חינוך הבנים-וואס וועט זיין דער תחלית?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

חינוך הבנים-וואס וועט זיין דער תחלית?

שליחה דורך בונה של טוב »

שלום עליכם טייערע אידן איך בין ניי דא. טראצדעם וואס איך האב שוין יארן לאנג גע׳חלש׳ט צו קומען דא אהער, איז אבער צוליב פארשידענע סיבות נישט מעגליך געווען ביז היינט. אפשר איז דאס א דאנק קורונא אז איךהאב ענדליך אויס׳געפיגערט א וועג דאס צו ערמעגליכן.
איך בין א שטארקע חסיד פון קטלא קניא נאָך פון יארן צוריק ווען איך האב בדרך נס געהאט א צוטריט צו זיין אויסערגעווענטליכן ארטיקל דער חסידישער קעניג ליר (הלואי איך וואלט היינט געקענט טרעפן א קאפי! איך וואלט געצאלט געלט פאר דעם) נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן א קלאג ליד וואס ער האט געשריבן וועגן די מצב פון די חינוך פון אונזערע קינדער און די שרעקליכע חורבן וואס גייט פאָר אין די תלמוד תורות וואס לייגט צוגרינד יונגע בליענדע קינדער.
מיין שאלה איז, היות איך פלעג ארבעטן אין חינוך איז מיר דער ענין גאר שטארק צום הארצן (איך האב בעצם א שטארקע געפיל וועגן די פאטענטשול פון קינדער און די גאנצע איידיע פון מסכת אבות וואס זאגט אז זיי זענען ווי א שפאגל נייע פאפיר און אלס וואס מען שרייבט האט א שטארקן רושם) אבער בפרט ווען איך האב געהאט די געלעגנהייט צו זעהן מיט די אייגענע אויגן אין וועלכע הענט נעבעך ווערן די יונגע קינדער איבערגעגעבן יעדן טאג, איז עס א זאך וואס צוברעכט דאס הארץ און לאזט מיר נישט רוען. וואס האלט דער עולם דא קען מען טוהן צוביסלעך צו פארבעסערן דעם מצב?
אסך טענה׳ן אז נפתלי מאסטער און יוחנן לאווען טוען די ראנג טינג מיט׳ן איבערגעבן דאס אין די האנט פון די רעגירונג ווייל כאטש די טענה איז אז די רעגירונג איז רעספאנסעבל פאר יעדע קינד צוצושטעלן אן עדיוקעישן און דאס איז אין פאקט א געזעץ - איז עס אבער נישט א זאך וואס ברענגט די זעלבע רעזאלטאטן ווי ווען מענטשן פון אינעווייניג זאלן זיך צוזאמעננעמען און מאכן די שיניים וואס פאדערט זיך - אינדיפּענדענטלי
איך האלט באמת אז ס׳איז אונזער אחריות יעדער צו טון וואס ער קען צו פארהיטן די קומענדיגע דור פון די פייניגונגען וואס מיר האבן געליטן.
וואס האלט איר?
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

דארפסט קודם קלאר מסביר זיין וואס דיינע פראבלעמען זענען, עדיוקעישן אדער ברוטאליטעט, פון דיינע ווערטער קומען ביידע ארויס ווען סאיז לכאורה נישט תלוי הא בהא.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

דער ייִדישער קעניג ליר

קטלאַ קניא

ר' אפֿרים איז געװען װאָס מען רופֿט אַ פֿאַרצײַטישער ייִד. אַז מען האָט אױף אים געזאָגט אַז ער איז אַ מדקדק על קלה כּבֿחמורה איז עס נישט געװען קײן שאַבלאָן --- װאָס פֿאַר אַ חומרא עס איז נאָר פֿאַראַן האָט ר' אפֿרים אױף זיך מקבל געװען. ער איז אָבער נישט געװען קײן ליטװאַק און אַװדאי נישט קײן בריסקער. ער האָט נישט געקענט מסביר זײַן אַלע זײַנע חומרות. ער האָט נישט געװוּסט צי ער פֿאָלגט דעם רמבם צי דעם ראבֿ"ד אַיעדער אין דער פֿרי װען גײענדיק אין מקװה פֿאַרן אױסזאָגן תּהילים פֿאַר שחרית האָט ער אַרױסגענומען דעם השך-שטאָפּער װען ער האָט זיך געטובֿלט. ער האָט זיך נישט געטובֿלט ש"אי טבֿילות; קײן משוגענער איז ער נישט געװען. פֿאַרקערט, טראָץ אַלע זײַנע חומרות האָט ער געשפּעט פֿון די פֿרומאַקעס, װי ער פֿלעג זײ אָנרופֿן. אָבער קײן סך האָט ער זײ אַזױ נישט גערופֿן װײַל קײן סך האָט ר' אפֿרים נישט גערעדט. שבת איז ר' אפֿרים געגאַנגען אָנגעטאָן אין די ברילן אױפֿן גאַס. זײַן טלית-קטן איז נישט געװען קײן שיִער חזון איש און שבת איז ער נישט געלאָפֿן אין פֿופֿצן שולן יוצא זײַן זכור דאורײתא. דאָס אַלץ איז הלכהיש פֿרום, די מאָדערנע פֿרומקײטן אימפּאָרטירט פֿון בני ברק דורך לײקװאָד און פֿלעטבוש. ביז זײ זענען אָנגעקומען קײן װיליאַמסבורג װוּ ר' אפֿרים איז געװען אַן אײַנװױנער האָבן זײ פֿאַרלױרן זײערע ישיבֿהשן טעם, װיפֿל טעם דאָס איז שױן, און זײַנען געװען װי חוקת הגױים אין די װיליאַמסבורגער אױגן. קלײן אינדזעלעך פֿון תּורה אין אַ ים פֿון חסידות. די מאָדערנע פֿרומקײטן װי נישט אױפֿמאַכן קײן פֿריזשידער שבת זענען אין װיליאַמסבורג נישט נאָר װי גופֿים אָן נשמות נאָר אַפֿילו דער גוף האָט נישט קײן הענט און פֿיס. אַרײַנגעברענגט דורך די פּױערישע סאַטמערער בחורים װאָס גײען לערנען אין ליטװישע ישיבֿות --- די אײדעלע, ערלעכע בלײַבן אין די הײמישע ישיבֿות --- און קומען אַהײם אָנגעבלאָזן. האַקן אַ טשײַניק װעגן מינחה פֿאַר שקיעה, מאַכן אַװעק רבינו תּמס זמן און דער מגן אַבֿרהמס סוף זמן קרי"ש איז זײ שױן נישט גוט. נאָר דער גר"א-זמן טױג זײ. אַ װעלט מײנען זײ אַז זײ האָבן אַנטדעקט. װײניק װײסן זײ אַז אין אײן װינקעלע װיליאַמסבורג ליגט מער װעלט װי אין פֿופֿצן רחובֿ חזון אישן און רבי עקיבֿאס צונױפֿגעשטעלט. לא כן ר' אפֿרים. זײַנע חומרות זײַנען אַלע געװען פֿון דער הײם, װי די טאַטעס און זײדעס האָבן זיך געפֿירט דורי דורות. די עופֿות האָט די בני בית אַלײן כּשר געמאַכט, בלעטער סאַלאַט האָט ער נישט געגעסן חוץ פּסח בײַ נאַכט אױף מרור. װען די געקליבענע סאַלאַטן מיט אַ הכשר זענען אָנגעקומען איז ר' אפֿרים נישט נתפּעל געװאָרן. ער האָט זיך געהאַלטן בײַ זײַנעם. אין דער הײם האָט מען עס נישט געגעסן און ער עסט װײַטער נישט.

