איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2021 1:05 pm
איז סאטמער ארטאדאקסיש?
האט מהרי״טב משנה געווען די תורה?
ווען דער סאטמער רבי זכרונו לברכה האט מספיד געווען ר׳ אהרן קאטלער האט ער אויסגערופן מיט פּאַטאָס: ״להגיד שבחו של אהרן שלא שינה״ - ער האט גארנישט משנה געווען פון די מסורה.
שטעלט זיך די פראגע: צי האט ער אליין אויך נישט משנה געווען די תורה? צי קען מען אויך אויף אים זאגן "להגיד שבחו של יואל שלא שינה"?
ס'איז באקאנט די מעשה פון די גמרא וועגן א גוי וואס איז געקומען צום תנא שמאי הזקן און פארלאנגט אז ער וויל זיך מגייר זיין, אבער נאָר בתנאי אז ער קען אים לערנען די גאנצע תורה אויף איין פוס. ווען שמאי האט אים אוועקגעשטופט מיט אן אמת הבנין, האט דער גוי נישט אויפגעגעבן און געקומען צו הלל הזקן מיט די זעלבע בקשה.
הלל האט באלד געטראפן א לעזונג און געזאגט: "דעלך סני לחברך לא תעביד ואידך פירושא היא זיל גמור – טוה נישט פאר א צווייטן וואס דו האסט פיינט פאר זיך אליין. אויף דעם באשטייט די גאנצע תורה. דאס איבריגע איז בלויז א פירוש, גיי און לערן…."
זיין מימרא איז ענליך צו די מימרא פון ר׳ עקיבא: ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה; נאר וואס דען? וואס ר׳ עקיבא האט געזאגט אויף א פאזיטיוון אופן, האט הלל האט געזאגט אויף א נעגאטיוון אופן.
ס׳איז פארשטענדליך; ווייל קיינער וועט נישט זאגן: אויב דו בויסט א הויז פאר זיך, דארפסטו אויך בויען א הויז פאר דיין חבר. אדער אז ווען דו קויפסט זיך א ניי פּאָר שיך, דארפסטו קויפן שיך פאר יעדן איד אויף דער וועלט… די פסוק מיינט פשוט זאלסט נישט בא'עוולה'ן א צווייטן. פונקט ווי דו שוינסט אויף דיין אייגן כבוד, זאלסטו שוינען אויך דיין חבר'ס כבוד. דו שוינסט דיין געלט? שוין אויך יענעם'ס געלט. (רמב"ם; מהרש"א). דערפאר זאגט עס הלל אויף דעם אופן.
מערקווירדיג אז די גמרא זאגט אויך: כל התורה לא ניתנה אלא כדי לעשות שלום בעולם. די גאנצע תורה איז געגעבן געווארן פאר איין ציל, צו מאכן שלום אויף דער וועלט. און דער רמב״ם פסק'נט אזוי להלכה. נאכמער זאגט ער ״שאין התורה נקמה בעולם אלא חסד ורחמים ושלום בעולם״ – די תורה איז נישט אויסן צו ברענגען נקמה אויף דער וועלט, נאר חסד, רחמנות, און שלום. און די דריי סימנים פון א איד איז רחמנות, שעמעוודיגקייט, און גמילות חסדים.
די מפרשים מוטשען זיך צו פארשטיין די מימרא פון הלל הזקן: וויאזוי קען מען זאגן אז אויף דעם שטייט די גאנצע תורה, און אז די איבריגע איז בלויז א פירוש? וויאזוי נעמט עס אריין אלע 613 מצוות און די טויזנטער הלכות?
זיי געבן פארשידענע הסברים דערויף.
אינעם עלפטן יארהונדערט האט רש"י מסביר געווען אז לחברך מיינט נישט דא א מענטשליכן חבר נאר מען מיינט דעם אייבערשטן...
רשי האט אבער נישט געקענט איגנארירן דעם פראסטן פשוטן פשט, דערפאר ברענגט ער א צווייטן טייטש אז מען מיינט טאקע א פשוט'ער בשר ודם, איי איז דאך שווער וויאזוי ענטהאלט דאס די גאנצע תורה? איז דער הסבר אז עס ענטהאלט דאס רוב פון אלע מצוות. ואין כאן המקום להאריך בזה.
