בלאט 1 פון 2

בד"ה: הרב דר. אברהם טווערסקי ז"ל

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
עס קומט אן די טרויעריגע נייעס אז ס'איז נפטר געווארן הרב דר. אברהם J טווערסקי ז"ל פון די גרעסטע בעלי נפש ביי אידן אין די גאנצע וועלט.

נאך א קרבן פון קאראנע ווייריס

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 1:46 pm
דורך מנחם ציון
איז שוין דא אן אשכול אויף די שלשה אחים לבית טווערסקי?

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 2:05 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
חבל על דאבדין,
הרב אברהם j טווערסקי ז"ל איז געווען פון די נחשונים וואס האבן אדרעסירט רפואת הנפש ביים היימישן ציבור, ער איז געווען א דאקטער וואס ביי איהם און ביי זיין ריהעב סענטער זענען געקומען פון די אומות העולם אידן מיט גויים צוגלייך.
אבער דעם פאקט אז ביים היימישן ציבור זאל מען אנדערקענען אז מען ליידט פון גייסטישע פראבלעמען און מען קען און מען דארף זיך לאזן העלפן איז אסאך איהם מיט זיינע ביכער צו פארדאנקן,
יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 4:21 pm
דורך הוגה
פון זיינע באקאנסטע אויסדרוקן:

"marriage isn't a mental institution"


.

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 4:37 pm
דורך מנחם ציון
C/P
ISRAEL: The levaya of Rabbi Dr. Abraham Twerski z"I starts 11:30pm Israel time. At his request, there will be no hespedim, just singing the famous song he composed, Hoshia
Es Amecha.

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 4:39 pm
דורך מנחם ציון
תולדות אהרן רבי ז"ל האט אויך געהייסן זינגען זיינס א ניגון ביי זיין לווי'

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 4:42 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
[quote="מנחם ציון"]C/P
ISRAEL: The levaya of Rabbi Dr. Abraham Twerski z"I starts 11:30pm Israel time. At his request, there will be no hespedim, just singing the famous song he composed, Hoshia
Es Amecha.[/quot
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 2129340856

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 5:03 pm
דורך מנחם ציון
א איד א:
תלמיד חכם
דאקטאר
שרייבער פון צענדליגער ביכער
יחסן
מלחין
גראמער

וואס נאך?

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 5:37 pm
דורך הרב שיף
מנחם ציון האט געשריבן:א איד א:
תלמיד חכם
דאקטאר
שרייבער פון צענדליגער ביכער
יחסן
מלחין
גראמער

וואס נאך?

מען קען זיין דאס אלעס, און דאך נישט זיין וואס ער איז געווען - מציל הרבה נפשות מישראל.

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 7:03 pm
דורך אישתישבי
מנחם ציון האט געשריבן:תולדות אהרן רבי ז"ל האט אויך געהייסן זינגען זיינס א ניגון ביי זיין לווי'


וועלכע ניגון?

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 7:04 pm
דורך מנחם ציון
כ'געדענק נישט
איך וועל פרובירן צו געוואהר ווערן

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 7:08 pm
דורך נקודת החבדית
*

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 10:09 pm
דורך מפיל קינד
ביי ר' משה לייב סאסובער איז געווען אז א קלעזמער בענד האט געבלאזשעט אין וואלד און די מנגנים האבן זיך פלוצלינג דערזען אינמיטן א גרויסע לויה.

נאכן זיך נאכפרעגן וועמען מ'באגלייט, האבן זיי זיך דערמאנט אז ער האט אמאל געצאלט א חתונה פון א יתום און זיך אנגערופן אז ער וויל מ'זאל אים באגלייטן מיט דעם ניגון. תיכף האבן זיי ארויסגעצויגן די כינורות און חצוצרות און אנגעהויבן שפילן דעם ניגון.