כּמעשׂהו בחול כּך מעשׂהו בשבת. שבת בײַ ר' אפֿרים איז נישט באַשטאַנען אין דעם, צי מען מעג אױפֿמאַכן פֿלעשער צי אַ פּעקל צוקער. שבת בײַ ר' אפֿרים האָט זיך אָנגעהױבן פֿרײַטיק בײַ חצות מיטן מעבֿיר סדרה זײַן. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין מקװה, זיך צוגעלײגט און באַלד צוריק אין שול אַרײַן. שיר השירים איז געװען אַ שטרעבונג. "שובֿי שובֿי השולמית שובֿי שובֿי ונחזה בך" פֿלעגט ער זיך אַיעדע װאָך צעװײנען אינעם זידעטשױװן נוסח װאָס די סאַטמערער האָבן מיט די יאָרן אַקצענטירט מיט זײערע װיליאַמסבורגער טענער. דער מתיקות װאָס פֿלעג אים קומען אין מױל נאָך אַזױ פֿיל זאָגן האָט ר' אפֿרים געהאַלטן איז דער טעם פֿונעם מן. ער האָט עס קײנעם נישט דערצײלט אָבער ער האָט געװוּסט און געשפּירט אַז ס'קען קײן אַנדער טעם נישט זײַן. און אַז שפּעטער האָט ער אָפּגעזונגען "שלום-עליכם" מיטן רבינס ניגון, קידוש געמאַכט, און געמאַכט המוצאי איבער זײַן רביצינס פֿריש געבאַקענע חלות פֿלעג ער זיך צוריקזעצן און בשעתן קײַען זאָגן מיט אַ זעטיקײט "אַ לכּבֿוד שבת קודש", און אַזױ האָט ער געשלונגען דעם טעם גן עדן אין זײַן ייִדענעס חלות. נישט אומזיסט האָט דער סאַטמערער רבֿ געזאָגט אַז װען דער באַשאַפֿער זאָל נאָר האָבן אַ מנין ר' אפֿרימלעך װאָלט ער שױן לאַנג געברענגט משיחן. אַזױ האָט ר' אפֿרים אָפּגעלעבט זײַנע יאָרן פֿון װען ער איז אָנגעקומען פֿון אונגאַרן אין זעקס און פֿופֿציק. אַ מלמד דרדקי װען ער איז געװען יונגער און אױף דער עלטער איז ער געװען אַ שטיקל שמש, זיך געפּאָרעט מיט די ליכט און די האַנטעכער וכדומה און אַזױ אָפּגעפֿירט אַ ייִדיש לעבן.

חוץ די אײַנװױנער פֿון װיליאַמסבורג און דער סאַטמערער רבֿ האָט אָבער נאָך אײנער אױך געװוּסט פֿון ר' אפֿרים צו זאָגן. דער בעל דבֿר האָט איבער אים געהאַלטן אַן אױג. אַזאַ פֿישל קומט נישט אונטער אַיעדן טאָג.

פֿיל קלוגער װי אין איובֿס צײַטן, װעט זיך שױן הײַנט נישט דער בעל דבֿר מיטן באַשאַפֿער. ער הרגעט שױן אױך נישט װײַבער און קינדער. ער האָט בלױז געטאָן װאָס ער האָט געהאַט צו טאָן און צו דעם איז ר' אפֿרים נישט מער אַ מחותּן װי אַ צװײטן.

אין בני ברק מעגן די פֿרױען גײן אין לענגערע שײטלען װי אין װיליאַמסבורג, די מאָדעס מעגן זײַן שפּעטערע (כאָטש די װיליאַמסבורגער װײסן אױך דעם טעם פֿון אַ שאַנעל) און דער מוזיק פֿון בן דוד און די אַנדערע צדיקים מעג שרײַען פֿון אַיעדן פֿענצטער, אין בני ברק שטיקט אָבער די לופֿט. נישט פֿון דער סרחון פֿון מיסט אױף יעדן װינקל װאָס עיפּושט אין די זומערהיצן, כאָטש פֿון דעם אױך. אין בני ברק שטיקט פֿון גדולים. אַ תּפֿיסה פֿון מחשבֿה און אַ װיסטעניש פֿון געדאַנקען. ר' אפֿרים האָט דאָס נישט געװוּסט אָבער ער האָט אַלץ נישט ליב געהאַט די פֿרישע מאָדערנע חומרות אין אײן װינקל װיליאַמסבורג מיט די פֿאַרבונדענע קעפּ, צעװילדעװעטע בערד און געגרײַזלטע פּאות ליגט אָבער אַ װעלט. װײַל בכל מקום שאתּה מוצא חסידות שם אתּה מוצא אַפּיקורסות. די װעלט זאָל מײנען אַז די חסידים זענען פֿאַנאַטיש, פּרימיטיװ און צוריקגעבליבן. די װעלט איז אָבער עולם גולם. אמתע חסידים זענען פֿאַרגלײבט אין זײערע רבײם אָבער חוץ דעם גלײבן זײ אין גאָרנישט. דער תּורה צוה פֿון אַ חסידיש ייִנגל איז נישט דעם לא תסור מכּל אַשר יורוך, דעת תּורה און אמונת חכמים. אַדרבא אַ סאַטמערער ייִנגלס מודה אני איז אַז די בעלזער זענען שקצים, די גערער גױים און די ליטװאַקעס דאָס אױך נישט. װוּ חוץ פֿון װיליאַמסבורג װעט איר הערן אַז איגרות משה איז נישט װערט אַ רעטעך? אַ באָבאָװער ייִנגל װערט אױפֿגעצױגן װיסנדיק אַז באָבובֿ איז ראשי תּיבֿות באָבאָװ איז בעסער װי בעלז, און װײַטער די בעלזער קינדער זינגען אין דער כּתּה װען דער רבי גײט אַרױס זיך מאַכן אַ קאַװע יעקע יעקע תּחת-שמעקער. און דאָס איז בלױז די קינדער. די דערװאַקעסענע װיסן שױן צו פֿאַרפּאַקן דעם באַשאַפֿער אױך. אַז דער רבי דאַװנט שחרית נאָך מיטאָג און מינחה בײַ נאַכט מוז דער באַשאַפֿער מוחל זײַן און אָננעמען זײערע תּפֿילות "out of hours" און אַז דער באַשאַפֿער װעט אױף דעם פֿאַרלאַנגען אַ העכערן פּרײַז װעלן זײ אים רופֿן אין דין תּורה. װער האָט זיך דען געטרױערט פֿירן אַ דין תּורה מיט גאָט חוץ דער באַרדיטשעװער צדיק? זאָל זײ אַ ליטװאַק װײַזן אַ סעיף אין אורח חײם אױף דער צײַט פֿון תּפֿילה, האָבן זײ באַלד אַ תּשובֿה: "אין װאָס איז מיטן סעיף פֿין התפּשטות הגשמיות?" נאָר אַ חסיד װעט אױסטײַטשן אַ פּסוק "אין לאָז דער פּסוק פּלאַצן" װי פֿאַרגלײבט זײ זאָלן נישט זײַן אינעם רבין, באַלאַנגט כּפֿירה צו די חסידים. און חסידישע כּפֿיריאַקן זײַנען מסוכּן.