אינ׳ם ערשטן העלפט פונעם אכצנטן יאר הונדערט, האט דער געדאנק פון אהבת רעים שוין געשטערט אביסל - פאר רבי חיים בן עטר אין מאראקא, און ער האט באגרעניצט די מצוה פון אהבת רעים, אז דאס איז געזאגט געווארן בלויז לגבי ערליכע און פרומע אידן, און נישט וועגן רשעים און בעלי עבירה, וואס זיי איז דאך א מצוה פיינט צו האבן.
אנדערע ראשונים און אחרונים האבן ארגומענטירט אז אין היינטיגע צייטן דארף מען נישט פיינט צו האבן אפילו רשעים און אפיקורסים. ווידעראום איז געווען אזעלכע וואס האבן געמאכט א גאלדענעם מיטלוועג; זיי אים נישט מכבד און זיי אים נישט מבזה.
דער הייליגער נציב שרייבט אז די קנאות פון די פרומע האט צוגעברענגט דעם חורבן בית המקדש. דער פילאזאפישער צדיק פון שטעפינעשט זאגט: דאס רעליגיעזע קנאות איז א מכה הכתובה בתורה ווי עס שטייט אין פסוק פון די תוכחה יככה ה' בשגעון ובעיוורון ובתמהון לבב!
אין די תקופה פון השכלה, איז געקומען דער ספר הברית, און פראקלאמירט אז די מצוה איז אויך חל כלפי די גויים. דער מאמר זיינער וועגן אהבת רעים איז געווארן איבערגעזעצט דעמאלטס אויך אויף פויליש.
(אפשר איז דאס טאקע די סיבה וואס דער דאזיגער ספר האט זייער נישט געשמעקט דעם סאטמאר רבין און ער האט עס נישט אריינגעלאזט צו זיך אין ישיבה, כאטש דער חתם סופר האט עס אויסגערימט, און טראצדעם וואס דער ישמח משה האט ציטירט דעם ספר הברית)
שפעטער האט רבי שמשון רפאל הירש דערקלערט אז אמת׳ע ליבשאפט דרוקט זיך אויס צו די גאנצער בריאה; אויב איינער האט באמת אהבה, האט ער עס צו אלע באשעפענישן, בלומען און געוואוקסן...
זענען אבער געווען משכילים וואס זענען געקומען מיט די טענה אז היות די עיקר פון די תורה איז אהבת רעים, קען מען אפלאזן אלע אנדערע מצוות…. און ממילא איז דער געדאנק פון הלל געווארן מער פראבלעמאטיש.
איינער, א משכילישער גאון, האט זיך אפילו געוואגט אפצודרוקן א ספר שו"ת 'בשמים ראש' אויפ'ן נאמען פון רבינו אשר, פונעם פערצנטן יארהונדערט, ווי דארטן זאגט זיך בפירוש, אז אויב ס׳וועט קומען א צייט וואס די תורה וועט נישט ברענגען קיין טובה פאר אידן, נאר פארקערט; וועט מען מוזן... אראפווארפן פון זיך עול התורה, פשוטו כמשמעו.
(אינטרעסאנט, אז טראצדעם וואס ר' מרדכי באנעט האט מחרים געווען דעם ספר בשמים ראש, האבן אבער אנדערע רבנים זיך אנגענומען פאר'ן ספר, און במשך הדורות ווערט דער ספר ציטירט טויזענטער מאל אין די הלכה ספרים.)
דרך אגב; איינע פון די משכילישע ספרים האט געטראגן דעם קעפל ׳תורה כולה על רגל אחת׳.
רבנים האבן געדארפט טרעפן וועגן וויאזוי אפצוענטפערן די משכילים, און צו פארשטאפן זייערע מיילער. למשל, דער חת"ם סופר האט גע'טענה'ט אז די מימרא פון הלל הזקן האט ער נישט געמיינט אויף אן אמת, ער האט עס נאר געזאגט כדי מקרב צו זיין דעם גוי צו אידישקייט.
