בלאט 1 פון 1
א מאנגל אין נקבות!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 3:07 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
שוין לאנג וואס די שאלה עגבערט מיר אין קאפ, איך קלער אז דא איז די ריכטיגע פלאץ דאס ארויפצוברענגען, און לאמיר האפן אז אונזערע שטיבל וויסנשאפטלער וועלן ווי אלעמאל נישט אנטוישן.
ווי אונז אלע ווייסן איז דא בערך דער זעלבער ציפער פון זכרים און נקבות, אמת אז עס זענען דא קליינע חילוקים, אבער אינעם גרויסן בילד שטייען זיי כמעט די זעלבע, דאס איז כדי יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין באשערטע.
ווי אונז זע מיר פון תנ"ך און פון די היסטאריע, איז אמאל געווען איינגעפירט צו חתונה האבן מיט מער ווי איין פרוי, און אפטמאל מער ווי צוויי, שטעלט זיך די פאלגנדע שאלה, לאמיר מאכן א חשבון פון אלע וואס האבן חתונה געהאט מיט מער ווי איינס, די מער ארימע וואס האבן נאר געהאט איינס, און די אלטע וואס האבן קיינמאל חתונה געהאט, לאמיר איינזעצן אז עוורידזש האט יעדער געהאט צוויי פרויען, קומט אויס אז לפי די היינטיגע ציפער פון פרויען וואלטן בערך פינעוו און צוואנציג פראצענט פון די מענער פון די וועלט נישט געהאט מיט וועם חתונה צו האבן!
די שאלה איז, איז עס טאקע געווען אזוי אדער זענען געווען מער נקבות ווי היינט? און אויב יא וואס איז דער הסבר פון דער סייענטיפישער וועלט צו דעם ערשיינונג.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:13 pm
דורך מי אני
אין ביאלאגיע איז דא א נפק״מ צווישן דאס **** רעישיאו, וואס איז די אקטועלע נומער און רעישיאו אינעם חילוק פון וויפיל זכרים עס זענען קעגן וויפיל נקיבות, און דאס אַפּערעישאנעל **** רעישיאו, וואס איז די רעישיאו פון וויפיל זכרים זענען גרייט און אקטיוו אויף חיי המין און צו רעפּראדוּסן קעגן נקיבות וואס זענען אויך גרייט דערויף. וואו עס איז דא פּאַלידזשיני, והיינו אז איין זכר האט אפאר נקיבות אלס מעיטס, איז טאקע דא א גרעסערע זכר-צו-נקיבה אַפּערעישאנעל **** רעישיאו ווייל הגם בעצם אויף וויפיל פון די געהעריגע **** רעישיאו עס איז דא אין די פאפולאציע פון זכרים ונקיבות קען זיין בעצם אייניג און וויפיל מענטשן עס ווערן באשאפן וכו׳, איז אבער טאקע דא א גרויסע קאמפעטישאן צווישן די זכרים אליין צו טרעפן פּאָרן/מעיטס מיט וועמען צו האבן חיי המין ווייל עס זענען טאקע דא ווייניגערע נקיבות עוועילעבּל אויף דעם.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:22 pm
דורך בת קול
אפשר דערפאר האבן 40 יעריגע לייט חתונה געהאט מיט 3 יעריגע מיידל בעיביס.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:31 pm
דורך מי אני
און פון די אבות איז יצחק דער וואס איז געווען מאנאגאמאס...
ואולי קען מען מיט דאס אלעס טייטשן אז דאס איז א רמז אין פסוק ביעוד לימות המשיח לע"ל (ירמיה לא כא) נְקֵבָה תְּסוֹבֵב גָּבֶר. והיינו, אז לע"ל וועט טאקע נישט זיין דאס אומבאלאנס און די נקיבה וועט זיין דערביי ענליך צום זכר (ועיין כאן).
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אמאל פלעגן מענער זיין דיספאוזעבל (חד פעמי), די פרויען האבן זיך געפארעט מיט די קינדער און הינער און די מענער זענען ארויס אין די גרויסע וועלט וואו זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו אלע מיני געפארן. אלע "מענערישע" ארבעט איז געווען איינגעשטעלט, א מאן האט געקענט ווערן געשאסן פאנגענדיג חיות, איבערגעפאלן דורך רויבער האנדלענדיג איבער די גרויסע וועלט, שטארבן אין א מלחמה אדער duel אדער אין סתם א געפעכט מיט'ן שכן אדער שוואגער, און וואס נישט. טראכט פון די וואכעדיגע סדרה בשלח, די מצריים זענען נאכגעלאפן די אידן אין ים און ביזט איבערגעבליבן מיט א גאנצע לאנד פון פרויען, מאנאגאמיע וואלט געווען א דורכפאל נאך פאר ס'וואלט זיך אנגעפאנגען. וואס איז יא א וואונדער איז די ציוויליזאציעס וואו נאר פרויען פלעגן האבן עטליכע מענער אבער מענער האבן נאר געקענט האבן איין ווייב (polyandry), און פאר א סיבה ווייסן מיר נאר פון געציילטע ציוויליזאציעס וואו מ'פלעגט זיך אזוי פירן.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 8:13 pm
דורך מי אני
אגב, ס׳איז אינטרעסאנט צו באטאנען (ס׳איז טאקע א מילתא דמסתבר) אז אפילו היינט-צו-טאג זענען מענער מער אויסן צו שטארבן ע״י ווייאלענס ווי א פרוי.