ס'איז געװען אַ װינטערנאַכט נאָך מינחה-מעריבֿ. דער שטיבל איז געװען שטיל און לײדיק חוץ פֿון ר' אפֿרים בײַ זײַן מקום קבֿוע װען ער האָט אַלײן געלערנט משניות פֿאַר די נשמות פֿון זײַנע אומגעקומענע עלטערן און געשװיסטער, און אױך פֿאַר דער ערשטער פֿרױ און קינדער װאָס אױף זײ האָט ער קײן מאָל נישט געזאָגט דעם קל מלא רחמים נאָכן לערנען; ער האָט זײ בלױז אין זינען געהאַט. דער מנהג איז דאָך אַז מען גײט נישט אױפֿן קבֿר פֿון דער ערשטער פֿרױ אַז מען האָט זוכה געװען צו אַ זיװג שני. די ערשטע פֿרױ און די עופֿעלעך האָבן טאַקע נישט קײן קבֿר װײַל אױך זײערע גופֿים זענען אַרױף אין הימל דורכן אױשװיצער קױמען. ר' אפֿרים האָט אָבער געהאַלטן דעם מנהג דורך נישט דערמאָנען זײערע נעמען בײַ יזכּור און נאָך משניות לערנען. אינעם שטיבל בײַ אַ צװײטן טיש זענען געזעסן יונגע בחורים און געשמועסט. באמת זענען זײ געװען נישט מער װי ייִנגלעך פֿון דרײַצן-פֿערצן יאָר, אָבער אַז זײ זענען שױן געגאַנגען אין קאַפּעליושן, װײַסע העמדער, װעסטלעך און רעקלעך איז ויקרא שמם "בחורים". זײ האָבן אױך שױן געלערנט אין ישיבֿה קטנה. דערפֿאַר אַז דאָס לערנען איז זײ שװער געװאָרן אין תּם און מועד, צי חצי נזק און נזק שלם איז זײ אַרױס פֿון נאָז איז פֿאַר זײ לײַכטער געװען זיך אַרױסצוכאַפּן פֿונעם ישיבֿה װי מען איז געװען אין חדר בײַם רבין. אַזױ זענען זײ געזעסן בײַם טיש און געשמועסט. ס'קען זײַן אַז אײנער האָט אַפֿילו געהאַט אַ ציגערעטל אונטערן טיש בצנעא און אײנער האָט זיכער אָנגעצונדן שװעבלעך און אַרײַנגעצױגן דעם רױך און אים אַרױסגעבלאָזן דורכן נאָז. ר' אפֿרים בײַ זײַן טיש װאָלט געװען דער לעצטער זײ עפּעס צו זאָגן אָדער זײ פֿאַרמסרן צום משגיח. זײער שמועס האָט זיך פֿאַרצױגן צו אַ בחור פֿון זײערע כּתּה און בתּוך הדבֿרים רופֿט זיך אָן אײנער פֿון די בחורים, אַזױ מסיח לפֿי תּומו, "ער איז סתּם אַ משוגענער --- ער גלײַבט נישט אין קריעת ים סוף". די אַנדערע האָבן זיך צעלאַכט, דער שמועס האָט זיך װײַטער ערגעץ פֿאַרצױגן און נאָך אַ שטיק צײַט זײַנען די בחורים זיך צעגאַנגען. ר' אפֿרים איז דאַן געבליבן אַלײן אינעם שטיבל. ר' אפֿרים האָט אױך געהערט דעם שמועס, ער האָט נישט אונטערגעהערט נאָר נישט װילנדיקערהײט זענען די װערטער אים אַרײַן אין אױער. מיט די װערטער איז אַרײַן דעם בעל דבֿר אױך. און אָט האָט זיך אָנגעהױבן אַ קריעת ים סוף.

ער איז אַװעק אַהײם צו זײַן װעטשערע װאָס די פֿרױ האָט אים צוגעגרײט אײדער זי איז אַװעק ממלא מקום זײַן פֿאַר דער מקװה-פֿרױ װאָס װעט די נאַכט נישט זײַן. בשעתן עסן האָבן זיך די װערטער "ער איז סתּם אַ משוגענער --- ער גלײַבט נישט אין קריעת ים סוף" גענומען דרײען בײַ אים אין קאָפּ. כאָטש עס קען קײנער נישט חושד זײַן ר' אפֿרים אַז ער איז געװען אַ דענקער, האָבן זיך פֿונדעסטװעגן די װערטער זיך צעקײַט בײַ אים אין מוח אָן אױפֿהער. פֿאַרװאָס אַ משוגענער? װען יענער זאָל נישט לײגן תּפֿילין צי מחלל שבת זײַן װאָלט מען געזאָגט אַז ער איז אַ שגץ. איז פֿאַר װאָס אױף נישט גלײבן זאָגט אַז מיז אַ משוגענער? פֿאַרװאָס אַ משוגענער?, פֿאַרװאָס אַ משוגענער? האָט זיך אים געהאַלטן אין אײן פֿרעגן.

אמת איז, אַז ר' אפֿרים איז נישט קײן מבֿין געװען אױפֿן װיליאַמסבורגער שפּראַך. ס'װאָלט אים נישט אײַנגעפֿאַלן אַז אין זײַן ייִדיש זײַנען עקצענטרישע, אידיִיאָסינקראַטישע, נערװן-קראַנקע, מוח-געשעדיקטער, מרה-שחורהניקעס, תזריעס און מצורעס אַלע באַצײכנט מיטן זעלבן טיטל: "משוגענער". אײן װאָרט פֿאַר אַלע צושטענדער. דאָס װאָלט אָבער ר' אפֿרים נישט צופֿרידן געשטעלט. זײ האָבן נישט געזאָגט "לא עלינו אַ משוגענע" װי מען זאָגט אױף אַ קראַנקן. זײ האָבן געשפּעט. זײ האָבן אױך נישט אַזױ געמײנט, װײַל קריעת ים סוף האָט דאָך זיכער פּאַסירט און ס'איז כּאילו יענער לײקנט אַז ס'איז טאָג װען דער זון שײַנט. נײן, נישט אַזױ האָט עס יענער געזאָגט און נישט אַזױ האָבן די אַנדערע געלאַכט. ר' אפֿרים האָט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן. יענער איז אַ משוגענער װײַל ער פֿאַרמעמט זיך בכלל מיט אַזעלכע זאַכן. ער איז משוגע װײַל ס'אינטערעסירט אים צי מען קען שפּאַלטן אַ ים צי נישט. "װאָס גײט עס אים אָן?" האָט ער זיך דערמאָנט אַז אײנער פֿון די ייִנגלעך האָט געפֿרעגט.

צי תּורה איז פֿון סיני אָדער די עלטער פֿון דער װעלט זענען אױך פֿון די מאָדערנע פֿאַרשטיקטע חומרות. אין בני ברק זענען זײ מער באַזאָרגט מיט אַ שול צענדליקער קילאָמעטער אַװעק װאָס געהערט די רעפֿאָרם-ייִדן װי די װיליאַמסבורגער אינטערעסירט װאָס טוט זיך אױפֿן צװײטן זײַט װיליאַמסבורגער בריק. און צען פֿרײַער ייִדן אַפֿילו אין מיטן װיליאַמסבורג איז אַלץ בעסער װי אײן לובאַװיטשער אָדער אַפֿילו אַ האַלבער ציוני. די װעלטלעכע ייִדן זענען די גנבֿים װאָס אין װיליאַמסבורג הענגט מען קײן מאָל נישט אױף אױפֿן תּליה. דער רלב"ג האָט געמעגט לײקענען אַז יהושוע האָט אָפּגעשטעלט דעם זון און דאָך האָט מען אים קאַנאָניזירט אינעם מקראות גדולות נ"ך. טאַקע, די סאַטמערער פֿאַרנעמען זיך מיט ציוניסטן, אָבער צו האָבן אַ דאגה צי גאָט האָט געשפּאָלטן דעם ים-סוף איז גלאַט אַ משוגעת. ס'קאָסט דען געלט צו זאָגן דער שירה פּסוק בפּסוק אױף שבת שירה אָדער צו זינגען "בבֿקעך ים סוף" שבֿיעי של פּסח נאָך חצות?

דעם בעל דבֿר איז נישט גענוג געװען אַז ר' אפֿרים זאָל בלױז פֿאַרשטײן די בחורים. אים איז נײטיק געװען אַצינד אַז ר' אפֿרים זאָל פֿאַרשטײן דעם משוגענעם אױך. לכתּחילה האָט ער אױך נישט פֿאַרשטאַנען. "נו, און לאָמיר שױן זאָגן ס'אינטערעסירט אים יאָ, ס'שטײט דאָך אָבער אין דער תּורה מיז עס דאָך זײַן אמת." און דאָס האָט ער איבערגעקײט און איבערגעדראָשן אין מוח אָבער דער קושיא האָט זיך נישט פֿאַרענטפֿערט.

