בלאט 1 פון 1
וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 9:59 pm
דורך דורש אמת
ווי איך האב שוין פריער דערמאנט בין איך נאך ניי דא, און איך ווייס נישט זיכער וואס פונקטליך ס׳איז יא אדער נישט אקעי דא אויסצושמועסן. איך האב היינט געזעהן אין א פייסבוק גרופע וואס איז געשטעלט פאר פרומע און אוי טי די, זיך אדורכצורעדן אין ענינים העומדים על הפרק (בעצם דאכט זיך איז יענע גרופע געגרינדעט געווארן נאכדעם וואס אסך שמוץ איז ארויסגעקומען אויף חרדישע אידן אין די מידיא, אנהייבנדיג זיך מיט די וועבערמאן פרשה, און שפעטער מיט די טראגישע suicide פון Faigy Mayer וואס אירע פריינט האבן דערציילט אין די מידיא וויאזוי איר מאמע האט אויסגענוצט איר ביטערע מצב צו מאכן גרויסע געלטער אויף איר חשבון, און פארשטייטצעך די חילול ה׳ איז גרויס... סוי לויט ווי איך פארשטיי דארף די גרופע דינען אלס א פלאץ ווי מ׳קען אויסשמועסן אפן די פראבלעמען וואס גייט פאָר, און עס פרובירן באהאנדלען נאך איידער עס קומט אָן אין די מידיא
געווענטליך האב איך נישט קיין סאך געדולד צו גרופעס, בפרט א גרופע וואס איך פיל נישט אז איך קען עפעס צוגעבן. אבער היינט האט זיך אנגעפאנגען א קאנווערסעישן פון שפרה לאווען און די זאכן וואס ווערן דארט ארומגערעדט קען אפשר זיין א וויכטיגע שמעוס וואס זאל זיך לוינען פאר אונז צו האבן דא למען ביצור מחננו

Re: וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:02 pm
דורך דורש אמת
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:07 pm
דורך מהיכא תיתי
דורש אמת האט געשריבן: געווענליך האב איך נישט קיין סאך געדולד צו גרופעס, בפרט א גרופע וואס איך פיל נישט אז איך קען עפעס צוגעבן. אבער היינט האט זיך אנגעפאנגען א קאנווערסעישן פון שפרה לאווען און די זאכן וואס ווערן דארט ארומגערעדט קען אפשר זיין א וויכטיגע שמעוס וואס זאל זיך לוינען פאר אונז צו האבן דא למען ביצור מחננו

א דאנק
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:10 pm
דורך בת קול
זי האט זיך לעצטנס אנגעהויבן רופן קלארא וואסערשטיין. זי און איר מאן געבן א שמועס
דא. ווען איך האב געהערט ווי זי האט אויף געמאכט א בלבול אויף איר שווער ווייל אירע עלטערן האבן איר נישט געהאלפן מופן, האב איך פארלוירן סיי וואספארא רעספעקט פאר איר.
זי איז עפעס געווען א קליין קינד אז איינער האט איר געדארפט העלפן? הונדערטע אידן מופן וועכענטליך אן קיין הילף. און דאס בלבול איז ממש אן עקל.
מען קען הערן די מעשה די לעצטע 20 מינוט פון יוחנןס שמועס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:24 pm
דורך דורש אמת
דיין קאמענט קוקט אויס זייער judgemental און פרימיטיוו; שוין אפגערעדט פון דעם אז פון דיינע ווערטער קען אויסזעהן ווי כאילו זי האט דערציילט פאר די גאס א פאלשע מעשה וועגן איר שווער.
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:47 pm
דורך בת קול
הער דעם שמועס פאר דו רופסט מיר judgmental.
וועלכע נארמאלע מענטש מאכט אויף א פאלשע sexual harassment claim?
דאס איז נישט נאר א קריים פאר דעם אומשולדיגן מענשט, נאר א קריים קעגן אלע עכטע געליטענע.
