בלאט 1 פון 1

און נאכאמאל טשערידי...

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 9:13 am
דורך גיב א שמייכעל
Logo.jpg
איז אזוי! ק"ק פאפא האט זיך ארויפגעזעצט אויף די טשערידי-קאמפיין וואגאן צו אויפטרייבן 3 מיליאן דאללאר!
ווי די אלע פאפא עשירים זענען, ווייסעך נישט, פארוואס די פאפא מוסדות האט געקענט אנגיין פאר 70 יאר אהן דארפן צוקומען (כמעט...) צו קיין פרעמדע הילף און פלוצלינג דארפן זיי גיין שנארן פון די גאנצע וועלט ווייסעך אויך נישט, אבער דאס ווייסעך יא אז דער פאפא רבי שליט"א האט דאס גענימען אלס זיין פריוואטע פראיעקט, און ער לייגט אריין כוחות עצומות אז די קאמפיין זאל זיין סוקסעספול.
די פאפא עולם איז פריש ליי"ק נעווע"ר ביפא"ר, זיי האבן קאמענד צענטערן אין אלע שטעט ווי זיי האבן קהילות, וכו.
נאך פאר די קאמפיין האט זיך אפישעל"י אנגעהויבן, איז שוין די נומער געשטאנען ביי איבער א מיליאן דאללאר! סא"ו כ'געב זיי גיטע שאנסן אז זיי וועלן היטע"ן זייער גאו"ל!
כ'ווייס נישט צו ס'האט שייכות, אבער זיי האלטען יעצט אינמיטען בויען א מאסיווע ת"ת בילדינג אין בארא פארק, איז קען זיין פארדעם איז די קאמפיין. ווייסעך נישט!
הקיצור, אויב האט איהר פאפא חברים אדער קאלעגע'ס גרייט אייך אהן אייערע טייסטער'ס...
די לינק צום קאמפיין איז
https://www.charidy.com/Pupa?

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 9:46 am
דורך היכי דמי
מעג מען אויפדעקן דעם סמארט פאון צוליב דעם?

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=10352

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 1:16 pm
דורך גיב א שמייכעל
היכי דמי האט געשריבן:מעג מען אויפדעקן דעם סמארט פאון צוליב דעם?

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=10352

עת לעשות לה'....
און ווער זאגט אז מ'דארף ניצען א פאון?
מ'קען עס טוהן ביי די ארבעט :lol: :lol:

און אגב איך Attach א בריוו'ן אויסטויש צווישן הבדחנים ר' הערשל דייטש און ר' יושע ברים איבער די קאמפיין, זייער זיס!

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 2:23 pm
דורך גיב א שמייכעל
די נאמען קהלת יעקב פאפא רעדט פאר זיך אליין.

פון די גרעסטע קהלות אין אמעריקא, אן אימפעריע פון תורה חינוך און חסידות, וועלכער האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגער טויזענטער תלמידים במשך די יארן, יראים ושלמים, צווישן זיי פילע תלמידי חכמים מפורסמים, מרביצי תורה, מורי הוראה, און טויזענטער ערליכע בעלי בתים וועלכע האבן אויפגעשטעלט הערליכע אידישע דורות.

כהיום, ווערן נתחנך אונטער די פליגלען פון קהלת יעקב פאפא טויזענטער תלמידים ותלמידות כ"י, אויפן הערליכן אויסגעטרעטענעם וועג, אזוי ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייער הייליגן רבי'ן כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל וואס ער האט דאס נאך מקבל געווען פון זיינע אבות און רבי'ס פונעם דור הקודם, און ווערט געפירט ווייטער ביתר שאת וביתר עוז דורך יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א עד ביאת הגואל.

אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אזא מעכטיגע אימפעריע קומט מיט אן אסטראנאמישער בודזשעט פון צענדליגער מיליאנען א יאר, און ווי פארשטענדליך איז די הכנסה ווייט נישט גענוג צו דעקן דעם גאנצן בודזשעט.

אע"כ האט כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א פראקלאמירט א היסטארישן קאמפיין, ווי כל הקהל הקודש וועט צוזאמען אויפטריייבן די נויטיגע סכומים צו קענען דעקן דעם שווערן דעפיציט.

און עס איז ברור, אז די זכותים פון די הייליגע רבי'ס, כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הויחי יוסף מפאפא זצוק"ל וואס ווערט געפייערט יעצט 70 יאר פון ווען ער האט געגרינדעט קהלת יעקב פאפא אין אמעריקא, ווי אויך למעלה בקודש כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הויגד יעקב זצוק"ל וואס זיין יומא דהילולא קדישא געפאלט אינעם טאג פונעם קאמפיין, און די זכות פון די ראש השושלתא כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הערוגת הבושם זצוק"ל צוזאמען מיט די געוואלדיגע זכות פון הבל פיהם של תינוקות של בית רבן, און די מיליאנען שעות תורה וואס איז שוין ארויסגעקומען פון דעם הייליגן מבצר התורה וועט ביישטיין פאר די אלע משתתפים להתברך בכל מילי דמיטב, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו פדה ה' את יעקב בב"א.