קריעת ים סוף אַלײן האָט דעם בעל דבֿר אױך נישט צופֿרידן געשטעלט. "און אַז די ייִדן זענען נישט אַריבער דעם ים װי קען זײַן אַז די מצרייִם האָבן זײ נישט אומגעבראַכט? און װי אַזױ זענען זײ אָנגעקומען צו באַרג סיני אױף מקבל צו זײַן די תּורה?" און אַזױ זיצנדיק בײַם טיש, דאָס נאַכטמאָל אָפּגעגעסן, איז ר' אפֿרים געזעסן און געקראָכן צוריקװעגנס דורך די צען מכּות, די זיבן קי און זיבן זאַנגען, מכירת יוסף, יעקבֿס ראַנגלענישן מיט עשׂון און צוריק נאָך מער דורך דער עקדה מיטן ברית בין הבתרים, צוריק צו נח און בריאת העולם. און ער איז געקראָכן אױף פֿאָרױס אױך. דורך קבלת התורה, דעם מן, דעם שׂלו, און דעם גאַנצן דור המדבר. נאָך אַ מזל װאָס ר' אפֿרים האָט נישט צו גוט געקענט נ"ך, האָט זיך עס ערגעץ אָפּגעשטעלט. אױף צוריק האָט ער אױך זיך אָפּגעשטעלט בײַ בריאת העולם, װײַל קײן גרױסער חקרן איז ר' אפֿרים נישט געװען ביז יענעם אָװנט. פֿון דאַרװין האָט ער קײן סך נישט געװוּסט, כאָטש געהערט האָט ער אַז די גױיִם זאָגן אַז מענטשן קומען פֿון מאַלפּעס און אַז דער װעלט איז אַלט מיליאָנען יאָרן, באַשאַפֿן דורך עפּעס אַ קראַך. בײדע אידײען, האָט ער שטענדיק געװוּסט, זענען נאַרישקײטן. "כ'מײן, װי װערט פֿון אַ מאַלפּע אַ מענטש? און װי װערט פֿון אַ קראַך אַ װעלט? אַ קראַך מאַכט חרובֿ, נישט ס'בױט", האָט ער שױן עטלעכע מאָל געהאַט געטראַכט. דער בעל דבֿר איז באַשטאַנען אַז אין דעם זאָל ער זיך האַלטן בײַ זײַנס. אָנקומענדיק צו אבֿרהם אבֿינו האָט זיך ר' אפֿרים דערמאָנט אינעם מדרש װי אבֿרהם איז אַרױפֿגעקוקט אױפֿן הימל און געזען דעם זון מיט דער לבֿנה, און דערפֿון פֿאַרשטאַנען אַז דאָס קרעמל האָט אַ בעל הבית. בריאת העולם איז טאַקע געװען דאָס לײַכסטע צו פֿאַרשטײן. "עמעצער האָט עס דאָך געמוזט אַהערשטעלן," האָט ער געטראַכט. אױפֿן רעשט אָבער האָט ער קײן תּירוץ נישט געהאַט.

ר' אפֿרים האָט חלילה נישט געלײקנט. קײן כּופֿר בעיקר איז ער נישט געװאָרן. פֿאַרקערט: װען ער איז אָנגעקומען צו טראַכטן אַז אפֿשר איז אַלץ אױסגעטראַכט --- דאָס װאָרט "בלאָף" האָט ער זיך נישט געװאַגט צו טראַכטן --- האָט ער געזען אַזאַ פֿינצטערניש אַז ער האָט זיך באַלד צוריקגעברענגט. אָבער אודך ער האָט נאָכאַמאָל אָנגעהױבן פֿון קריעת ים סוף. און אַהין און צוריק. ער האָט זיך אַלײן נישט געגלײבט. ער האָט געטראַכט, "און דער רבי איז נישט געװען אַזױ קלוג װי איך?" "און רבי רב מלך?" "און דער בעל שם הקדוש?" און איז פֿאַרקראָכן ביז ר' עקיבֿא, די תּנאים, און אמוראים און נישט אױפֿגעהערט צו טראַכטן. דער בעל דבֿר איז אים געשטאַנען אױף דער רעכטער האַנט --- "און אפֿשר האָבן זײ אױך נישט!"

ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען װאָס מיט אים טוט זיך, װי קען ער טראַכטן אַזעלכע שרעקלעכע מחשבֿות. "דער רבי, דער רבי." ער האָט זיך דערמאָנט אין די הושענא רבה דרשות, די הקפֿות, דעם רבינס עבֿודה און איז דערציטערט געװאָרן. דער בעל דבֿר האָט אָבער אױף אַלץ אַ תּשובֿה. "ר' אפֿרים, און איר גײט אײַך דען נישט װאַשן מים אחרונים, זיך אָנטאָן דעם קאַפּעליוש און בענטשן? װאָס האָט דאָס דען מיט גלײבן?" ר' אפֿרים האָט טאַקע אַזױ געטאָן. ער האָט אָפּגעבענטשט אָבער געבליבן אױף און װײַטער געטראַכט. ער האָט שױן געטראַכט גאַנץ אַנדערע זאַכן. דער קריג איז אים אַרײַן אין מוח. ער האָט איבערגעלעבט די באַנרײַזע פֿון זײַן אונגאַרישן שטעטל קײן אױשװיץ װי מען האָט געהאַט מאַרשירט צו דער באַן-סטאַנציע און אַלע גױיִשע שכנים האָבן געקוקט פֿון די פֿענסטערס. ער האָט זיך דערמאָנט װי מען האָט געדאַװענט הלל אױף ראש חודש סיװן אױפֿן באַן און װי זײַן חנחלע האָט געװײנט אין מיטן שמנה-עשׂרה און אײנער האָט געזאָגט "ש." די ערשטע פֿרױ און זײַנע צװײ טעכטער זענען אים אופֿגעקומען פֿאַר די אױגן, עופֿעלעך פֿון פֿינעף און צװײ, און ער האָט זיך דערמאָנט אין לאהלעס שײנע צעפּ. פֿון טראַכטן און צװײפֿלן האָט זיך אָנגעהױבן אַ כּעס.

אײַ איז דאָס אַ בחור דער בעל דבֿר. װען דער בחורישער שמועס זאָל האָבן פּאַסירט פֿאַר מיטאָג אָדער אַ צװײטן אָװנט װאָלט ר' אפֿרים אַהײמגעקומען אױף מיטאָג צי אױף װעטשערע און װאָלט געטראָפֿן פֿײגען אין דער הײם, װאָלט זיך עס דאָרט געענדיקט. זײַן אשת חיל, װעמען ער האָט קײן מאָל בײַם נאָמען נישט גערופֿן, װאָלט אים אָפּגעװאַרט מיט אַ שמײכל און אים צוגעברענגט אַ פֿאַרטיקע סעודה. זי װאָלט אים דערצײלט די מצוות ומעשׂים טובֿים װאָס זי האָט געטאָן דעם טאָג. ביקור חולים. אַ צדקה-פֿרישטיק, אַ הכנסת כּלה-טײ און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן. זי פֿלעג אים אױך דערצײלן די שמועסן װאָס זי האָט געהאַט מיט פֿריש פֿאַרהײראַטע יונגע װײַבלעך. חוץ פֿון אַ ממלא מקום בײַם מקװה פֿלעג זי אױך לערנען מיט כּלות די הלכות װאָס אַיעדע ייִדישע פֿרױ באַדאַרף צו װיסן. נאָכן חתונה פֿלעגן אַ סך צוריקקומען זיך אַדורכשמועסן װי אַזױ עס איז געגאַנגען און זיכער מאַכן אַז זײ האָבן אַלץ גוט פֿאַרשטאַנען. כאָטש פֿײגע האָט נישט גערעדט בפֿירוש מיט ר' אפֿרימען װעגן די אײדעלע ענינים, פֿלעג זי אָבער גענוג זאָגן אױף צו מאַכן ר' אפֿרימען עפּעס מער הנאה האָבן פֿון אַזעלכע שמועסן װי פֿון אַנדערע. פֿאַרשטײט זיך אַז ר' אפֿרים האָט חלילה נישט געהאַט קײן בײזע מחשבֿות בײַ הערן די סאָרט רײד. פֿאַרקערט, נאָכן אױסהערן האָט ער זיך פֿיל מאָל אױסגעדרוקט, "ס'איז אַ גרױסער ענין צו העלפֿן אױפֿשטעלן רײנע ייִדישע דורות." פֿײגע האָט זיך אַמאָל אָפּגערעדט אױף אײן יונגן װײַבל אַז זי איז מער נישט צוריקגעקומען נאָך דער חתונה. זי האָט איר געזען גײן אױף דער גאַס אָן די "seams" אױף די שטרימפּ. "זי מײנט אַז מען האָט חתונה, איז הותּרה הרצועה." ר' אפֿרים האָט אױף דעם אַװעקגעמאַכט מיט דער האַנט, "איך האָב געקענט איר זײַדן, זאַ ציפֿרידן אַז זי שערט זיך." אַזױ פֿלעג ער שמועסן מיט פֿײגען װאָס עס טוט זיך בכלל אין שטעטל. װאָס די קראַנקע מאַכן, װער ס'האָט אַ שידוך געטאָן, די קינדער װאָס זענען געבױרן געװאָרן און נאָך כנה וכנה. און נאָך אַזעלכע שמועסן פֿאַלט דען עמעצן אײַן צו צװײפֿלען אױפֿן אַתּה בחרתּנו? אַז מען שפּירט דעם טעם פֿון ייִדישן נחת און דעם תּענוג פֿון ייִדישקײט און מצוות ומעשׂים טובֿים פֿאַלט דאָך קײן מאָל נישט אײַן צו קלערן צי היש אַלה בישׂראל. איז דער בעל דבֿר אָבער אַ בעלן און האָט אונטערגערוקט דעם שמועס פֿון די בחורים פּונקט אַזױ אַז ר' אפֿרים זאָל אַהײמקומען צו אַ לײדיקער שטוב, צו אַ פֿינצטערער שטוב, צו אַ שטוב אָן פֿײגען. און אַזױ האַלט ער אָנגעטשאַדעט אַז ביז פֿײגע איז אַהײמגעקומען האָט זי געפֿונען אין גאַנצן אַן אַנדער ר' אפֿרימען. נישט אַז זי האָט דאָס געװוּסט אָבער װי דער װעלט זאָגט, "דעם באַשאַפֿער און די פֿרױ קען מען נישט אָפּנאַרן." אַזױ האָט נישט געדױערט לאַנג אַז פֿײגע זאָל דערקענען אַן ענדערונג.