און נאך פאר אזא בעיביעשע סיבה דערצו.
וויאזוי קען מען דאס בכלל justifyin?
Re: וואס האלט דער עולם דא, וועגן דעם
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 2:52 pm
דורך כניאק
איך האב יעצט געהערט די שטיקעל, נישט צו גלייבן ווי איינער קען טון אזא רישעות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 6:27 pm
דורך גרעפיקסער
ס׳קומט עכט נישט אריין דא, אבער...
איך זעי א געוויסע קאמען דינאמינעטער ביי פיהל אוי.טי.די׳ס און דא שרייט עס זייער שטארק ארויס, און ס׳באדערט מיר.
פארוואס אויף דער וועלט זאל מען מאכן אזא לעבנ׳ס וויכטיגע דעסישאן געבעיסד אויף די אדער יענע סאסייעטי (ליין: חסידות)? ווער האט ׳זיי׳ געשטעלט אלץ אפוטרופסים אויף כלל ישראל?! אז מ׳זאל שוקל זיין דעם גאנצן ענין היהדות לויט עקספיריענס׳ן וואס מ׳האט געהאט מיט געוויסע יחידים??
איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...
ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 6:37 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:הער דעם שמועס פאר דו רופסט מיר judgmental.
וועלכע נארמאלע מענטש מאכט אויף א פאלשע sexual harassment claim?
דאס איז נישט נאר א קריים פאר דעם אומשולדיגן מענשט, נאר א קריים קעגן אלע עכטע געליטענע.
און נאך פאר אזא בעיביעשע סיבה דערצו.
וויאזוי קען מען דאס בכלל justifyin?
Wow דעס איז אנבעליוויבעל, אין די מאן דערציילט עס נאך איבער מיט א גלייכגילטיקייט,
איך וויל נישט זיין קיין ראסיסט, אבער דאס געט מיר צי פארשטיין די מהות פין א מענטש וואס גייט אוו טי די ווען ער ווייסט אז סאיז דא עלטערן אין משפחה וואס עס קען קאסטן א שטיק געזינט,
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 6:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גרעפיקסער האט געשריבן:ס׳קומט עכט נישט אריין דא, אבער...
איך זעי א געוויסע קאמען דינאמינעטער ביי פיהל אוי.טי.די׳ס און דא שרייט עס זייער שטארק ארויס, און ס׳באדערט מיר.
פארוואס אויף דער וועלט זאל מען מאכן אזא לעבנ׳ס וויכטיגע דעסישאן געבעיסד אויף די אדער יענע סאסייעטי (ליין: חסידות)? ווער האט ׳זיי׳ געשטעלט אלץ אפוטרופסים אויף כלל ישראל?! אז מ׳זאל שוקל זיין דעם גאנצן ענין היהדות לויט עקספיריענס׳ן וואס מ׳האט געהאט מיט געוויסע יחידים??
איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...
ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.
גערעכט, אבער כדי צו האבן א דירעקטע קשר מיט׳ן בורא כל עולמים דארף מען נישט צוקומען צום שולחן ערוך און ארטאדאקסישע אידישקייט (אין דיין שפראך: ״ווער האט געשטעלט די שולחן ערוך אלץ אפוטרופוס אויף כלל ישראל?!), מ׳קען דאס האבן מיט זיין OTD אויך, איז פארוואס זיך סתם שווער מאכן דאס לעבן מיט ענדלאזע הלכות? מילא אז מ׳פילט זיך באקוועם אין די געזעלשאפט טוט מען וואס יעדער טוט, אבער אז מ׳גייט שוין יא ארויס זוכן גליקן קען מען שוין אפלאזן די גאנצע זאך און פערטיג. קוק אויך
פון דא און ווייטער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 7:57 pm
דורך גרעפיקסער
ס׳דא פארשידענע מאטיוון אינטער די וואס גייען OTD. איך רעד פון די וואסיז ניכר מתוך לשונם אז זיי זענען געווען ערליכע מאמינים באמת, נאר נאך דעם וואס זיי האבן געהאט קשיות און די וועם זיי האבן געפרעגט האבן זיך נישט באצויגן צו זיי און צו זייערע פראגעס באופן הראוי, האבן זיי מחליט געווען אלעס אפצולאזן. און דאס מאכט נישט קיין סענס, קודם פארהייליגסטע די פאר יחידים כאילו אידישקייט איז נאר מיט זיי געקניפט און געבינדן, דערנאך ווען זיי זעין איין אז די חברה טויגן נישט פראקלאמירן זיי על הכלל כלו יצא...