ווען סאטמער האט זיך געבויט, איז די געדאנק פון הלל , צען-פאכיג שווערער געווארן. אויב איז די יסוד פון סאטמערע אידישקייט, נאכצוגיין אין יעדן אספעקט פון לעבן, נאך די אנווייזונגען פון רבינו יואל טייטלבוים – ווי לגבי ארץ ישראל, ציוניזם, מיזרחי, אגודת ישראל, חינוך הבנים והבנות און די לבוש פון די מענער פרויען, און מיידלעך –
און האלטן דעם רבי'ן פארן איינציגן אמת'ן מנהיג הדור, און מיט די שיטה הקדושה ויואל משה, ווי אזוי קען מען דאס פארזיכערן אין א צייט ווען זיי קענען זיך האלטן נאנט מיט חסידים פון אנדערע הויפן, אדער מיט גאונים און ראשי ישיבות וואס גייען נישט מיט די שיטה?
עס קוקט אויס, ווי דער געדאנק פונ'ם חת"ם סופר האט דער סאטמארער רב נישט געוואוסט, און ממילא האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם מיט הלל הזקן.
אבער בחסדי השם מיט זיין חריפות האט ער געפינען א נייעם וועג אויסצוטייטשן דעם מאמר פון הלל
הלל, זאגט ער, קומט בכלל נישט אונז לערנען אהבה, איפכא מסתברא, פונקט פארקערט, ער וויל אונז דווקא לערנען שנאה.
און אזוי דארף מען צו פארשטיין פשט:
״לחברך״ זאגט ער, מיינט הלל דא צו זאגן, אז אהבה מעג מען נאר האבן פאַר א ״חבר״ וואס גייט אין די זעלבע שיטה ווי דיין רבי!….
ומכלל הן אתה שומע לאו, אז נישט נאר טאר מען אנדערע נישט ליב האבן, אבער מ’דארף זיי פיינט האבן און זיך אוודאי נישט חבר׳ן מיט זיי. (און פאַר זיי מעג מען יא טון וואס דו האסט פיינט פאר זיך)
״זו הוא כל התורה כולה״ - אויף דעם שטייט די גאנצע תורה. און דער סאטמער רבי לייגט נאך צו גאר א נייעם טייטש אויף ״ואידך פרושא הוא, זיל גמור״- אנשטאט: די איבריגע פון די תורה איז א פירוש; און גיי לערן… זאגט ער: ואידך פירושא - אויב האסטו ארויס דעם [נייעם] פירוש אויף די מצווה פון ואהבת לרעך און דו ווייסט שוין וועמען פיינט צו האבן, זיל גמור - דעמאלץ קענסטו גיין אין א ישיבה לערנען אבער פאַר דו האסט ארויס דעם פשט, טארסטו נישט גיין אין ישיבה, ווייל דו קענסט נאך חלילה אנקומען צו ישיבות וואס גייען נישט מיט די שיטה.…
סאטמער רב וויל מחדש זיין: נישט נאר הלל׳ס געדאנק איז נישט כפשוטו, נאר די עצם מצוה אין די תורה פון ואהבת לרעך כמוך, איז בכלל נישט אויסן אהבה נאר פארקערט גאר: שנאה!
עד כאן דבריו.
ווען ר' שלמה קארליבאך האט אנגעפירט מיט א קאנצערט אין פוילן, האט מען אים געפרעגט, וויאזוי קען ער דאס טון אין די צייט וואס די פאליאקן האבן אזויפיל שלעכטס געטון פאַר אידן?
האט ער געענטפערט אזוי: ווען איך וואלט געהאט צוויי הערצער, וואלט איך אנגעפילט איינס מיט אהבה און די אנדערע מיט שנאה... אבער אזוי ווי איך האב בלויז איין איינציג הארץ קען איך עס נישט פאר׳סמ׳ען מיט האַס!
אבער פון סאטמארער רבי׳ס לשון איז קלאר, אז ער פאדערט, יעדעס אידיש אינגל זאל נישט אנהייבן לערנען קיין תורה, איידער ער האט נישט קודם פאר׳סמ׳ט זיין הארץ און מח מיט שנאה.
סאטמערער רבי מיט זיין כח אין דרוש האט גענומען די יסוד פון די תורה און האט מהפך געווען הקערה על פיה - צו לערנען פאר זיינע תלמידים, כאילו הלל זאגט גאר פארקערט….
א. אז די מצווה ואהבת איז נישט אויסן אהבת רעים נאר שנאת אחרים
ב. אז ליבשאפט איז טאקע באגרעניצט פאר בלויז תלמידים פון דיין רבי׳ן. אלע אנדערע ברויך מען פיינט האבן און חלילה מיט זיי זיך נישט חבר׳ן.