פֿײגע האָט זיך אַלײן אַרײַנגעלאָזט אין שטוב. זי האָט זיך גערעכנט אַז ר' אפֿרים, אָדער "פֿרים" װי זי האָט אים גערופֿן, איז צוריק אין שול נאָך װעטשערע. זי האָט אים געפֿונען זיצן בײַם טיש פֿון קיך מיט די לײדיקע טעלער נאָך אַלץ פֿאַר אים. "װאָ איז --- שפּירסט דיך נישט גוט? פֿאַרװאָס ביסט די נישט געגאַנגען אין בית המדרש אַראַן?" האָט זי אים געפֿרעגט. ר' אפֿרים האָט אָבער געטראַכט פֿון דער ערשטער פֿרױ זײַנער. מלא טענות איז ער געװען אױפֿן באַשאַפֿער. און ס'האָט זיך שױן יעצט איבערגעביטן אױף כּעס אַז אַזױ פֿיל יאָר האָט ער זיך געלאָזט נאַרן, אַז אַזױ פֿיל יאָר האָט ער נישט נישט מקבל געװען די יסורים באהבֿה נאָר ער האָט זײ גאָרנישט מקבל געװען. ס'איז בײַ אים געװען װי אַ פּרשה סתּומה װוּ ער איז קײן מאָל נישט אַרײַן. און דאָס האָט אים פֿאַרדראָסן און אױפֿגעקאָכט. "הלמאי זײ מעג מען רצחנען און איך טאָר ניטאַמאָל טראַכטן דערפֿון?" ער האָט געפֿילט דעם חובֿ פֿון געראַטעװעטע צו די אומגעקומענע און זיך גערעגט פֿאַרװאָס ער האָט ביז הײַנט נישט געשפּירט אַפֿילו אַ חובֿ. און אױף אַלץ האָט ער באַשולדיקט דעם בעל קריעת ים סוף. ס'האָט אים שױן יעצט נישט אינטערעסירט צי עס האָט פּאַסירט צי נישט. "און אַז ס'האָט פּאַסירט װאָס האָב איך דערפֿון?" האָט ער בײַ זיך געטראַכט. מלכּה מרים װעט דען אױפֿשטײן תּחית המתים? דער נאָמען מלכּה מרים --- װאָס ער האָט קײן מאָל נישט אַרױסגעזאָגט במשך די לאַנגע יאָרן און אַפֿילו טראַכטן האָט ער פֿון איר נישט געטראַכט בײַם נאָמען. (אפֿשר איז עס נישט אַזאַ חידוש היות ער האָט איר בײַם לעבן אױך קײן מאָל נישט גערופֿן אַנדערש װי "הער נאָר" אָדער "האַלאָ".) אַצינד זאָגנדיק איר נאָמען האָט אים אָנגעצונדן װי אַ הבֿדלה. פֿון צװײפֿלען און כּעס איז אַצינד געװאָרן נקמה. "איך װעל מיך נוקם זײַן", האָט ער באַשלאָסן. "איך װעל אים לערנען בלק."

פֿײגעס אײדל גערעדעכץ האָט אױף אים נישט געמאַכט דעם געװײנטלעכן אײַנדרוק. ער האָט געזאָגט אַז עס טוט אים אַ ביסל װײ און ער גײט זיך צולײגן. פֿײגע האָט באַמערקט אַז עפּעס טוט זיך. אָבער ס'איז שױן געװען דערנאָך. ר' אפֿרימען איז געלעגן אױפֿן קאָפּ דער באַשאַפֿער און מלכּה מרים. ר' אפֿרים און פֿײגע זענען װײַטער געבליבן װי מאַן און פֿרױ, מהיכי תּיתי, זײ האָבן זיך נישט צופֿיל געקריגט. ס'איז אָבער געװען אַן אַנדערער ר' אפֿרים, אַ ר' אפֿרים פֿון נקמה.

װי לערנט מען דעם באַשאַפֿער בלק? דאָס איז געװען די אײנציקע קשיא װאָס האָט דערקוטשעט ר' אפֿרימען. ר' אפֿרים האָט געקלערט פֿון פֿאַרשײדענע עבֿירות, אָבער װעלכע עבֿירה האָט אים שױן געקענט אײַנפֿאַלן? פֿון די גאָר גראָבע עבֿירות האָט ר' אפֿרים קײן מאָל נישט געקלערט. קײן שמוציאַן איז ער דאָך נישט געװען. ער װאָלט זיך געשעמט זיך אַזױ צו נידעריקן. און װען דער באַשאַפֿער זאָל אים כאַפּן בײַ אַזעלכע מעשׂים טובֿים װאָלט ער דאָך פֿון אים געלאַכט. נו, איז װער װאָלט פֿון װעם געהאַט נקמה? עבֿודה זרה צי שפֿיכות דמים איז אױך אַ שװאַך שטיקל קעגן רבונו של עולם. װאָס, ער זאָל זיך בוקן צו אַ שטײנענעם גאָט? "פּה להם ולא ידברו" איז אים אַרױף אױפֿן געדאַנק. און מערדער? װאָס האָט דען יענער געזינדיקט, און װעמען זאָל ער דערװײלן אױף זײַן קאָרבן? חילול שבת איז אױך געװען אַ שװאַכע ברירה. שיר השירים האָט ער נאָך געזאָגט מדי שבת בשבתו, כאָטש דעם טעם איז טאַקע נישט געװען דאָס פֿון אַמאָל, איז װי װעט ער גײן פֿאַרשװעכן דעם שבת? און װאָס װעט ער דען טאָן? אָנצינדן און פֿאַרלעשן אַ לאָמפּ? ס'קען דאָך עמעצער זען. רעדן אױפֿן טעלעפֿאָן? מיט װעמען האָט ער דען צו רעדן? זײ היטן דאָך אַלע שבת. זיך בײַסן די נעגל אױף להכעיס? "און פֿון דעם װעט זיך דער באַשאַפֿער פֿאַרדאַרבן?" האָט ער געטראַכט. נײן, ר' אפֿרים האָט געדאַרפֿט עפּעס אַזױנס װאָס ס'האָט אים נאָך קײנער נישט געטאָן. איך דאַרף אם גײבן אַ האַרץ-אַטאַק", האָט ער בײַ זיך געטראַכט. עסן אױף יום קודש איז אים אױך אײַנגעפֿאַלן אָבער דאָס איז אים נישט גענוג געװען. ער האָט געװוּסט אַז גענוג ייִדן עסן לא עלינו יום קודש און דער װעלט פֿירט זיך װײַטער. ער האָט געזוכט אַזױנס װאָס דער באַשאַפֿער האָט נאָך קײן מאָל נישט בײַגעלעבט, אַזױנס װאָס אַפֿילו דער באַשאַפֿער װײסט נישט דעם טעם דערפֿון.

