועלכער גייט אונז ראטעווען פון די פאנטאזירטע סיסטעמאטישע ראסיזם, פעמיניזם און פון שרעקליכע דזשענדער דיסקרימינאציע עפידעמיע, קאמיסאר יאשע ביידן לרפ''ש, נאמאנירט בלויז קאבינעט מיניסטארן געוואנדן לויט זייער דזשענדער און ראסע, און נישט לויט זייער כאראקטער אדער קוואליפיקאציעס, ווארום מיט דעם גייט ער דאך אנגעבליך אפראטעווען דאס לאנד פון די ווייסע סופרימסיסטן. נישט בלויז דאס, נאר אפילו זיינע באשלוסן און אגענדעס זענען בלויז געבויעט בלויז אויף ראסע און דזשענדער.
דאס איז נישט וואס מארטין לוטע קינג האט געקעמפט און דאס איז נישט וואס די קאנסטעטוציע שטעלט פאר. א מענטש ווערט בלויז געריכטעט לויט זיין כאראקטער און קוואליפיקאציעס, און נישט לויט זיין קאליר, ראסע אדער דזשענדער. ראסע און דזשענדער דיסקרימינאציע פארנעמט ניטאמאל קיין ארט אין אמעריקע. מיר האלטן די דאזיגע ווירקליכקייטן אלס זעלבסטפארשטענדליך. אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג גלייך דורך זייער באשאפער.
בלויז א דאנק פרעזידענט טראמפ האט זיך די אמעריקאנער באפעלקערונג ענדליך אויפגעפענט די אויגן. און דאס איז זיין גרעסטער און איינציגטער זינד!
דערפאר איז דאס האס קעגן אים וואס בלאזט ארויס פונעם וואשינגטאן זומפ ממש אומבאגרייפבאר. דאס אמעריקאנער באפעלקערונג שוין ענדליך דורך די געמיינקייט און פארפוילטקייט פון די וואשינגטאן אלטגעזעצענע שלענג און עקדיסן... און דאס קרענקט פאר די ווערים און קרעץ ביז צו משוגעת..... און מער איז צו קומען ווי דער פרעזידענט זאגט...[/justify]