אט דאס איז א באשרייבונג אויף די קאמפיין!

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 11:58 pm
דורך תרמב
האסט געעפענט א פעיזש פאר קאווע שטיבל? ס’ליגט מיר אין קאפ אז איינע פון פאפא רב’ס קינדער האט אמאל דערמאנט קאווע שטיבל אין א דרשה.

Re: און נאכאמאל טשערידי...

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 2:09 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
פון ווי זאל איך וויסן אז עס איז דא קאמפעין פאר פאפא צו א צווייטע מוסד?
די רבנים (אינקלודינג די וורס פירן די קאמפעינס האבן מיך אויסגעלערענט אז מ׳ טאר נישט האבן אינטערנעט נאר לצורך פרנסה

ווי נאר איך זע א אימעיל וואס האט נישט צוטין מיט מיין פרנסה מעק איך עס גראד אויס אדער ריפארט איך עס פאר וועד הצניעות

אדער אפשר האב איך געמאכט א טעות, לצורך פרנסה מיינט נישט "מיין" פרנסה, עס מיינט אונזערע פירערס פרנסה?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 2:13 pm
דורך תרמב
מהר"א מסאטמאר איז אריינגערעכנט צווישן דיינע פירער'ס?

Re: און נאכאמאל טשערידי...

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 3:09 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:מהר"א מסאטמאר איז אריינגערעכנט צווישן דיינע פירער'ס?
ווי קומט דאס אריין דא? דירעקט נישט דערמאנט ווייל מאנכע דא האבן טענות אז איך דערמאן אים

ד"א לויט ווי איך געדענק האבן מוסדות מהר"א נאך ניש געמאכט קיין טשערעדי קאמפעין, ביי זייערע דינערס קען מען (דערווייל) נידט צאלן אנליין
Maybe I'm wrong

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 4:01 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
יעצט זעה איך אז איין פראקציע פון סאטמאר בני ברק האט געפענט א טשערעדי סייט אין מדינת ישראל אויף העברעאיש

https://matara.pro/nedarimplus/online/? ... MatrimId=0

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
יא בן אחותי איז אינגאנצען אראפ פונעם דרך הנמסר לנו ע״י אבותינו ורבותינו מדור דור, עבירה גוררת עבירה בתקפו, הייבן הייבט זיף עס אן מיטן רעדן אויפן צדיק יסוד עולם רבינו הגאון הקוה״ט שליט״א, ולמחר אומר לו ביק דיך 100 מאל צום ציילעם, (רעדן עיברית בלע״ז) יא אויפדעם האט דער רעבע זעכוינע ברכה געוויינט ביי שאשידעס

Re: און נאכאמאל טשערידי...

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 9:18 am
דורך א חסיד פון ווילנא
עמקות המחשבה האט געשריבן:יא בן אחותי איז אינגאנצען אראפ פונעם דרך הנמסר לנו ע״י אבותינו ורבותינו מדור דור, עבירה גוררת עבירה בתקפו, הייבן הייבט זיף עס אן מיטן רעדן אויפן צדיק יסוד עולם רבינו הגאון הקוה״ט שליט״א, ולמחר אומר לו ביק דיך 100 מאל צום ציילעם, (רעדן עיברית בלע״ז) יא אויפדעם האט דער רעבע זעכוינע ברכה געוויינט ביי שאשידעס
נישט בן אחותי, עס איז דא נאך א פראקציע אין ב"ב
אבער גוט אז די האסט זיך געקענט אויסגעבן
פילסט בעסער?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 11:38 am
דורך yn.NY
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:יא בן אחותי איז אינגאנצען אראפ פונעם דרך הנמסר לנו ע״י אבותינו ורבותינו מדור דור, עבירה גוררת עבירה בתקפו, הייבן הייבט זיף עס אן מיטן רעדן אויפן צדיק יסוד עולם רבינו הגאון הקוה״ט שליט״א, ולמחר אומר לו ביק דיך 100 מאל צום ציילעם, (רעדן עיברית בלע״ז) יא אויפדעם האט דער רעבע זעכוינע ברכה געוויינט ביי שאשידעס
נישט בן אחותי, עס איז דא נאך א פראקציע אין ב"ב
אבער גוט אז די האסט זיך געקענט אויסגעבן
פילסט בעסער?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דו גייסט זייער פערסאנעל...
(אפשר אזוי פילסטו בעסער)

נעווער מיינד

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 10:19 pm
דורך אלגעמיין
לינק צום קאמפיין פון מוסדות ויואל משה קרית יואל וואס איז נאר באופן כשר און נישט ח"ו אויפן אינטערנעט...
ווי דער רבי האט שוין באריכות ארומגערעדט ביים יארצייט סעודה פאריגע וואך איבער די וויכטיקייט פון ווייזן שטיצע פאר די כשר'ע אינטערנעט'לאזע קאמפיין...
https://tzedakah.live/Makabepatish