אַרום די סליחות-טעג, װען פֿאַרשטײט זיך ר' אפֿרים האָט װײַטער אָפּגעזאָגט גאַנץ תּהילים פֿאַרן ערשטן טאָג סליחות און פֿאַר זכור-ברית, דעמאָלטס איז עס אים אײַנגעפֿאַלן. "איך װײַס שױן," האָט ער געטראַכט. "איך װעל לײַגן תּפֿילין אױף יום קודש. דאָס האָט נאָך קײַנער נישט געטון." ער האָט געהאַלטן אין מיטן סליחות בײַ דעם אײַנפֿאַל און ער האָט מיט דעם פֿריש אױפֿגעלעבט. ער האָט צוגעענדיקט סליחות און דערנאָך געדאַװענט מיט אַ פֿרישן פֿײַער. ער האָט שױן אױף װאָס צו לעבן. ער האָט שױן געקענט דעם באַשאַפֿער פֿאַרגינען אַ װאַרעם דאַװענען װײַל "אַזאַ פּאַטש האָט ער קײן מאָל נישט געכאַפּט."

ר' אפֿרים, ר' אפֿרים בײַ ננתּך האַלסטו טאַקע נישט, אמת דו ביסט װײַט דערפֿון, אָבער געדענק זשע דעם אַנדערן פּסוק טאַקע אינעם זעלבן קאַפּיטל. "יושבֿ בשמים אישׂחק" שטײט דאָך אױך דאָרט. מלכּה מרים האָט ער געקענט אַװעקלײגן טראָץ דעם "ומי כּעמך ישׂראל" אין זײַנע תּפֿילין און פֿון דײַן "קדש לי" װאָס דו װעסט זאָגן בחדרי חדרים נאָכן זיך אַרױסגנבֿענען פֿון שול יום הקדוש --- פֿון דעם װעט גאָט ברוך הוא נתפּעל װערן? און דו בעל דבֿר װאָס זיצטו דאָרט און לאַכסט? בשלמא אַז דו װילסט נישט ייִדן מאמינים פֿאַרשטײ איך אָבער װאָס מאַכסטו פֿון מענטשן לצנות? לאָז שױן אָפּ ר' אפֿרימען און גײ זוך דיר עפּעס בעסערס. דער באַשאַפֿער איז אָבער רצון יראיו יעשׂה און אַז ר' אפֿרים האָט דאָס געװאָלט איז אים קײנער נישט געשטאַנען אין װעג.

װי ס'האָט זיך דערנענטערט יום כּיפּור האָט ר' אפֿרים אַלץ מער געטראַכט פֿון זײַן אידײ. ראש השנה האָט ער געברענט מיט דעם און במשך די עשׂרת ימי תּשובֿה האָט ער געפּלאָטעװעט איבער דעם. װען װעט פֿײגע גײן אין שול? װען איז דער בעסטער צײַט זיך אַרױסצוכאַפּן פֿון שול? װאָס ער זאָל טאָן נאָך ער האָט זײ אָנגעטאָן? און צי ער זאָל לײגן בלױז רשיס תּפֿילין צי רבינו תּמס אױך? בײַ כּפּרות עירובֿ יום קודש באַשמורת הבוקר איז אים עפּעס אַנדערש נישט געלעגן אױפֿן קאָפּ װי די תּפֿילין.

אָפּגעדאַװענט עירובֿ יום כּיפּור אין דער פֿרי האָט ער אַ קוש געטון די תּפֿילין פֿאַרן אַװעקלײגן װי געװײנטלעך אָבער דאָס מאָל האָט ער זײ װי אַ װוּנק געטון, כּלומר "מיר װעלן זיך מערטשעם מאָרגן זען." זײַענדיק אַ שטיקל שמשׂ האָט ער אױסגעטײלט לעקעך און לחייִם פֿאַרן עולם װי דער מנהג איז עירובֿ יום כּיפּור און דערנאָך האָט ער אױסגעלײגט די צדקה-טעלער אױף מנחה.

ר' אפֿרים האָט נאָך אַלץ אױפֿגעפּאַסט אױף אַיעדן ייִדישן מנהג און געגעסן די כּפּרה בײַ דער דער ערשטער סעודה, פֿײגע האָט אױך געקאָכט קרעפּלעך אין דער יױך. ר' אפֿרים האָט זיך דערנאָך געטובֿלט װי אַיעדער ייִד דאַרף טאָן עירובֿ יום כּיפּור. ער האָט געזאָגט װידוי בײַ מינחה און אַהײמגעגאַנגען צו דער סעודת המפֿסקת. דערנאָך איז ער געקומען אײַנגעהילט אינעם קיטל און טלית, צו כּל נדרי געזאָגט תּפֿלת זך מיט אַ פֿײַער װי אַלע יאָרן און אַלץ געטאָן כּדת וכּדין. צו מאָרגנס נאָך "המלך" האָט ער זיך אַרױסגעכאַפּט און די פֿיס האָבן אים װי געטראָגן. אַהײמגעקומען האָט ער צוגעריגלט די טיר און איז אַרײַן אין אַ זײַטיקן צימער און דאָרט אױך צוגעשלאָסן דעם טיר. שטײענדיק אין די שטרימפּ --- ר' אפֿרים האָט נישט געהאַלטן פֿון גומענע שיך --- האָט ער געזאָגט אַ פֿײַערדיקן לשם יחוד, אַרױסגענומען דעם של-יד און אַ קוש געטאָן דאָס ביתל און אַראָפּגעדרײט די רציעות. אַז ער האָט זיך געװאָלט אַרױפֿציִען דעם אַרבל האָט ער זיך געכאַפּט אַז ער שטײט אין אַ קיטל און אַ בעקעשע און נישט מיטן װאָכעדיקן רעקל. טאָמער אָבער אין דעם מאָמענט איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ ספֿק איבער דעם װאָס ער טוט איז עס שױן געװען צו שפּעט. דער בעל דבֿר װאָלט אים אַצינד נישט אַזױ לײַכט אױפֿגעגעבן זײַן שׂעיר לעזאזל דאָ בעצומו של יום. ר' אפֿרים האָט אַרױפֿגעלײגט דעם בית אױפֿן בשׂר תּפּוח און געמאַכט אַזאַ ברכה װי דער באַרדיטשעװער האָט געמאַכט אױפֿן לולבֿ דעם ערשטן טאָג סוכּות נאָכן צעברעכן די גלעזערנע שאַפֿע. דעם בעל דבֿרס "אָמן" האָט ר' אפֿרים נישט געהערט. דערנאָך האָט ער אַרױסגענומען דעם של-ראָש, ער האָט געטאַפּט דעם קאָפּ און אָנגעכאַפּט דעם װײַסן קאַפּל װאָס אין דעם פֿלעג ער גײן בלױז יום קודש. דאָס האָט ער געהאַט בירושה פֿונעם רבין. דאָס האָט אַ ציפּ געטאָן. בײַ ר' אפֿרים איז דער רבי געװען מער פֿונעם באַשאַפֿער. די ד פּרשיות האָבן זיך שױן נישט געזאָגט װי ער האָט געמײנט. די תּפֿילין זענען אױף אים שװער געװאָרן װי אַ לאַסט. ער האָט פֿאַרגעסן פֿאַרװאָס ער שטײט מיט זײ און װאָס ער האָט געמײנט דערמיט אױפֿצוטאָן. ער האָט אין זינען געהאַט צו זאָגן יזכּור פֿאַר מלכּה מרים און די צװײ עופֿעלעך זײַנע שטײענדיק מי די תּפֿילין. ס'איז אָבער דערפֿון גאָרנישט געװאָרן. "שעמסט דיך נישט?" האָט ער געהאַלטן אין אײן טראַכטן. אַזױ װי דער רבי אין חדר פֿלעג עס אים זאָגן און װי ער פֿלעג עס זאָגן פֿאַר זײַנע תּלמידים דעם זעלבן נוסח האָט אים געדולט אין קאָפּ. "ביסט פֿאַרנערט? ביסט משוגע?" ער האָט זײ אַראָפּגעצױגן פֿון זיך, קײן מאָל נישט געקושט, צוזאַמענגעפּאַקט און אַרײַגעװאָרפֿן אינעם טלית-בײַטל אַבי זײ פּטור צו װערן. ס'איז אים אײַנגעפֿאַלן צו די תּפֿילין זענען נישט מוקצה און האָט זײ איבערגעלאָזט װי זײ זענען געװען. "פֿײגע װעט נישט באַמערקן", האָט ער געטראַכט. צי ער זאָל לײגן רבינו תּם אױך איז שױן אַצינד נישט געװען קײן שאלה. ער האָט נאָר געװאָלט צוריק זײַן אין שול. דער ערד אונטער אים האָט געברענט. ס'האָט זיך אים געדאַכט אַז די שכנות און די קינדער רעדן אַלע אַז ער איז אַהײמגעקומן בשעתן דאַװענען. ער האָט נישט געװאָלט פֿײגע זאָל געװױר װערן; זי פֿרעגט שױן אַזױ אױך צו פֿיל.