Re: בד"ה: הרב דר. אברהם טווערסקי ז"ל

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 11:20 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ער האט אלץ געוואינט אין ארץ ישראל?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:37 am
דורך תרמב
ניין, ער האט עולה געווען סוף ימיו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 10:34 am
דורך קאך_לעפל
ווי נעמט מען דאס פעדער אפצושרייבן עטליכע שטורכן אויף אזא פערזענליכקייט ווי הרב טווערסקי ע''ה. ווייניג האבן געוויסט אין זיין לעבן איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוען פאר די מענטשהייט, פאר אידן און גוים גלייך.
ער איז געווען פון די ערשטע רבנים צו אנערקענען אז ביי אידן איז אויך פארהאן די קראנקהייט פון עדיקציע. ער האט פון אונטער די קוליסן פארארבייט טעטיקייטן ארויסצוהעלפן הונדרעטער אידן וואס ליידן נעבאך פון אלערליי סארטן עדיקציעס. ער איז געווען ביי די מיינונג אז קיין ווירקליכע היילונג פאר עדיקציע איז טאקע נישט פארהאן, אבער מען מוז פראבירן עס צו עטוואס קאנטראלירן. ער פלעגט אלס נאכצוזאגן אז אלעס וואס ביל ווילסאן שרייבט אינעם גרויסן בוך פון די צוועלעף שטאפלן האט שוין רבי משה חיים לוצאטו ז''ל געשריבן אין זיין מסילת ישרים. זיין הויפט פילאזאפיע איז געווען אז א מענטש דארף האבן אן אורזאך וואס שטייט העכער ווי זיין עדיקציע זיך אפצושיידן אדער עטוואס צו קאנטראלירן זיין עדיקציע. וואס מער מ'פארטיפט זיך אין דעם אורזאך אלס גרינגער איז זיך צו שיידן פון די עדיקציע. ער פלעגט אלעמאל צו פארציילן די געשיכטע פון הרבנית הצדיקות נענסי רעגן זאל זי זיין א גוטע אין דער ערד ליגער. זי האט שטארק קאמפיינט אז די אמעריקאנער יונגווארג זאל זיך אפשיידן פון חשיש. זאגט ניין! צו סובסטאנצן איז געווען איר סלאגאן. האט איר א מיידל אמאל געפרעגט, פארוואס? אין דעם דאזיגען פארוואס ליגט אלעס באהאלטן האט הרב טווערסקי אונז געלערנט! פארוואס? ס'איז דאך אזוי גוט? ס'מאכט פארגעסן פון אלע פלאגענישן? אז מ'זאל זיך נאר פארטיפן אין דעם דאזיגען "פארוואס" פלעגט הרב טווערסקי שטענדיג צו זאגן...
אויף דעם אדם גדול בענקים קען מען רואיג זאגן ורבים השיב מעון... וויפול אידישע קינדער האט ער געראטעוועט אין זיין הייליגער מוסד שער התקווה אין ישראל. זאלן אים די אלע זכותים אקעגן גיין דארט אינעם אייביגן וועלט, ביז עס וועט פארווירקליכט ווערן דעם צוזאג פונעם געטליכן נביא ויקיצו וירננו שוכני עפר...

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:32 pm
דורך חוקר ודורש
מנחם ציון האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול אויף די שלשה אחים לבית טווערסקי?

קוק אין דעם תגובה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:47 pm
דורך מהיכי תיתי
אוי מי יתן לנו תמורתו!

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 6:44 pm
דורך איך אויך
מען האט עס טאקע געזונגען איבער און איבער. גאנץ מאדנע עס צו הערן מיט די בכיות פון די ווייבער אין די זייט.

https://youtu.be/9AwEEBsQumQ

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 6:54 pm
דורך איך אויך
קאמפוזט אין תש''ך. ער איז פיין זיס.

https://youtu.be/HxAgAtSdUCQ

ווי ער פארציילט האט דער רבי באלד ליב געהאט דעם ניגון. דא קען מען הערן ווי דער רבי זינגט עס.

https://youtu.be/9LpPAE4STmk

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 9:38 pm
דורך פרייוויליג
דער לעצטער קאלום וואס הרב אברהם טווערסקי זצ"ל האט געשריבן איידער זיין פטירה. הרב טווערסקי האט געאימעילט די קאלום צו די Jerusalem Report, און זיי האבן עס דא ארויפגעשטעלט:

- דער ארטיקל איז איבער די וויכטיגקייט פון הומאר אין א מענטשנ'ס לעבן -

Surviving with humor

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:16 am
דורך בונה של טוב
הוגה האט געשריבן:פון זיינע באקאנסטע אויסדרוקן:

"marriage isn't a mental institution"

וואס דארף דאס צו מיינען? אז מ'קען זיך גט'ן ווען די שלום בית ארבעט נישט? אדער טוט ער פשוט advocate'ן צו גיין פאר הילף?
איך פרעג ווייל איך האב קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין זיינע ביכער (צוליב דעם וואס כ'האב געהערט נישט גוטע גריסן אויך אויף אים).

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:47 am
דורך גענעראלע איד
https://www.youtube.com/watch?v=WCFniRDXEcA

דא איז א שמועס מיט רב טווערסקי א האלבע יאר פאר זיין פטירה, וואו ער רעדט וועגן זיין אייגן לעבן און אויפטוענגען, העכסט אינטערסאנט לדעתי.

וזלש"ק: I wrote one book in 85 different ways