בלאט 1 פון 1

הרב שמעון גרין

נשלח: מוצ"ש יאנואר 30, 2021 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא א איד ר' שמעון גרין וואס געט שיעורים אויף חינוך, שלום בית ועוד. אויך געט ער שיעורים אויף די "פיר קאלירן" וכדומה. איינער ווייסט אביסל מה טובו און וואס זיין קרעדענטשעלס איז?

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 12:57 am
דורך אישתישבי
עס איז שוין געווען דא אויב נישט א אשכול איז געוועהן שמועסען.

אלע קינדער מיט פראבלעמען אדער טשעלענדזשעס לייגט ער אין אין קאליר, יו ווי, און מיט דעם איז אלעס געסאלווט.....


עס איז דא שיעורים פין אין אויך טארא עניטיים, משם תדרשנו.

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 1:45 am
דורך קורקלענד
א הייסע תולדות אברהם יצחק חסיד. טייערע חסידישע איד. טויגליכע אינגערמאן. זייער באהאווענט. וואס האט אויסגעארבעט א ספעציעלע מהלך וואס ארבעט פאר פילע נצרכים. מאנכע אנהענגער נוצן זיין מהלך. און מערערע שווערן זיך דערביי.

אזויווי אלעס אין די נושא זענען דא יש ויש. פאר טייל ארבעט עס און פאר טייל נישט....

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 9:40 am
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:

עס איז דא שיעורים פין אין אויך טארא עניטיים, משם תדרשנו.

געטשעקט. ער רעדט א גוטע ענגליש. ער איז אויפגעוואקסען חסידיש?

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
חתם סופר האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

עס איז דא שיעורים פין אין אויך טארא עניטיים, משם תדרשנו.

געטשעקט. ער רעדט א גוטע ענגליש. ער איז אויפגעוואקסען חסידיש?

ניין, ער איז א געווארענע חסיד.

ער איז א תלמיד פון דר. דוד ליבערמאן וואס האט אויך געשריבן א שיינע הסכמה פאר זיין בוך

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 4:59 pm
דורך mevakesh
איך האב אביסעל גערעדט מיט איהם וועגן א חינוך פראבלעם
איינמאל האב איך געהאט א סעשן מיט איהם אויפן טעלעפאן פאר א שעה
ווי דערמאנט האט ער א מהלך פון קאלירן
בדרך כלל רוב פראבלעמען איז ער מסביר אז עס האט מיט דעם אז דער מענטש לויפט אויף געפיהלן און זאכן וואס שטערט נישט פאר רוב מענטשן שטערט יא פאר די וואס זענען אימאשענאל דריווען
אפגעזעהן פון זיין מעטאדס וואס מען קען דעבאטירן איז ער גאר א גראדע מענטש מיט א שטארקע שכל הישר און האט שנעל ארויס א נושא

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: הרב שמעון גרין

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 11:18 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך האב אמאל גערעדט מיט אים וועגן א שלום בית אישו
ער פארשטייט זייער גוט ארויס א מענטש, ער האט איך מיין פיר קאטאגאריעס מענטשן, ער לייגט יעדען פון די צדדים אין זיין קאטגאריע, דערנאך ארבעט ער אויס א מהלך וויאזוי זיי קענען ארבעטן אינאיינעם
איך האב געהערט אז ער טוט מיט די הענט אויפ׳ן מענטש אבער ביי די קעיס ווי איך בין געווען אינוואלוד איז נישט אנגעקומען צו דעים
ער איז א אויסערגעווענליכער ירא שמים, ער וועט נישט רעדן צו א פרוי פאר קיין געלט אין די וועלט
אויב איז מען גאר שטארק מפציר וועט ער שיקן זיין ווייב און זי געט אים איבער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:48 am
דורך שמעקעדיג
חתם סופר האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

עס איז דא שיעורים פין אין אויך טארא עניטיים, משם תדרשנו.

געטשעקט. ער רעדט א גוטע ענגליש. ער איז אויפגעוואקסען חסידיש?

אויפגעוואקסן אין פלעטבוש.

ער איז נישט די היימישע נאמען "גרין", ער שרייבט זיך Gruen

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:55 am
דורך שמעקעדיג
איך האב אויך אמאל גערעדט צו אים איבער א געוויסע שווערע קעיס, און כ'האב אויך גערעדט מיט אנדערע וואס האבן גערעדט צו אים. זיין שכל הישר איז ממש סעקאנד טו נאן. איך האב אויך אדורכגעלייענט זיין בוך פון די 4 קאלירן, וואס איז אייגענטליך פשוט א אנדערע מהלך פון אניאגראם אדער MBTI, אדער אי תימא די 4 יסודות (אש עפר רוח מים) פון ר' מרדכי וויינבערגער. דער חידוש פון זיין מהלך איז נישט נאר די קאטעגאריזירן, נאר בעיקר די עצות ווי אזוי צו דיעלן מיט די שווערע סארט מענטשן, ביי בעניני איש לאשתו און סיי בעניני חינוך.

אויף תורה עניטיים (און כ'מיין אויך אויף קול מבשר) האט ער א געוואלד מיט אומזיסטע שיעורים וואס האט גארנישט מיט די קאלירן מהלך, סתם שכל'דיגע תשובות אויף ענינים שונים וואס מען פרעגט אים אן. בעיקר שלום בית און חינוך שאלות. עס איז שטארק ראטזאם אים אויסצוהערן. איך הער אים אסאך און דאס קען בויען א געזונטע מהלך מחשבה ביים צוהערער.