צוריקקומענדיק אין שול איז ער אַרײַן אײַנגעהילט אינעם טלית מען זאָל אים נישט דערקענען. דער יום כּיפּורדיקער שחרית מיט די פֿילע ובֿכן מי לא יראכס איז גענוג לאַנג אױסצוּװאַרטן אַפֿילו אַ נקמהדיקן תּפֿילין לײגן און ר' אפֿרים האָט נאָך אָנגעיאָגט צו די על חטאס פֿונעם שחריתדיקן הױכע שמנה-עשׂרה. דעם טעם פֿון יום קודש איז אָבער שױן געװאָרן צו נישט. ער האָט שױן נישט געברענט אױף נקמה, ער האָט שױן נישט געברענט פֿון כּעס, ער האָט שױן בכלל נישט געברענט. דער בעל קורא האָט געװײנט בײַ "אחרי מות שני בני אהרן", װעגן דער סגולה נישט צו פֿאַרלירן קינדער בײַם לעבן. מיט אַ שטיק צײַט פֿריִער װאָלט ר' אפֿרים זיך געבײזערט און װאָלט געקלערט װיפֿל אַזעלכע בעל קוראס זענען אומגעקומען מיט די קינדער צוזאַמען. ער װאָלט געטראַכט צי די עלטערן זענען אױך געשטאָרבן מיט די קינדער אַז די סגולה זאָל נישט האָבן געפֿעלשעװעט. אַצינד האָט ער אָבער נאָר געטראַכט פֿון זײַן אײגענעם חורבן. ער האָט נישט נאָר מלכּה מרים און די צװײ עופֿעלעך פֿאַרלױרן נאָר אַצינד האָט ער שױן פֿײגע אױך נישט. זי איז אים פֿרעמד געװאָרן אין די אױגן. דער באַשאַפֿער טױג אים שױן אױך נישט און ר' אפֿרים איז שױן אױך נישט געװען ר' אפֿרים אין די אײגענע אױגן. ער האָט זיך פֿײַנט באַקומען אױפֿן מעשׂה שטות און ער האָט געהאַסט דעם באַשאַפֿער אַז ער האָט אים דערצו געברענגט. נאָר די דערמאָנונג פֿון דעם רבינס קרעכצן װאָס אַלע בעלי תּפֿילות האָבן געזוכט נאָכצומאַכן האָט אים אױפֿגעהאַלטן דורך מוסף און די עבֿודה. "היה עם פּיפּיות" װאָס דער בעל תּפֿלה האָט געזונגען מיטן רבינס שלום עליכם-ניגון האָט אים צעשיטערט אָבער װײנען האָט ער נישט געקענט. אַזױ איז דורכן טאָג ביז נעילה װען ר' אפֿרים האָט זיך װי אױפֿגעכאַפּט.

ער איז געשטאַנען גאַנץ נעילה װי זײַן שטײגער איז געװען. בײַ "פּתח לנו שער בעת נעילת שער" האָט ער זיך דערמאָנט אינעם משל װאָס איז געשטאַנען איז זײַן ייִדיש-טײַטש-מחזור פֿון זײַנע קינדעריאָרן. דער משל איז פֿון אַן אַרעסטאַנט װאָס מען לאָזט אַרױס פֿון תּפֿיסה אױף יום כּיפּור ער זאָל קענען גײן אין שול דאַװענען און ער זעט אַז דער זון גײט שױן אונטער און ער דאַרף צוריק גײן אונטערן פֿאַרשלאָסענעם טױער. ר' אפֿרים האָט געדענקט דעם נמשל אױך פֿון דער נשמה װאָס איז נישט אינעם תּפֿיסה פֿונעם יצר הרע װײַל דעם טאָג האָט דער בעל דבֿר קײן שליטה נישט. אפֿשר װאָלט ר' אפֿרים געדאַרפֿט שמײכלן אױף דער נישט-שליטה פֿונעם יצר הרע דעם טאָג אָבער ר' אפֿרים האָט אַצינד נישט געשמײכלט. פֿאַרקערט, ער האָט געדענקט װי אַלע ימים טובֿים פֿלעג ער בלױז לײענען די משלים אָנעם נמשל אָבער ראש השנה און יום כּיפּור האָט ער תּשובֿה געטאָן און געלײנט דעם נמשל אױך. די סליחות און די פֿילע שם השמס האָבן אין אים אױפֿגעװעקט געדענקענישן פֿון זײַנע קינדעריאָרן װען ער האָט נישט געװוּסט װוּ מען שטעלט זיך צו װאַרטן אױף שלש עשׂרה מידות און דער טאַטע, לעבן װעמען ער איז געשטאַנען, האָט אים אױפֿגעמישט דאָס מחזורל און געװיזן דעם פּלאַץ. צי האַשײם איז טאַקע "רחום וחנון" האָט ער פֿיל מאָל געטראַכט אינעם לעצטן זומער אָבער נישט יעצט.

בײַם פּזמון פֿון שלש עשׂרה מידות װי מען בעט אַז גאָט זאָל זיך אַװעקלײגן אַ ביסל פֿון אונזערע טרערן אין אַ סלױ האָט זיך געהערט שלוכעצן פֿון װײַבערשול. ס'האָט ר' אפֿרימען צוריקגעטראָגן צו דער מאַמען װי זי האָט אױסגעזען יום קודש מיט אירע װײַסן טיכל און שירצל. ער האָט געדענקט אַז אַמאָל אַלץ קינד האָט ער געטראַקט אַז ס'מוז זײַן אַז מלאָכים קענען אױך זײַן פֿרױען װײַל די מאַמע זעט אױס װי אַ מלאכטע. דאָס לעצטע מאָל װאָס ער האָט זי געזען איז געװען נאָכן אַראָפּגײן פֿון דער באַן אין אױשװיץ. אַצינד איז זי אים װי געשטאַנען פֿאַר די אױגן.

נעילה איז אױך פֿאַראיבער און דער בעל תּפֿילה האָט אױסגעשריגן "שמע ישׂראל" און דער עולם האָט נאָכגעשריגן "שמע ישׂראל". נאָך אַזאַ לאַנגן שװערן טאָג ליגט אין דעם "שמע ישׂראל" דער װידער-קול פֿון ייִדן װאָס האָבן עס געשריגן בײַם אומקומען על קידוש השם. בײַ די לעצטע פּאָר מינוט פֿונעם תּענית שפּירן פֿיל װי זײ זענען זיך מוסר נפֿש. אַז זײ רײַסן זײער קול ביז עס גײט שױן נישט איז עס בײַ זײ װי די נשמה ענדיקט זיך שױן. זײ זענען זיך אױך מוסר נפֿש.