0125218A-42AC-4961-9407-9C7767EFB988.jpeg
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:אגב, ס׳איז אינטרעסאנט צו באטאנען (ס׳איז טאקע א מילתא דמסתבר) אז אפילו היינט-צו-טאג זענען מענער מער אויסן צו שטארבן ע״י ווייאלענס ווי א פרוי.
0125218A-42AC-4961-9407-9C7767EFB988.jpeg
מענער האבן מער טעסטאסטעראון וואס קען זיי טרייבן צו טוהן ווילדע נארישקייטן וואס קענען זיך אויסלאזן פאטאל, בעיקר אין די אינגע יארן, א בחור האט אויך א גרעסערע שאנס צו טוהן געוואגטע געפארפולע זאכן צו באאיינפלוסן זיינע חברים אדער זיין קראש, ס'דא א סיבה פארוואס אומפארהייראטע מענער אונטער 25 צאלן דורכשניטליך מיט 14% מער פאר קאר אינשורענס ווי אומפארהייראטע פרויען אין די זעלבע יארן. למעשה אבער באלאנצירט זיך עס אויס ווייל ס'ווערן געבוירן מער מיידלעך ווי אינגלעך, בערך 101 מיידלעך פאר יעדע 100 אינגלעך, און ווי אויך ווייל פרויען לעבן לענגער ווי מענער.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:30 pm
דורך בת קול
מען זעהט אויך אז מענער האבן אפט חתונה געהאט 2-3 מאל, צוליב דעם וואס זייערע ווייבער זענען אוועק ביים געבורט פון א קינד.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארצייטנס פלעגט געבורט זיין אסאך מער געפארפול ווי היינט, איינס פון יעדע צעהן געבורטן האבן זיך אויסגעלאזט מיט א נפטרת, א פרוי וואס האט געהאט צעהן קינדער איז סטאטיסטיש גערעדט געווען טויט...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:53 pm
דורך מי אני
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מענער האבן מער טעסטאסטעראון וואס קען זיי טרייבן צו טוהן ווילדע נארישקייטן וואס קענען זיך אויסלאזן פאטאל, בעיקר אין די אינגע יארן, א בחור האט אויך א גרעסערע שאנס צו טוהן געוואגטע געפארפולע זאכן צו באאיינפלוסן זיינע חברים אדער זיין קראש
דאס רירט שוין אן אינעם קאנטראווערסיע פון
ביאלאגישע דעטערמעניזם. ס׳איז נישט לגמרי מוכרח אז העכערע לעוועלס פון טעסטאסטעראן זענען ממש קאָרעלעיטעד מיט (למשל) אגרעשאן. מ׳קען טענה׳ן אז דאס אלעס האט זיך פארמולירט מכח סאציאלאגישע גדרים, ערווארטערונגען וכו׳; דאס איז די באקאנטע געביט פון דזשענדער שטודיעס.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 3:08 am
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגן מענער זיין דיספאוזעבל (חד פעמי), די פרויען האבן זיך געפארעט מיט די קינדער און הינער און די מענער זענען ארויס אין די גרויסע וועלט וואו זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו אלע מיני געפארן. אלע "מענערישע" ארבעט איז געווען איינגעשטעלט, א מאן האט געקענט ווערן געשאסן פאנגענדיג חיות, איבערגעפאלן דורך רויבער האנדלענדיג איבער די גרויסע וועלט, שטארבן אין א מלחמה אדער duel אדער אין סתם א געפעכט מיט'ן שכן אדער שוואגער, און וואס נישט. טראכט פון די וואכעדיגע סדרה בשלח, די מצריים זענען נאכגעלאפן די אידן אין ים און ביזט איבערגעבליבן מיט א גאנצע לאנד פון פרויען, מאנאגאמיע וואלט געווען א דורכפאל נאך פאר ס'וואלט זיך אנגעפאנגען. וואס איז יא א וואונדער איז די ציוויליזאציעס וואו נאר פרויען פלעגן האבן עטליכע מענער אבער מענער האבן נאר געקענט האבן איין ווייב (polyandry), און פאר א סיבה ווייסן מיר נאר פון געציילטע ציוויליזאציעס וואו מ'פלעגט זיך אזוי פירן.
כ'האב אמאל געזעהן די סברה, בעיקר אז מענער פלעגן אסאך געהרגט ווערן ביי מלחמות. מ'טרעפט אין די תורה אויך אין פרשת פנחס און פרשת שופטים אז די סדר איז געווען ווען מ'האט איינגענומען א שטאט האט מען געהרגט די מענער און די פרויען גענומען אין געפענגעניש. ע"כ איז מסתבר אז ס'געווען א שפע פון פרויען
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 2:43 pm
דורך מנחם ציון
דארפסט נישט קריכן ביז'ן תנ"ך אריין, גיי צוריק 80 יאר ווען נאך צוויי וועלטס קריגן און אן אפשניט פון 25 יאר איז געווען אן איבערפלוס פון נקבות (נישט געשלאגענע....) וואס האט מען דאן געטוהן?
ס'ליגט מיר אין קאפ ס'איז ווירקליך געווען אזא פראבלעם
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 4:11 pm
דורך עגלה ערופה
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 11:41 am
דורך עגלה ערופה
איך זעה יעצט אז די פאריגע לינק ארבייט נישט לייג איך עס דא נאכאמאל:
א סייענטיפישע הסבר פארוואס אין רוב ספישיס זענען די זכרים בערך אזויפיל ווי די נקבות, און אפילו אין געוויסע ספישיס וואס 10 פראצענט זכרים מעיט'ן פיל נקבות און די איבריגע 90 פראצענט פון די זכרים בלייבן אויסגעשפילט.
https://youtu.be/C3dCWxxVhVc