ג. פארבאָטן צו לערנען: מען טאר נישט לערנען קיין תורה בעפאר מ׳איז גוט דורכגעדרונגען מיט שנאה צו פרומע און פרייע אידן.
ד. און די הויכפונקט איז: אז אויף דעם כלל באשטייט די גאנצע תורה. שנאה איז די יסוד פון אידישקייט! (פתיחה לתלמידי הישיבה תשי"ט 1959. אגדות מהרי"ט מסכת שבת דף לא)
סע איז א מחיה, דער שארפסטער מקור פאר אהבה און פאר בין אדם לחבירו, איז געווארן אויסגענוצט ווי דער שארפסטער מקור פאר פיינטשאפט און האס!
אזוי איז געלעזט געווארן די פראבלעמאטישע מעשה פון הלל אויף א פאנטאסטישן אופן. און אנשטאט וואס די מעשה זאל שטערן צום סאטמאריזם איז עס אדרבא געווארן א שטיצע און חיזוק צו ״אידישקייט נוסח סאטמאר״ והכל על מקומו יבוא בשלום (או במחלוקת)…
און לאמיר א טראכט געבן, איז דען דא נאך א מצווה אדער א מדה וואס ווערט אזוי פיל געפרעדיגט און אזוי איינגעבאקן ביי אונז ווי די ״מצווה פון שנאה״, התבדלות, קנאות, אונטערדריקונג און קריגעריי?
ר' חיים ליבערמאן האט ארגומענטירט אין די זעכציקער יארן, אז סאטמאר איז נישט קיין חלק פון דער אידישע געמיינדע וויבאלד זיי קעמפן קעגן מדינת ישראל...אבער מיר האבן גאר אן אנדערע פראגע;
וואס איז די ערשטע יסוד פון ארטאדאקסישער אידישקייט? לויט ווי מיר ווייסן, איז עס די פארפליכטונג צו תורה, תלמוד, און חז"ל.
איז דער סאטמארער רב געווען א רעפארמאטאר? תורה חדשה מאתו תצא? האט ער געגרינדעט א נייע סעקטע? א נייע רעליגיע, די סאטמארע רעליגיע?
ווען האט מען געהערט אזא זאך אז אלע, תלמידי חכמים, צדיקים, און סתם עמך אידן זאל מען דארפן פיינט צו האבן בלויז דערפאר ווייל זיי גייען נישט אין די שיטה פון דיין רבי?
ס׳האט גענומען דריי טויזנט יאר ביז א מחבר זאל וואַגן צו זאגן -אז ׳ואהבת לרעך כמוך׳ מיינט גאר שנאה נישט אהבה.
איז געווען אמאל אין די אידישע היסטאריע, ווי א ראש ישיבה זאל פארבאטן יידישע קינדער צו לערנען תורה, איידער זיי זענען אנגעזאפּט קודם מיט שנאה און האס?
פאר צוויי טויזנט יאר זינט די הנהגה פון הלל האבן מיר בטעות געמיינט אז די יסוד פון אידישקייט איז אהבה; זיך רעכענען מיט א צווייטן, איז געקומען דער רב און אונז מגלה געווען אז דער אמת איז גאר פונקט קאפויער!
ס׳פאדערט א געוואלדיגע דרייסטקייט, אויסצוטייטשן פארקערט די סאמע יסודות פון די תורה, און מיט א פורים תורה עס פאדרייען אויף אזא ראדיקאלן אופן, וואס אפילו די רעפארמער און נעאלאגן האבן זיך קיינמאל נישט געוואגט צו טון,
קען מען אזא מהלך רופן טראדיציאנעלע אידישקייט?
האבן מיר גע'ירש'נט א תורה מזויפת, א געפעלשטע תורה?
אין די לעגאלע פאפירן פאררופט זיך די סאטמארע ישיבה די ’יונייטעד תלמודיקל אקאדעמי’ ,
האט סאטמאר די רעכט זיך אזוי צו רופן, בשעת איר שיטה איז בפירוש אנטי–תלמודיקל?
פרעגט זיך נאכאמאל די פראגע: איז סאטמאריזם ארטאדאקסיש אדער רעפארעם? אמונה צי אפיקורסות?