ר' אפֿרים האָט מיטגעשריגן "שמע ישׂראל" און די טרערן האָבן זיך בײַ אים אױפֿגעמאַכט. "ברוך שם.." האָט ער אױך געשריגן דרײַ און די אױגן זענען גערונען. דער בעל תּפֿילה האָט געשריגן "ה הוא האלקים" זיבן מאָל. בײַם זיבעטן מאָל איז שױן ממש קידוש השם (כאָטש צײלן ביז זיבן פֿאַרזיכערט אַז די פֿיס בלײַבן אױף דער ערד). דער עולם װאַרט אױס און שרײַט נאָך "ה הוא האלקים." בײַ ר' אפֿרים האָבן די אױגן געפֿליסט. ער האָט געװײנט אױף זײַן לעבן. אױף מלכּה מרים, אױף לאהלע און אױף חנחלע װעמען ער האָט נישט געטאָרט געדענקען. "ה הוא האלקים" --- די הײליקע מאַמע װי זי האָט זיך געשלעפּט פֿון דער באַן האַלטנדיק אַ צװײטן קינד אױפֿן אָרעם. "ה הוא האלקים" --- ער האָט זיך געװאָרפֿן אױף זײַן פֿאַרקראָכנקײט. ער האָט צוריק געװאָלט זײַן קרעכץ פֿון "שובֿי שובֿי השולמית," ער האָט װידער געװאָלט זען אין פֿײגען װאָס ער האָט אַמאָל געזען. "ה הוא האלקים" --- ער האָט זיך נישט מוחל געװען אױפֿן תּפֿילין לײגן פֿון יענעם אינדערפֿרי. "ה הוא האלקים" --- ער איז באַשטאַנען מוחל זײַן דעם באַשאַפֿער אױף אַלץ אַבי ער זאָל אים צוריקשטעלן װוּ ער איז געװען פֿאַר יענער נאַכט. ר' אפֿרים האָט יאָמערלעך געװײנט און געשריגן "ה הוא האלקים" צום זעקסטן מאָל. דעם רבינס עבֿודה פֿון יום קודש איז פֿאַר אים געשטאַנען און ער האָט ביטער געװײנט אַז אַפֿילו די זכרונות ברענגען מער נישט צוריק דעם זעלבן טעם. װאָס װאָלט ר' אפֿרים נאָר נישט געגעבן אױף צוריק צו זײַן װאָס ער איז דעמאָלטס געװען. מען האַלט שױן דעם זיבעטן "ה הוא האלקים." די קולות רײַסן זיך. מען קומט שױן ממש אום. ר' אפֿרים האָט געגאָסן אַזױ פֿיל טרערן. ער האָט געדענקט די מעשׂה פֿון ר' אליעזער בן דורדיא װאָס ער האָט געלערנט אין עין יעקבֿ. װי ער האָט געלײגט זײַן קאָפּ אין זײַן שױס און אַזױ געיאָמערט און אַזױ געװײנט אַז נאָך בעטן דעם הימל מיט דער ערד און דעם זון מיט דער לבֿנה זאָלן אױף אים מתפּלל זײַן איז זײַן נשמה אַרױס. ר' אפֿרים האָט שױן אױף דעם אױך זיך געװוּנטשן. ר' אפֿרים האָט זיך געזען װידער מיט מלכּה מרים און די צװײ קינדער װי מען האָט זײ אַװעקגעפֿירט נאָך דער סעלעקציע און װי ער האָט זײ געװאָלט נאָכגײן און מען האָט אים נישט געלאָזט. ער האָט זײ יעצט װידער געװאָלט נאָכגײן.

דער עולם האָט זיך צוריקגעװאָרפֿן די טליתים אױף צו הערן דעם קדיש תּתקבל. אַ װײכן שמײכל ליגט בײַ יעדן אױפֿן פּנים. מען שפּירט אַז "ס'איז געלונגען," מען האָט עפּעס אױפֿגעטאָן. אין דעם מאָמענט שפּירט זיך עס װי די גאַנצע װעלט עקזיסטירט נאָר אין דעם בית המדרש און פֿון דאַנען דורכן הימל קאָנטראָלירט מען אַלץ. ר' אפֿרים איז אָבער נאָך אײַנגעהילט אינעם טלית. די טרערן האָבן זיך נאָך נישט אָפּגעשטעלט. דער בעל מקריא שרײַט "תּקיעה" און דער בעל תּוקע בלאָזט. ר' אפֿרימס טאַטע האָט געהאַט דעם כּיבוד פֿון אױסרופֿן די תּקיעות. מען רופֿט אױס "תּקיעה גדולה" און דער בעל תּוקע איז מאריך בײַם בלאָזן. ר' אפֿרים האָט זיך געברענגט, נײן, געצװוּנגען זיך אין מיטן לאַנגן תּקיעה און אַרױסגעזאָגט די נעמען װאָס ער האָט קײן מאָל ביז יעצט נישט געזאָגט. "מלכּה מרים בת חײם שלמה דוד." "לאה בת אפֿרים." "חנח בת אפֿרים." דער בעל תּפֿלה האָט געשריגן "לשנה הבאה בירושלים." ר' אפֿרימס שכן איז צוריקגעשפּרונגען און אַ שרײַ געטאָן: "אױ, ר' אפֿרים." דער יונגעמאַן װאָס איז געזעסן אױף דער שורה אונטער ר' אפֿרימען איז אָרױפֿגעטאַנצט אױפֿן באַנק און געשריגן "װאַסער! הצלה!"

צו מאָרגנס אױף דער לװיה האָבן אַלע מספּידים דערמאָנט דעם גמרא אַז יום כּיפּור איז עצומו של יום מכפּר און אַז ר' אפֿרים האָט געהאַט אַ זכייִה אַװעקצוגײן דעם הײליקסטן טאָג פֿון יאָר. אײן מספּיד האָט אױך געמערקט אַז ער איז אַװעק באַלד נאָך קבלת עול מלכות שמים, און ער האָט דערמאָנט דעם בת קול װאָס איז אַרױסגעגאַנגען נאָך ר' עקיבֿאס יציאת נשמה: "אשריך ר' עקיבֿא שיצתה נשמתך באחד." דער עולם איז אָבער צום מערסטנס דערשיטערט געװאָרן װען מען האָט דערמאָנט װאָס דער רבי האָט געזאָגט, אַז װען דער באַשאַפֿער האָט נאָך צען ר' אפֿרימלעך װאָלט די גאולה שױן דאָ געװען. װען דער ארון האָט אָנגעהױבן צו גײן האָט אײנער פֿון די יונגעלײַט װאָס װײסן תּמיד אַלץ און װעמען מען הערט אַלץ אױס דערצײלט עפּעס פֿאַר אַן עולם צוהערערס װאָס איז אַלץ גרעסער און ענגער געװאָרן --- װײַל יעדער האָט געװאָלט הערן און די זאַכן דערצײלט מען אין אַ נידעריקערער שטימע. נעכטן האָט פֿײגע דערצײלט פֿאַר איר שכנטע בײַם דאַװענען אַז זי האָט זיך דערמאָנט אַז נעכטן ערבֿ יום קודש האָט זי בטעות אַרױסגעװאָרפֿן דאָס איבערגעבליבענע פֿון ר' אפֿרימס כּפּרות הינדל און ס'איז נישט געבליבן אַ שטיקל אױף מוצאי יום טוב װי דער מנהג איז. דער עולם צוהערערס האָבן צוגשאָקלט מיטן קאָפּ אױף דעם רמז מן השמים און שטילערהײט באַגלײט דעם ארון.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

א דאנק פאר׳ן מאכן מיין טאג. האסט מיר באמת דערקוויקט די נשמה ״רמון״
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דארפסט קודם קלאר מסביר זיין וואס דיינע פראבלעמען זענען, עדיוקעישן אדער ברוטאליטעט, פון דיינע ווערטער קומען ביידע ארויס ווען סאיז לכאורה נישט תלוי הא בהא.


פעהלט פראבלעמען? איך האב אסך פראבלעמען, און איךבין נישט picky... עני וועג צו קענען פארגרינגערן אפילו אביסל איז אין מיינע אויגן א גרויסע געווינס. נישט נאר פאר אונזערע קינדער, אבער באמת פאר אונז אויך. און יעדע שינוי לטובה האט באמת א כח צו האבן אן אימפּעקט אויף לדורות. זעה די ליד our children are our future, עס רעדט צו מיין נשמה
https://youtu.be/6hHLWmeQscI
פארשפארט