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 8:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, דער OTD פלעגט מיינען אז זיין רב/רבי איז דא פאר עפעס א געוויסע צוועק, איינמאל ער האט אפגעמאכט אז זיין רבי איז דא פאר גאר אנדערע צוועקן פאנגט ער שוין אן צו טראכטן אז אפשר האט רבי יוסף קארו אויך געהאט זייטיגע אגענדעס, און אזוי גייט מען צוריק פריער און פריער ביז צו די ראשונים, אמוראים, תנאים, נביאים, עזרא הסופר, ביז משה רבינו און מ׳גלייבט שוין נישט קיינעם און מ׳טוט זיך וואס מ׳וויל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 10:27 pm
דורך תרמב
די גאנצע חינוך האט ער דאך באקומען פון זיינע רבי’ס און מחנכים, און אויב ער זעהט אז זיי קענען נישט ענטפערן זיינע פראגן צופאלט אים די גאנצע יסוד אויף וואס זיין אידישקייט שטייט, נישט פשט אז ער מאכט דעסיזשענס וועגן אפאר יחידים, ווי גרעפיקסער טענה’ט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 11:36 pm
דורך איך אויך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גרעפיקסער האט געשריבן:ס׳קומט עכט נישט אריין דא, אבער...
איך זעי א געוויסע קאמען דינאמינעטער ביי פיהל אוי.טי.די׳ס און דא שרייט עס זייער שטארק ארויס, און ס׳באדערט מיר.
פארוואס אויף דער וועלט זאל מען מאכן אזא לעבנ׳ס וויכטיגע דעסישאן געבעיסד אויף די אדער יענע סאסייעטי (ליין: חסידות)? ווער האט ׳זיי׳ געשטעלט אלץ אפוטרופסים אויף כלל ישראל?! אז מ׳זאל שוקל זיין דעם גאנצן ענין היהדות לויט עקספיריענס׳ן וואס מ׳האט געהאט מיט געוויסע יחידים??
איצטער הייבעך אן אביסל צו פארשטיין די עצה עמוקה פונעם סאטמאר׳ן רבין בעל הדברי יואל זי״ע וואס האט פיהל גערעדט בהענין אז בימינו אלה איז דער הנהגה און קשר פונעם בורא כל עולמים גלייך און דריעקט צו יעדן יחיד, בבחינת ׳אחד הי׳ אברהם׳...
ס׳דא פיהל צו רעדן פון דעם ענין, אבל אין כאן מקומו להאריך.
גערעכט, אבער כדי צו האבן א דירעקטע קשר מיט׳ן בורא כל עולמים דארף מען נישט צוקומען צום שולחן ערוך און ארטאדאקסישע אידישקייט (אין דיין שפראך: ״ווער האט געשטעלט די שולחן ערוך אלץ אפוטרופוס אויף כלל ישראל?!), מ׳קען דאס האבן מיט זיין OTD אויך, איז פארוואס זיך סתם שווער מאכן דאס לעבן מיט ענדלאזע הלכות? מילא אז מ׳פילט זיך באקוועם אין די געזעלשאפט טוט מען וואס יעדער טוט, אבער אז מ׳גייט שוין יא ארויס זוכן גליקן קען מען שוין אפלאזן די גאנצע זאך און פערטיג. קוק אויך
פון דא און ווייטער.
עד מתי יהיה שוטה וכופר זה לנו למוקש???